היסטארישער שלום אין סטוטשין!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1707 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2308 מאל

היסטארישער שלום אין סטוטשין!

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

אין א שטוינענדע אנטוויקלונג איז נעכטן געשלאסן געווארן א שלום אפמאך צווישן די צוויי סטוטשינער הויפן: ק''ק תולדות יהודה בראשות הרב הצדיק רבי מאטל זילבער, און ק''ק מנחת יהודה בראשות הרב הצדיק רבי אליעזר יודקאווסקי.

ווי באקאנט הערשט א קאלטער קריג פאר לאנגע יארן צווישן די צוויי מחנות --הויפטזעכליך צוליב וואס תולדות יהודה באנוצט זיך מיט'ן נאמען סטוטשין - - וועלכע איז נעכטן געקומען צו אן ענדע מיט דעם אפמאך, אז ק''ק תולדות יהודה וועט זיך רופן תלמידי סטוטשין און נישט חסידי סטוטשין.
אריגינעל איז געווען דער פארלאנג אז רבי מאטל זאל גענצליך אפלאזן דעם נאמען סטוטשין, אויף וואס ארויף רבי מאטל האט געגעבן זיין אנטווארט, אז עס נישט בידו, ער איז נישט בעל בית און קען עס נישט פארלאנגען פון זיין עלטערן עולם וואס זענען אויף אן אמת אריגינעלע סטוטשינער חסידים.

א געהויבענער און אייגנארטיגער מעמד לחיים איז פארגעקומען אין שטוב פון הרב שרגא האראוויץ, ראש ישיבת בית מאיר, ווי די צוויי אדמורי''ם האבן זיך ווארעם באגריסט און געוואונטשען איינער דער אנדערע. רבי מאטל האט אפילו געוואוסט צו פארציילן אן אנעקדאט פון פריערדיגן רב ווי ער זאל לאזן פאלן ווערטער אז זיין רצון איז אז די המשכה זאל בלייבן ביי יוצאי חלציו.

די מסיבה האט זיך געענדיגט ווען הרב יודקאווסקי האט געאפפערט א רייד אהיים מיט זיין קאר פאר רבי מאטל...

כלל ישראל פרייעט זיך מיט דער שמחה פון די צוויי קהלות הקודש, ווען תלמידי חכמים מרבין שלום בעולם האט באקומען דעם פשוטן זין פון ווארט, און עס איז אלעמענס טיפער האפענונג אז מהם ילמדו וכן יעשו אין אלע צעשפליטערטע קהלות קדושות בישראל, והעושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.

דער אשכול פארמאגט 59 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר