בקשו רחמים: רבינו מרן מרדכי בן מרגליא מוויזניץ (זצ"ל)

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
ימי קדם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 167
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 04, 2013 12:02 am
האט שוין געלייקט: 36 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

בקשו רחמים: רבינו מרן מרדכי בן מרגליא מוויזניץ (זצ"ל)

שליחה דורך ימי קדם »

[justify]ווי געווענליך מיט אלע נייעס בחצר וויזניץ מאנסי, הערט מען ממש גארנישט אינדרויסן פון מאנסי, קטן כגדול. יעצט איז שוין אבער לא עת לחשות.

כ''ק מרן אדמו''ר הגה''ק זקן האדמורי''ם רבי מרדכי בן מרגליא שליט''א איז בעוה''ר מוטל על ערש דוי, און איז זקוק לרחמי שמים מרובים. ווי דער מצב איז יעצט איז עס נישט מוגדר אלס 'מסוכן' די דאקטורים זאגן אבער אז אויב די רבי ווערט נישט בעסער און די קומענדיגע טעג, דען קען זיך עס דערקייקלן זייער שנעל.

ראש השנה אין מאנסי איז די 'זמן קהילה לכל' ווען די גאנצע קהילה מכל קצוי תבל, טויזענטער אידן (היי יאר איז געווען איבער 2100 זיצן, און רוב יונגע יונגעלייט, אונטער 30 קויפן בכלל נישט קיין זיצען, און אוודאי נישט קיין בחורים) קומען זיך מסתופף זיין בצילו פונעם רבי'ן. ממילא איז עס געווען א גרויסער צער אז די רבי האט נישט געפירט במשך דעם גאנצען יום טוב.

די ערשטע נאכט, וואס איז באקאנט צו זיין די קלימאקס פונעם יום טוב, ווען דער רבי גייט ארויף אויפן ארון קודש נאכן דאווענען מאכט קידוש, וואונטשט לשנה טובה, זינגט, און זאגט תורה, איז די רבי בכלל נישט אריינגעקומען. די ערשטע טאג איז די רבי אריינגעקומען צו שחרית געהעריג, געזאגט אדון עולם, און געדאווענט פון המלך ביז שמונה עשרה, נאכדעם ארויסגעגאנגען. די רבי איז צוריק אריינגעקומען צו תקיעת שופר, פארגעזאגט דריי מאל למנצח לבני קורח מזמור בקול כנהוג, מן המיצר, און די ברכות, ער האט פראבירט בלאזן אבער האט נישט געקענט, מען האט אים ארויסגעטראגן און מער איז ער נישט אריינגעקומען א גאנץ יום טוב. נאר מוצאי שבת האט מען געפענט די מחיצה פונעם עזרת נשים וואו די רבי איז געזיצן אפאר מינוט, און אנגעוואונטשן די גאנצע עולם.
במשך יום טוב האט די רבי נישט געפירט קיין איינע פון די טישן.

די ערשטע טאג יום טוב האט מען אריבערגערופן דעם דאקטער, וואס האט געזאגט אז די איינציגסטע פראבלעם איז אז עס פעהלט אים אקסידזשין, מען האט אים געגעבן, און טאקע די צווייטע טאג איז געווען בעסער, און די רבי האט געדאווענט מיט א מנין מצומצם אינדערהיים.

זונטאג האט זיך די מצב צוריק פארערגערט און מען האט אריינגעפירט דעם רבי'ן צו מאונט סיני שפיטאל, די דאקטוירים זאגן אז דערווייל איז זעהן זיי נישט קיין גרויסע פראבלעמען, אויס אבער די קליינע פראבלעמען ווי די אטעמען און די בלוט דרוק פארבעסערן זיך נישט און די קומענדיגע טאג צוויי, קען עס פאראורזאכן ברייטערע קאמפליצירטע פראבלעמען.[/justify]
טראכט גוט וועט זיין גוט - טראכט גוט אויף מענטשען וועסטו זעהן זיי זענען טאקע גוט!
(מגידי אמת)

דער אשכול פארמאגט 183 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
פארשפארט