בלאט 1 פון 1

בד''ה. אמעריקאנער בחור פארלוירען אין יער ירושלים

נשלח: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 7:42 am
דורך פלעין יודיש
אינטערסאנט אז ס'איז שוין איבער דריי טעג וואס די בחור איז שוין פארלוירען און ס'איז שטיל דא אין שטיבעל
נאך מער מאדנע איז אז די גאנצע איזרעילי מידיא (אריינגערעכנט די חרדישע צייטונגען און נייעס וועב זייטלעך) זענען ווי שטים, עפעס קיקט אויס ווי מ'פרובירט דארט צו באהאלטן (ווען נישט די אפאר אמעריקאנער עסקנים האבן אנגעהויבן לייגען פרעשור אויפן דארטיגע פאליציי)

די רעדע דא איז פון אמעריקאנער 23 יעריגע בחור אהרן בן חולדא סופר, פון לעיקוואד לערנט אין מירער ישיבה אין ירושלים עיה''ק, וואס איז געגאנגען שפאצירען פרייטאג מיט זיינס א חבר אין די וועלדער פון יער ירושלים, און מ'האט פארלוירען די שפירען נאך אים
העפטיגע זיכערייען גייען אהן בעיקר דורך היימישע יונגעלייט דערנאך וואס די ארטיגע פאליציי טיט גאר ווייניג אים צו טרעפן,
היינט האט מען אנגעהויבן אריינציקיקען אין די שפעקאלאציע אז אפשר איז דאס געווען א טעראריסטישע פארכאפונג
יודען זייטס מתפלל פאר אהרן בן חולדא אז מ'זאל אים טרעפן געזינטערהייט