מארקעטפלעיס מיט'ן נאמען JET

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מבקר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 355
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 21, 2014 4:49 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 273 מאל

מארקעטפלעיס מיט'ן נאמען JET

שליחה דורך מבקר »

ערגעץ אנהייב יארע 2015 הייסט עס גייט זיך עפענען א פרישע אנליין מארקעטפלעיס מיט'ן נאמען JET

די גרויס געלט וואס זיי האבן אויפגעטריבן דערווייל צוזאמען מיט די שמועות וואס לויפן ארום - שטילערהייט שוין א לענגערע צייט - און איז היינט געווארן אפיציעל געמאלדן, ווייזט אז זיי גרייטן זיך צו עפעס גאר גרויס, די שאלה איז נאר צו דיירעקט קאמפעטישאן מיט עמעזאן אדער אביסל אין א אנדערע דירעקציע, באט זיי פארשפרעכן עכ"פ צו ביעטן און קאמפיטן מיט יעדן. ימים ידברו...

די גרינדער דערפון איז Marc Lore וועלכע האט אויך געגרינדעט דייפערס.קאם וואס ער האט למעשה שפעטער פארקויפט פאר עמעזאן (נאך א שמוציגע פרייז נידערונג קאמפיין, מיט'ן דירעקטן ציהל זיי אויסצוקויפן), סאופ.קאם ועוד.
נאכ'ן שוין האבן א שטיק צייט א ליידיגע וועבסייט מיט אביסל באמבאסטישע פראזן איבער א ציקונפטיגע אויפרייס, האבן זיי היינט אפיציעל ארויסגעשיקט א מעלדונג דערוועגן מיט ציהל עס באקאנט צו מאכן.

נאר פאר'ן אריינגעבן דיין אימעיל אדרעס אפפערן זיי א 6 חדשים פרייע מעמבערשיפ (לעקעשע, אויף ווען זיי גייען זיך עפענען) מיט א מעגליכקייט פאר א גאנצע יאר פרייע מעמבערשיפ.
אויך אפפערן זיי א מעגליכקייט צו באקומען א שיינע אמאונט אין זייער סטאקס (ווייטער לעקעשע, אויף ריכטיג איינצוקעשן ווען זיי גייען עווענטואל גיין פאבליק).

אלזא, דערווייל עמער ווארטן מיט שפאנונג

סיין ארויף דורך מיין לינק און איך וועל וואקסן אין ראנג.

I just became a Jet Insider and got a free 1 year membership to the next big thing in e-commerce. Sign up to get your free membership here:https://jet.com/#/ji/cd48w #sharesforshares

דער אשכול פארמאגט 27 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר