בלאט 1 פון 1

עמיצער איז מודה אין ערמארדן איתן פאץ

הודעהפורסם: דאנערשטאג מאי 24, 2012 9:37 am
דורך יאנקל
דער ניו יארקער פאליציי קאמישאנער האט היינט געמאלדן אז עמיצער וועלכער געפינט זיך אין ארעסט האט מודה געווען אין ערמארדן דעם אידישן אינגל איתן פאץ מיט 33 יאר צוריק.
די דאזיגע קעיס איז פון די באקאנטסטע קינד-פארשוואונדונג קעיסעס, און איז פון די לענגסטע מיסטעריעס. די נייעס קומט איין טאג פאר דעם 33סטן יארטאג פון איתנ׳ס פארשוואונדונג, מאי 25, 1979. דעם פארגאנגענעם זומער איז די געשיכטע פארגליכן געווארן צו דער געשיכטע פון לייבי קלעצקי.
געוויסע קוועלער געבן אן אז די פאליציי איך נאך סקעפטיש אין דעם פארשוינ׳ס הודאה. די פאליציי האט פארשפראכן ארויסצוגעבן מער פרטים בקרוב.

הודעהפורסם: דאנערשטאג מאי 24, 2012 10:14 am
דורך ידען
איך האב ליב זיין לעצטע נאמען :) אבער וואס איז געווען די מעשה מיט די אינגעל?

הודעהפורסם: דאנערשטאג מאי 24, 2012 11:09 am
דורך גדעון
האט עס עפעס ציטון מיט די לעצטע עף בי איי אינטערזיכונגען?

הודעהפורסם: דאנערשטאג מאי 24, 2012 2:22 pm
דורך ציוני

הודעהפורסם: דאנערשטאג מאי 24, 2012 7:12 pm
דורך יאנקל
"דעילי ניוס" דערמאנט היינט לייבי קלעצקי אין רעפערענץ צו איתן פאץ:
http://www.nydailynews.com/news/crime/e ... bled=false

הודעהפורסם: דינסטאג מאי 29, 2012 11:10 am
דורך ראשעקאל
יעצט זאגט די מערדער׳ס שוועסטער אז זי האט שוין גזאגט פאר פאליס יארען צוריק אז איר ברידער האט איינעם געהארגעט אבער מ׳האט איר נישט אויסגעהערט.

הודעהפורסם: דינסטאג מאי 29, 2012 11:27 am
דורך לעמיל
איז דא נאך ראיות חוץ פין דעים וואס ער זאגט????

הודעהפורסם: דינסטאג מאי 29, 2012 11:35 am
דורך ראשעקאל
לעמיל האט געשריבן:איז דא נאך ראיות חוץ פין דעים וואס ער זאגט????

איך האב טאקע ערגעץ געליינט אז דאס איז געוועהן א זעלטענע פאל וואס מ׳האט איינעם אנגעקלאגט פאר עס איז דא קלארע באווייזען.
אבער עס איז דא אסאך עדות אז ער האט שוין מודה געוועהן אין דעם אפשר דרייסיג יאר צוריק. און אויך איז ער יעצט פינקטליך מודה וויאזוי ער האטעס געטוהן. אבער זיין לויער טענהט אז ער האט האלאסינעישאן׳ס, סאו אפשר האט ער גע׳חלום׳ט אז ער איז די מערדער??? 

הודעהפורסם: דינסטאג יוני 05, 2012 4:23 pm
דורך ראשעקאל
זיין ווייב טענהט אז ער איז שרעקלך דעלאזשענעל. מען קען נאך געוואר ווערן אז ער איז א גרויסע בעל דמיון און ער האט עס קיינמאל נישט געטוהן.

הודעהפורסם: דינסטאג יוני 05, 2012 4:46 pm
דורך לעמיל
זיין לויער וועט שוין קענען מאכן מטעמים דערפון, ער וועט שוין האבן פון וואס שבת צו מאכן

הודעהפורסם: מאנטאג פעברואר 10, 2014 10:09 pm
דורך דער (פינטעל) איד

הודעהפורסם: מאנטאג פעברואר 10, 2014 10:26 pm
דורך ראשעקאל
מאדנע מעשה