דער פילם "דער אינטערוויו" און די סאני העקינג סקאנדאל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
יאנטעף
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 89
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 11, 2012 11:09 am
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

דער פילם "דער אינטערוויו" און די סאני העקינג סקאנדאל

שליחה דורך יאנטעף »

די גרויסע סאני ענטערטעינמענט פירמע האט צוזאמענגעשטעלט א נייע קאמעדיע פילם מיט'ן נאמען "דער אינטערוויו" וואס דארף צו זיין א מעשה ווי געוויסע האבן זיך אריבערגעכאפט צו צפון קאריע כדי צו ערמארדן דעם פירער זייערער, קים דזשאנג און, און זענען מצליח אים מסדר צו זיין.

בילד

ווי באקאנט איז דער פירער זעהר פארהייליגט אין צפון קאריא, כאטש ער איז קוים געווארן פירער און איז בלויז ארום דרייסיג יאהר אלט. פארגאנגענעם יוני האט צפון קאריא געסטראשעט מיט "אומ'רחמנות'דיגע" אקציעס קעגן אמעריקע אויב מ'גייט ווייטער מיט דעם פילם. זיי האבן עטליכע וואכן צוריק זיך אריינגעבראכן עלעקטראניש אין די קאמפיוטערס פון סאני, און ארויסגעגעבן פילע פילמס וואס זענען נאך נישט ארויסגעגעבן געווארן פאר די גאס, און אויך פריוואטע אימעיל געשפרעכן פון סאני באאמטע וואס די אינערליכע געשפרעכן אליין האבן געברענגט ערענסטע סקאנדאלן.
די פרעמיער (ערשטע מאל שפילן) פון "דער אינטערוויו" איז געווען די וואך, און נעכטן האט די גרופע וואס איז געשטאנען אונטער די העקינג ארויסגעשטעלט אז סטעיטמענט אז זיי וועלן אויספירן א "9/11 סטייל" טעראריסט אטאקע קעגן די טעאטערס וואס וועלן שפילן "דער אינטערוויו".
עס איז תיכף געוועהן אין די נייעס אז פילע טעאטערס האבן אפגעזאגט צו שפילן דעם פילם נישט ווילענדיג זיך אריינלייגן אין א סכנה. היינט איז געמאלדן געווארן אז סאני אליין האט געמאלדן אז זיי ציען צוריק פון דעם טעאטריקעל רעליעס פון "דער אינטערוויו".

היינט איז אויך געוועהן אין די נייעס אז די אמעריקאנער רעגירונג האט באשטעטיגט אז צפון קאריא שטייט טאקע אונטער די העקינג, און קלערט עס צו פארדאמען.

פאלגענד איז די טרעילערס פאר "דער אינטערוויו"

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=frsvWVEHowg[/youtube]

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=DkJA1rb8Nxo[/youtube]

דער אשכול פארמאגט 47 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר