לאליפאפ האט געשריבן:40 גופות זענען שוין ריקאווערד פון די שטח ווי מ'גלייבט אז דער פליגער האט געקראכט.
כ'זעה נישט אין ערגעץ אזא נומער. בלויז 2-3 פאסאזשירן האט מען דערווייל רעקאווערד.
מיענטיים, די משפחות וואס האבן געלעכצט פאר אינפארמאציע האבן ווי פארשטענדליך אלע אויסגעבראכן אין יאמערליכע געוויינען, און טייל האבן גע'חלש'ט, ביים הערנדיג די נייעס, נישט קענענדיג גלייבן אז זייערע נאנטע זענען מער נישטא.
די עירליין האט זיך אנטשולדיגט פאר די משפחות און געזאגט אז זיי קענען נישט אויסדרוקן מיט ווערטער זייער צער און ווייטאג פאר די באטראפענע משפחות.
די עירליין האט געברענגט צו די משפחות רעליגיעזע פירער און פסיכאלאגן, זיי צו בארואיגן און טרייסטן.
מערערע לענדער האבן געשיקט הילף צו זוכן די עראפלאנען, אינקלודינג אמעריקע וועלכע האט געשיקט איבער 10 שיפן און העליקאפטערס, ספעציעל געאייגענט פאר אזעלכע פעלער.
ראשעקאל האט געשריבן:כ'האף אז זיי זענען גליייך געשטארבען. נישט אויסגעגאנגען ווארטענדיג פאר הילף
זיי זאגן אז אויב איז דער פראבלעם געווען נאר געווען די שלעכטע וועטער, האבן זיי מסתמא געהאט א לענגערע פיינפולע טויט מיט היבש שרעק; אויב אבער איז עס געווען אן עקספלאוזשען וכדו' דאן זענען זיי אומגעקומען תיכף ומיד.
דערווייל ווארט מען צו טרעפן די שווארצע (אראנדזשע) באקסעס פאר פולע אינפארמאציע.