ISIS קרבן סטיווען יואל סאטלאף הי"ד

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
אנאליזירער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 289
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 9:12 am
האט שוין געלייקט: 203 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 297 מאל

ISIS קרבן סטיווען יואל סאטלאף הי"ד

שליחה דורך אנאליזירער »

נעכטן איז געקומען די שאקירנדע נייעס אז דער זשורנאליסט סטיווען סאטלאף איז ברוטאל אומגעברענגט געווארן דורך איסלאמישע טעראריסטן פון דאעש, באקאנט אין אמעריקע ווי ISIS. נאך די שוידערליכע מארד איז ערשט ארויסגעקומען אז סטיווען איז געווען א איד, און ער האט מצליח געווען צו באהאלטן דעם פאקט פון זיינע איסלאמישע פאנגער.

סטיווען יואל איז אויפגעוואקסן אין מיאמי, און איז געגאנגען אין א אידישע (רעפארם) שולע. ער איז געווען אן אמעריקאנער און אויך א מדינת ישראל בירגער. לויט באריכטן האט ער מיט מסירת נפש געפאסט דעם פארגאנגענעם יום-כיפור אין איסלאמישער געפענגעניש, און כדי זיינע פאנגער זאלן נישט כאפן אז ער איז א איד האט ער זיך געמאכט ווי ער שפירט נישט גוט!

א חבר'טע פון שולע יארן געדענקט אים:
http://www.jewishjournal.com/hollywoodj ... _my_friend

בילד
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אנאליזירער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר