בוש-פארטמאן - קאשמאר פאר דעמאקראטן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
מים חיים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 98
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:41 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 61 מאל

בוש-פארטמאן - קאשמאר פאר דעמאקראטן

שליחה דורך מים חיים »

דער רעפובליקאנער טיקעט וואס וועט פאראורזאכן קאשמארן פאר די דעמאקראטן די נעקסטע צוויי יאר: דזשעב בוש און ראב פארטמאן.

אזוי האט דער הילערי קלינטאן ראטגעבער העראלד איקס געווארנט פארגאנגענעם פרייטאג.

---
לויטן אנאליז פון העראלד איקס, א לאנגיעריגער ראטגעבער און איינער פון די ארגאנעזירער פון דעם סופער פעק "רעדי פאר הילערי" וואס ארבייט יעצט רייף צו מאכן דעם באדן פארן הילערי קאמפיין אין 2016, איז א קאמבאנירטע בוש-פארטמאן טיקעט, א סכנה פאר די דעמאקראטישע פלענער און קען אראפירן אלע דעמאקראטישע האפענונגען פון די רעלסן.

איקס האט געגעבן זיין אנאליז פאר רעפארטערס ביי א מיטינג אין מידטאון מאנהעטטען, ווען די פינאנציעלע קאמיטע פון "רעדי פאר הילערי" האט זיך געטראפן איבערצושמועסן ווייטערדיגע פלענער.

בוש-פארטמאן קען צונעמען פון די דעמאקראטן, פלארידא, בוש'ס היימשטאט, און אהייא, פארטמאנס שטאט. און די ברייטע שטיצע וואס דזשעב בוש געניסט פון די היספאנישע וועט לכאורה געבן פאר דעם געמיינזאמען טיקעט קאלאראדא.

"בוש האט וואס עס זעהט אויס צו זיין זייער שטארקע קרעדענדזשעלס ביי די ספאנישע" זאגט איקס איבער דעם געוועזענעם פלארידע גאווערנער, וועמענס ווייב איז מעקסיקען-אמעריקען, "מען זאגט אז ער רעדט ספאניש אינדערהיים, עד כדי כך, אז ער טראכט אין ספאניש".

אויב אהייא, קאלאראדא, און פלארידע פאלט צו די רעפובליקאנער, מיינט דאס אז כדי די דעמאקראטן זאלן זיגן מוזן זיי באקומען קאנסערוואטיווע סטעיטס וואס נייגן צו דעמאקראטן ווי למשל דזשארדזשיע.

טראץ דעם וואס דער בוש-פארטמאן טיקעט קען פאראורזאכן קאשמארן ביי די דעמקראטן, דארף עס נאכנישט פאראורזאכן שלאפלאזע נעכט. הגם ביידע, בוש און פארטמאן, קלערן פון לויפן, איז קיינער פון זיי נאכנישט גרייט צו ערקלערן אז זיי לויפן, און ביידע פון זיי האבן אישוס מיט די בעיס פון די רעפובליקאנער פארטיי.

א. בוש שטיצט קאממאן קאור עדוקעישן רעפארם און א היבש ליבעראלע צוגאנג צו אימיגרעישן רעפארם. ביידע דערפון זענען פארעכנט ווי גאר וויכטיגע אישוס ביי קאנסערוועטיווס.
ב. בשעת בוש טרעפט זיך מיט פאטענציעלע דאנארס פאר זיין קאמפיין, האלטן טייל רעפובליקאנער אז דער געוועזענער גאווערנער, וואס האט זינט 2002 נישט געוואונען א רעיס מיט אן ערנסטן קעגנער, און ארבייט היינט אין דעם פינאנציעלן אינדוסטרי, וועט זייער מעגליך אפטרעטן פאר די פרישע פאליטיקאנטן אויפן ארענע ווי זיין תלמיד אין פאליטיק, מארקא רוביא.

פארטמאן, דער סענאטער פון אהייא, האט זיך זיינע אישוס. ער שטיצט גלייכע רעכטן ביים הייראטן. דער איינציגסטער הויכראנגיקע רעפובליקאנער דאס צו שטיצן. ער האט אנגענומען דעם שטעלונג ווען זיין זון איז ארויסגעקומען אין דער עפענטליכקייט פאראיאר, אלס אזא איינער וואס וועט נהנה זיין פון גלייכע רעכטן צום הייראטן, און ער האט שוין קריטיק פון די קאנסערוועטיוון אין זיין היימשטאט, אהייא. מעגליך אז ער וועט זיין א וויצע פרעזידענט קאנדידאט, אבער עס פעלט אים די בליציגע געדאנקען וואס די וויילער האבן ליב.

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר