מבצע צוק איתן - א סוקסעס אדער דורכפאל?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 1073 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1872 מאל

מבצע צוק איתן - א סוקסעס אדער דורכפאל?

שליחה דורך איש עברי »

נעכטן איז אריין אין א קראפט א פייער אפשטעל צווישן מדינת ישראל און כאמאס, די פייער אפשטעל איז אפיציעל פראקלאמירט געווארן דורך מצרים, און אונטער די קאליסן האט אמעריקע אויך געשפילט א ראלע, מיט'ן דרוקן אויף קאטאר זאל געבן די באפעל פאר כאמאס צו אננעמען דעם פארשלאג

די פייער אפשטעל האט געענדיגט 50 טעג פון שלאכטן, באמבאדירונגען, אסעסינאציעס, דארונטער אויך א ברייטע ערד אינוואזיע, ביז אהער זענען די קאסטן געווען אויף די פאלעסטינער זייט, איבער 2000 טויטע, דארונטער ליידער פולע ציווילע, טויזענטער הייזער חרוב, און צענדליגע טויזענטער היימלאזע, און אויף די ישראל'דיגע זייט 64 סאלדאטן וואס זענען ליידער אומגעקומען, און 5 ציווילע וואס זענען געשעדיגט געווארן פון די ראקעטן.

די "עפטערמעט" פון די מלחמה ברענגט נאטורליך מיט זיך אינטערנאציאלע קאנסעקווענצן, און נאך מער האט דאס אנגעצינדן א פאלטישע ויכוח אינערהאלב די פאליטיקאנטן און אנאליסטן אין ארץ ישראל צו די מדינה האט עפעס פארדינט פון די יעצטיגע קריג, אדער גאר דערלייגט, צו די פרייז פון 65 טויטע זעלנער איז בארעכטיגט אז דאס ברענגט צו אזא אויסגאנג.

א גרויס חלק פון די קריטיק וואס מען ווארפט אין ריכטונג פון די רעגירונג איז עמאציאנעל, און נישט קיין זאכליכע קריטיק, ווי למשל די איינוואוינער פון דרום וואס גיסן אויס זייער אויפברויז אויף זייערע שווערע אומשטענדן, און די אוממעגליכע ראקעטן-רוטין אין וועלכע זיי לעבן, און אין זייערע אויגן האט די רעגירונג נישט געטון גענוג צו דאס אפשטעלן איינמאל פאר אלעמאל, ווידער איז דא רעכטע פאליטיקנטן-אקטיוויסטן וואס פארפירן אז מען האט פארפאסט א געלעגנהייט צו אייננעמען עזה פונדאסניי, וואס דאס איז אויך א היבש אומרעאליסטישע טענה, דאן איז דא די געווענליכע רעטאריק פון די לינקע קרייזן אז מען קען אלעס לעזן אויף דיפלאמאטישע אופנים.

מיט א אביעקטיווע בליק איז שווער צו זעהן א אנדערע אויסגאנג צו די יעצטיגע קריג, און פארן שפרונגען צו א מסקנה אויב ישראל איז ארויס א געווינער, דארף מען פון פריש דעפינירן וואס מיינט "נצחון" אנדערש ווי אין די ווייטע פארגאנגנהייט וואס א נצחון איז געווען שווארץ ווייס, די זייט וואס האט איינגענומען לאנד, געברענגט די שונא צו די קניען איז א געווינער.

ווען מען איז אין קריג מיט א טעראר ארגאניזאציע, אפילו עס איז א קאנווענציענעלע מלחמה [דאס איז א אנאליז פאר זיך צו די יעצטיגע קריג איז געווען א קאנוונציאנעלע מלחמה צווישן צוויי ארמייען איז כמעט אוממעגליך צו ענדיגן די קריג אויף א נארמאלע אופן ווי קריגן ענדיגן זיך, ווען צוויי מדינות קריגן זיך ווערט די קריג אנטשידן דורך ראציאנאלע חשבונות, ווען איין צד זעהט אז ער מוז זיך אונטערגעבן ווייל אזוי וועט ער ארויסגיין מיט גאנצע ביינער, אדער ווען די אנדערע זייט נעמט איין דאס לאנד און צווינגט די דארטיגע ארמיי זיך אונטערצוגעבן, אין נארמאלע פעלער וועט די באזיגטע ארמיי זיך אונטערגעבן ווייל עס האט נישט קיין זין זיך צו שלאגן אומזיסט.

ווען עס האנדלט זיך פון א טעראר ארגאניזאציע וואס זייער סטראטעגיעס זענען נישט באזירט אויף ראציאנאלע און ריאליסטישע חשבונות, זייער לעבן טראגט נישט קיין ווערט, און זיי האבן נישט וואס צו פארלירן, איז זייער שווער צו האבן א דעפענעטיווע נצחון, איבערהויפט די פאלעסטינער וואס ווי מער שאדן זיי האבן הייבט דאס זייער שטיצע אינטערנאציאנאל מאראליש און פינאנציעל, דאס לאזט איבער בלויז צוויי וועגן צו באזיגן, אדער דורך אייננעמען די שטח אין פשוט עלימינירן טויזענעטער קעמפער און אונטערדרוקן די באפעלקערונג, אדער דורך פירן א פסיכאלאגישע קריג וואס זאל גורם זיין פאר זיי צו פארשטיין אז עס לוינט זיי צו איינרוען.

ביי די יעצטיגע רונדע איז נישט געווען קיין פלאן פון צוריק אייננעמען די עזה שטרייף, דאס קאסט א געוואלד פון מענטשליכע פאטאליטעטן און קען ברענגען מער שאדן ווי תועלת סיי פראקטיש און סיי אויפן דיפלאמאטישן פראנט, די מטרה איז דעריבער געווען צו ברענגען כאמאס צו א שטאפל אז זיי זאלן איינזעהן אז זיי צאלן צו א טייערע פרייז פאר זייערע פראוואקאציעס, און זיכער מאכן אז זיי האלטן צוריק זייער פייער אויף א לענגערע צייט, די פרעמעיער מיניסטער האט טאקע נישט דערמאנט אז ער זוכט צו אומווארפן כאמאס נאר כסדר גערעדט אז די מטרה איז צוריקצוברענגען די שטילקייט אין דרום, טראץ וואס ווארשיינליך איז געווען א האפענונג אז די בירגער אין עזה וועלן רעוואלטירן קעגן חאמאס אבער די שאנסן דערצו זענען לכתחלה געווען גאר קליינע [אין פאקט ווערט כאמאס געשטארקט פון אזעלכע מצבים]

דעריבער האט מדינת ישראל געשטעלט פון אנהייב א פארשלאג פאר כאמאס צו פשוט אויפהערן שיסן און עס וועט נישט קומען קיין שום רעאקציע "שקט ייענה בשקט" און טאמער כאמאס וואלט דאן אויפגעהערט שיסן וואלטן זיי פארמיטן טויזענטער טויטע און מיליארדן דאלער שאדן, און אלע קאנסעקווענצן וואס דאס האט געברענגט מיט זיך.

כאמאס האט געבויט אויף א פאלשע סטראטעגיע אז דורך שטופן מדינת ישראל צו א הרגנ'ן א גרויסע צאל פון פאלעסטינע ציווילע - דורך פלאצירן זייערע געווער אין געדעכט באוואוינטע געגנטער – וועט דאס שאפן א דרוק אויף מדינת ישראל צו קומען צו א הסכם אויף א פייער אפשטעל, און די אראבישע וועלט וועט מיטשטיין מיט זיי, און אזוי ארום וועלן זיי ביים פארהאנלונגס טיש באקומען וואס זיי קענען נישט באקומען מיליטעריש, נעמליך עפענען די גרעניצן, און אראפנעמען אלע באגרעניצונגען, און דאס וויכטיגסטע, צייגן א נצחון וואס זאל זיי צוריקקערן זייער געשעדיגטע לעגיטימאציע אין עזה.

אבער מדינת ישראל האט דאס פארמיטן מיט'ן זיך פאראיינגין מיט די נייע פרעזידענט פון מצרים, וועלכע האט פיינט חאמאס נישט ווייניגער ווי ישראל, און זעהט אין זיי א פיליאלע פון די פארהאסטע "ברודערשאפט" גרופע אין מצרים, און דעריבער האט ער מיטגעארבעט מיט מדינת ישראל און זיך געשטעלט אלס פארמיטלער, און דערביי פארגעשלאגן א פייער אפשטעל וואס געט גארנישט פאר חאמאס און שטעלט פשוט צוריק די מצב צום אלטן [אזוי ווי מדינת ישראל האט לכתחלה פארגעשלאגן]

חאמאס האט דאן פרובירט מיט זייער אליאירטע אין קאטאר און אין טערקיי און פרובירט מאנעווירן אז זיי זאלן זיין די פארהאנדלער, [און עס איז זיי אפילו געלונגען צו מאנופעלירן סעקערטערי קערי אין דעם ריכטונג] אבער מדינת ישראל איז געבליבן ביי איר שטעלונג אז זי זעט מצרים אלס די איינציגע לעגיטימע פארהאנדלער, און אזוי אויך איז עזה היסטאריש פארבינדען מיט מצרים וואס דאס האט נאטורליך געגעבן א אויבערהאנט פאר מצרים.

זעענדיג אז עס גייט זיי נישט ארויסצוקוועטשן א ממשות'דיגע נצחון האבן זיי אנגעהויבן שפילו א אנדערע שפיל, און מסכים געווען צו די מצרישע אינטערווענצן אבער פרובירט ארויסצוקוועטשן וואס מער, און גלייכצייטיג געארבעט אויף הוילע פראפאגאנדע איבער זייער מעכטיגע נצחון וואס זיי האלטן אינמיטן אפהאלטן אויף די "ציוניסטישע פיינט" און געוואשן די מוחות אין עזה ווי שטארק די פיינט איז ערשטוינט פון זייערע מעכטיגע דערגרייכונגען, און נאך ענליכע נארישע בארימערייערן וואס נאר קעמל-רייטנדיגע אראבער קענען דאס אפקויפן.

ווי מער חאמאס איז געווארן געדרוקט צום וואנט האבן זיי מער אנגעהויבן נוצן די נארישע פראפאגאנדע מעטאדן, און פארקויפט פאר זייערע שעפעלעך איבער די היסטארישע נצחון וואס זיי האלטן אפ איבער די פיינט, בעת וואס האלב עזה ליגט אונטער חורבות, די פירערשאפט איז אדער טויט אדער באגראבן אין בונקערס, טויזענטער מענטשן דרייען זיך אן א דאך איבערן קאפ, לעקטער איז נישט דא, קוים עסן איז דא, אבער די מאסן האבן ליב צו הערן אזעלכע זיסע לידער פון נצחון און לאזן זיך נישט פארדרייען א קאפ פון די רעאליטעט.

עווענטועל האט נעכטן כאמאס געליטן א היסטארישע נידערלאגע, זיי זענען קוים געווען א צד אין די פארהאנדלונגן, קיין איין איינציגע פארלאנג פון זיי איז נישט אנגענומען געווארן, אלע זייערע תנאים וואס זיי האבן געשטעלט פאר א פייער אפשטעל איז אפגעווארפן געווארן, און זיי האבן אייגנטליך אראפגעלייגט די געווער ווי שעפעלעך.

אבער פארלוירן? וואס ווי ווען, אין די חרוב'ע עזה האט מען נעכטן נאכט געטאנצן אין די גאסן, אויף די חורבות פון עזה זענען זיך צוזאמגעקומען טויזענטער צוהיצטע אראבער פייערן די "היסטארישע נצחון" אויף די ציוניסטישע אקופירער, די כאמאס פירער זענען ארויסגעקומען פארשטויבט פון די בונקערס, און געהאלטן דעמאגאגישע רעדעס, און געפיטערט די הונגעריגע מאסן מיט הוילע רעטאריק.

מיט א אביעקטיווע בליק האט מדינת ישראל אפגעהאלטן א דעפענעטיווע נצחון, זיי האבן קלאר געווינען די שפיל, אבער די מאסן אין מדינת ישראל זענען געמאכט פון א אנדער מאטריאל פון זייער שכנים אין עזה, אנטשאט זיך פאטשן אין בייכל און זיך פרייען, הערשט א אנטוישונג, סיי די פאקט אז די כאמאס דערקלערט זיך אלס געווינער שמעקט נישט פאר די ישראל'דיגע מאסן וואס דארשטן צו זעהן א צוביילטע און נידערגעשלאגענע חאמאס, און אזוי אויך פאלשע האפענונג וואס גרויס-פיסקיגע פאליטיקאנטן האבן געגעבן איבער "עלימינירן חאמאס" דאס שאפט יעצט א אנטוישונג, ווען אין פאקט האט מדינת ישראל לויט די אומשטענדן אויסדרוקליך געווינען די יעצטיגע שפיל.

דער אשכול פארמאגט 94 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר