בלאט 1 פון 1

א דריטע אינטיפאדע רח"ל?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 6:13 pm
דורך אפטעמיסט
א פרישע טעראר אטאקע איז איצט פארגעקומען אין ירושלים ווען א מאן פארענדיג אויף א מאטאר ביציקל האט זיך אפגעשטעלט און געשאסן א באקאנטער רעכטער אקטיוויסט און קעמפער פאר אידן-רעכטן אויפ'ן הר הבית — יהודה גליק.

גליק איז אין א קריטישע צושטאנד און דער מערדער איז אנטלאפן. ווי די פאליציי גיבט אן איז די רעדע ווארשיינלעך פון א פלאנירטער מערדעריי דורך אויפגעברויזטע אראבער. דאס אלעס קומט נאך גאר אנגעצויגענע טעג אין ירושלים און מאנכע רעדן שוין וועגן א דריטע אינטיפאדע.