אם אסק השמים: גאנדאלעס אין די ניו יארקע הימלן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4717 מאל

אם אסק השמים: גאנדאלעס אין די ניו יארקע הימלן

שליחה דורך יידל »

איר דארפט שוין נישט פארן קיין ווערמאנט אדער ניו העמפשיר צו ווי צו פארן אויף גאנדאלעס! זיי קומען צו אונז, קיין וויליאמסבורג... יא, אזוי ווי איר הערט, א חלום פון א ריעל עסטעיט בראוקער/אינוועסטער וועלכער האט זיך דערזען מיט א פראבלעם אז צווישן וויליאמסבורג און מאנהעטן איז דא א גרויסע טייך וואס פאראורזאכט אז מ'זאל מוזן פארן לכה"פ פערציג מינוט בעפאר מען קען קומען און גיין פון מאנהעטן צו וויליאמסבורג און צוריק. אט איז עס ווי ער לייגט עס אראפ:

"דער פראבלעם: דער L טרעין איז איבערגעפולט. טרעפיק ביים בעדפארד עוועניו סטאנציע [אין נאורט וויליאמסבורג] האט זיך פארמערט מיט איבער פופציג פראצענט זינט 2007. דירות וואוקס אין וויליאמסבורג האט זיך פארמערט דראמאטיש אין די לעצטע צען יאר, ועוד ידינו נטויה. פובליק טראנספארטאציע איז שוין אויסגעצויגן צו אירע לימיטס און קיין "טראדיציאנאלע" לייזונגן איז נישט פארהאן. צו בויען נאך א סובוועי ליניע וועט אפקאסטן אסטראנאמישע סומעס.
די לייזונג: איסט ריווער סקייוועי איז דער לייזונג! שפאן אריבער דעם איסט ריווער אונטער פיר מינוט!"

בילד

ווי האט יענער געזאגט? אלעס הייבט זיך אן מיט א חלום. בעגלא ובזמן קריב. כאפטס א בליק אויפן וועבזייט, אין ערגסטען פאל וועט איר שמייכלן.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר