בלאט 1 פון 1

עמעזאן'ס Echo

הודעהפורסם: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 8:38 am
דורך יאסל ראקאווער
עמעזאן איז יעצט ארויסגעקומען מיט א נייע סמארט ספיקער סיסטעם. ס'הייסט Echo. אין Echo דרייט זיך א ראבאטישקע זי הייסט אלעקסי

http://www.amazon.com/oc/echo/

מ'רעדט צו אלעקסי, און אלעקסי ענטפערט. ווילסט וויסען וויפיל אזייגער ס'איז? פרעגסטו, אלעקסי וויפיל אזייגער איז? און זי ענטפערט. וואס איז די וועטער? זי ענטפערט.

מ'קען איר פרעגען אלע סארט שאלות און זי נאשט פון גוגעל-וויקיפידיע און זי שפייט אויס די קורצע ענטפער. ווי הויעך איז געווען די תיבה? ווי אלט איז אברהם געווען ווען סדום איז איבערגעדרייט געווארן? ווען איז רש"י נפטר געווארן? ממש ווי א קאמפיוטער קאפ האט זי אויף אלעס א ענטפער..

אלעקסי קען טון דברים של חול אויך. אלעקסי, לייג אריין א ציין בערשטעל אין מיין שאפינג קארט. אן קיין צעגערנישען ווערט אלעס גלייך ערלעדיגט.

איינע פן די אינטערעסאנטע מעלות וואס  Echo  האט איז; זי האט אויסגשפיצטע אויערן. מ'דארף נישט שרייען צו עס. קענסט רעדן צו עס פון די אנדערע זייט צימער און ס'הערט. אלעקסי, שפיל מיר אברהם פריעד. און זי פאלגט גלייך. איר אויערן הערן בעסער ווי א מענטש. און אנדערש ווי די אלע באקאנטע שיקסע 'סירי' טוט אלעקסי ריספאנדען אן רירען סיי וואספארא אלעקטראנישע קנעפלען.

שפילט גלייך אריין שבת. מ'רעדט נישט פון ביי אונז און וויליאמסבורג ח"ו ווייל אלעקסי איז יונק נאר פון ווייפיי. אז מ'רייסט אויס איר מקור איז זי א דומם. אבער ביי שארית ישראל. ווי אלעקסי, מיט א פילטער אנגעטוען צניעותדיג, גייט זי לכאורה בשיינען יידישע הייזער אט אט. פרעגט זיך א שאלה. דארף מען איר ארויס טרייבען פון א יידישע הויז שבת? סך הכל האט זי א אוזן קשבת. מעג מען רעדן ווען זי איז אינדערהיים? מעג מען רעדן צו איר שבת? ס'איז קומט עפעס פאר ווי א כלאחר יד פון ערשטע דעגרי. איז שייך ביי איר די פראבלעם  פון השמעת קול? ס'איז נישט דא קיין פיזיקעל אקטיוויטי. זי רעדט אויך ווי יעדער איינער. ס'איז נישט קיין זילות שבת און נישט קיין מראית עין. אפשר גאר איז דאס אמירה לעכו"ם?

הודעהפורסם: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 8:55 am
דורך ראשעקאל
וואס גייט עמעזאן האבן פון דעם? ס'גייט קענען קויפן אייטעם'ס דורך עקא?

הודעהפורסם: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 8:59 am
דורך משולם שטיינפעלד
ווען מען זאגט אלעקסע ארויפצולייגן פעמפערס אויף די ליסטע, ביי וועמען גייט מען דאס קויפן אויב נישט ביי עמעזאן?

עמעזאן גייט דורכדעם באקומען גאר אסאך אינפארמאציע איבער דיין מהלך החיים און דיינע אינטערעסן. און צילן ספעציפישע אייטעמס וואס וועט דיר אינטערסירן.

קויפן קויפט מען ביי עמעזאן

הודעהפורסם: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 10:09 am
דורך יידל
אגב, זי הייסט נישט אלעקסע, לויט עמעזאן קען מען איר רופן וויאזוי מ'וויל.

הודעהפורסם: מוצ"ש נאוועמבער 08, 2014 11:08 pm
דורך ראשעקאל
/

הודעהפורסם: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 1:30 am
דורך שטילע אינגערמאן
טאמער כ'מעג פרעגן, מיט וואס איז עס אנדריש ווי סירי פון עפל?

הודעהפורסם: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:33 am
דורך לאליפאפ
עס טוט פאר דיר זאכן מער פיזיש! פראביר יעצט זאגן פאר סירי דיר ארויפצולייגן עפעס אויפן שבת שאפינג ליסט.. #ווייסעכמיין?

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 1:16 pm
דורך עזריאל

הודעהפורסם: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 1:20 pm
דורך עזריאל
מענין לענין. אדער און קול מבשר שפראך: און אנדערע נייעס.

https://www.youtube.com/watch?v=BPGeOE6qwp8