פליקער האט געשריבן:אה ב"ה א אקציע מיר זענען שוין ווייטער שילדיג
פליקער האט געשריבן:אוודאי שוין איך זיי, אבער ביז געלט, וויאזוי ווער איך דערפאר שילדיג, וויאזוי ווערט דאס א צוועק, איך וועל אי"ה מתפלל זיין אז דער אייבישטער זאל ממלא זיין זייער חסרון.
chusid האט געשריבן:ווער איז דער איצטיגער בעל הבית? דער אלטער בעל הבית האט זיך געבויט א מענשין אין בארא פארק און אין די קעטסקילס כאחד הנגידים....ער איז וועגן דעם אנטלאפען פין וויליאמסבורג ווייל דארט האט ער אסאך שונאים
דריידל האט געשריבן:פליקער, איך גלייך זייער דיינע געשרייבאכץ אבער וואט די העק ווילסטי פון די רבנים דא? די רב איז נישט געווען דא אינוואלווד צו פראטעקטן די קונה. די קונים האבן געזאלט נעמען א לויער אדער לכה"פ א קאמפיטענט ת"ח באהאווענט אין חו"מ צו פארזיכערן זייערע רעכטן. איך ווייס אז ווי ס'איז איינגעפירט טיט די מוכר וואס ער וויל בבחינת take it or leave it און די קונה דערוואגט זיך נישט צו עפענען דאס מויל, אבער פארדעם דארף מען נאכנישט בלעימן די רב ווייל סוף כל סוף האט די קונה איינגעשטימט אויף די פראצעדור.
יאסל ראקאווער האט געשריבן:ס'שיינט ווי רשעות צו רודפן היימישע באנקירער. איינער האט דיך באגנבט דיפאזיטס. וואס ווילסטו פון די באנק? און אנדערע היימישע בענק ווי וואלווי לאנדא אדער בערי הערשקא וואלטן געטון אנדערש? יעדע באנק וואס בארגט אויף היימישע בניינים שטייט גרייט אוועק צו נעמען די קאלעטעראל אויב באצאלט מען נישט. און קיינער פארהאנדעלט נישט נאכדעם וואס די רודפסט אויס און קאורט מיט צוואנציג מאושענס. ווען סעפדי פארלירט זיין הויזען דא וואלט קיינער נישט געבלינקט. יעצט בלינקט ער נישט.
א אומגליק? אוודאי! אבער לאז אפ די באנקירער. מיינסט סעפדי דארף די הויז? ער דארף צוריק זיין הלוואה. אפשר גיי שרייען צו די לאמבער יארד ער זאל צוריק געבען די געלט?
וואס יא? גיי בעט צוריק די געלט פון די נארישע לויערס וואס האבן זיך איינגערעדט מ'גייט געווינען.
outspoken האט געשריבן:ער האט פארקויפט די דירות פאר בערך $250 א ס''פ, ביים וועלן צירוק געבען די דיפאזיט האט די מארקעט געהאלטן ביי $400 א ס''פ, די (נישט געווארענע) טענענטס, האבן געהאלטן אז ער וויל דאס פארקויפען פאר גוים.
גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס
באניצער וואס לייענען דעם פארום: משולם שטיינפעלד און 5 געסט