בלאט 48 פון 48

הודעהפורסם: מיטוואך יולי 22, 2015 8:57 pm
דורך פריעד באטשי
וועטערבאריכט האט געשריבן:איך קען זיך נישט איינהאלטען פון ארויפלייגען אפאר פיקטשערס ממש א הערליכער טאג געווען דא היינט .
️וועטערבאריכט ️️

ווער האט דיר געבעטן זיך איינהאלטן?
אדרבה! כה לחי! זיי אונז ווייטער מהנה מיט די הערליכע בילדער, עס איז גארדזשעס, עדאריבעל, פעה פעה פעה.

הודעהפורסם: מיטוואך יולי 22, 2015 9:01 pm
דורך ירח בן יומו
מאיזה סיבה בין איך נישט זוכה צו זעהן די בילדער

Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

הודעהפורסם: מיטוואך יולי 22, 2015 9:08 pm
דורך וועטערבאריכט
ירח בן יומו האט געשריבן:מאיזה סיבה בין איך נישט זוכה צו זעהן די בילדער

די פראבלעם איז אז איך קען זיי נישט ארויפלייגען מיט די רעגאלער קאווע שטיבעל , זיי זענען צו גרויס, לייג איך עס ארויף מיט taptalk, קען עס א טייל פון דער עולם נישט זען... איך האב נישט א גוטער סולושען דערווייל. סארי


️וועטערבאריכט ️️

Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

הודעהפורסם: מיטוואך יולי 22, 2015 9:10 pm
דורך וועטערבאריכט
פריעד באטשי האט געשריבן:
וועטערבאריכט האט געשריבן:איך קען זיך נישט איינהאלטען פון ארויפלייגען אפאר פיקטשערס ממש א הערליכער טאג געווען דא היינט .
️וועטערבאריכט ️️

ווער האט דיר געבעטן זיך איינהאלטן?
אדרבה! כה לחי! זיי אונז ווייטער מהנה מיט די הערליכע בילדער, עס איז גארדזשעס, עדאריבעל, פעה פעה פעה.

דער issue איז עס דאס אשכול איז באשטימט פאר וועטער באריכטען. אויב איך לייג ציפיל פיקטשערס ווערט מיין וועטער באריכט פארלוירען ציווישען...


️וועטערבאריכט ️️

הודעהפורסם: מיטוואך יולי 22, 2015 9:12 pm
דורך געוואלדיג
דא האב איך ריסייזט איינס, יעצט זעהסטו? @ירח בן יומו

Re: וועטערבאריכט'ס קאווע שטיבל וועטער-באריכטן

הודעהפורסם: מיטוואך יולי 22, 2015 10:30 pm
דורך ירא שמים
וועטערבאריכט מאך א אשכול פאר וועטער בילדער , איך קוק סתם אזוי נישט די וועטער אבער די בילדער וואלט איך געקוקט.

הודעהפורסם: דאנערשטאג יולי 23, 2015 7:13 am
דורך וועטערבאריכט
ירא שמים האט געשריבן:וועטערבאריכט מאך א אשכול פאר וועטער בילדער , איך קוק סתם אזוי נישט די וועטער אבער די בילדער וואלט איך געקוקט.

Ok, איך טריי עס אויס , איך האב געמאכט אן עקסטרען אשכול פאר בילדער וואס זענען נישט נוגע וועטער.

הודעהפורסם: דאנערשטאג יולי 23, 2015 7:18 am
דורך וועטערבאריכט
ירח בן יומו האט געשריבן:מאיזה סיבה בין איך נישט זוכה צו זעהן די בילדער

זע דער נייער אשכול, וועטערבאריכט׳ס בילדער scenic. ביז עס איז דא א בעסערע סעלושען , קען איך עס ארויפלייגען מיט taptalk אין נאכדעם ווען איך save עס פון קאווע שטיבעל איז עס resized , קען איך עס ארויפלייגען דער נארמאלע וועג אז יעדער זאל דאס קענען זען. איך האב נישט געוואלט צופאטשקען דער וועטער אשכול מיט אזוי סאך דאבעל פיקטשערס.

מיטוואך אווענט פרשת דברים- וועטער באריכט

הודעהפורסם: דאנערשטאג יולי 23, 2015 7:21 am
דורך וועטערבאריכט
איך repost דער וועטער באריכט וואס איז געווארען פארלוירען ציווישען אלע בילדער , פון יעצט אהן וועט דער אשכול זיין פאר וועטער אין וועטער related פיקטשערס .
א גיטען אווענט , דא האט איהר די וועטער באריכט פאר׳ן קומענדיגער וואך הבעל״ט.

וועטער- ברוקלין

מיטוואך נאכט-קלאר אין קילער, ווינטיג, ארום 65.
דאנערשטאג ביז שבת -מערסטענס זיניג אין ווארעם, ארום 85 בייטאג, 65-70 ביינאכט.
זונטאג אין מאנטאג- טייל זיניג מיט אפאר showers מעגליך, 80-85 בייטאג. ארום 70 ביינאכט.
דינסטאג אין מיטוואך-זיניג אין ווארעמער, 85-90 בייטאג, ארום 70 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

מיטוואך נאכט-קלאר אין קילער, ווינטיג, ארום 62.
דאנערשטאג ביז זונטאג -זיניג אין ווארעם, ארום 85 בייטאג,ארום 65 ביינאכט.
מאנטאג אין דיסטאג- טייל זיניג מיט אפאר showers מעגליך, 85-90 בייטאג. ארום 70 ביינאכט.
מיטוואך-זיניג אין ווארעמער, ארום 90 בייטאג, ארום 70 ביינאכט .

וועטער מאנסי אין מאנרא-

מיטוואך נאכט-קלאר אין זייער קיל, ווינטיג, ארום 55.
דאנערשטאג ביז שבת -מערסטענס זיניג אין ווארעם, ארום 82 בייטאג, 55-60 ביינאכט.
זונטאג אין מאנטאג- טייל זיניג מיט אפאר showers מעגליך, 80-85 בייטאג. ארום 65 ביינאכט.
דינסטאג אין מיטוואך-זיניג אין ווארעמער, ארום 85 בייטאג, ארום 65 ביינאכט.

וועטער קעצטקיל בערג-

מיטוואך נאכט-קלאר אין זייער קיל,ווינטיג אין אווענט, ארום 50-55.
דאנערשטאג ביז שבת -מערסטענס זיניג אין ווארעם, ארום 75-80 בייטאג,ארום 55 ביינאכט.
זונטאג- טייל זיניג מיט showers אין thunderstorms מעגליך, ארום 80 בייטאג. ארום 60 ביינאכט.
מאנטאג ביז מיטוואך-טייל זיניג אין ווארעמער, ארום 80-85 בייטאג, ארום 60 ביינאכט.

נעקסטע וועטער באריכט אי״ה ,דאנערשטאג אווענט. א גוטע נאכט.

הודעהפורסם: דאנערשטאג יולי 23, 2015 7:42 am
דורך וועטערבאריכט
עס איז געווען נאך א קילערע נאכט אין רוב לאקאלס ארויס פון שטאט, אין לעיקוואוד איז עס אראפ צו 61, מאנסי 59, מאנרא 57, וואודריד׳ג 52, סוואן לעיק 48. דער שטאט איז אראפ ביז 68. דער סיבה פארוואס עס בלייבט אזוי סאך ווארעמער אין שטאט ביינאכט איז ווייל אין די זיממער קומען קאלטע נעכט פון radiational cooling , דאס געשעט ווען עס קומען קלארע נעכט מיט לייכטע ווינטען אדער no wind. אינטער אזעלעכע conditions , ווארפט דער ערד ארויס דער היץ פונעם טאג שנעל אריין אינעם אטמאספארע. דאס געשעט אבער א סאך בעסער אין פעלדער אין וועלדער נישט אין א שטאט, a concrete jungle , ווי מען רופט עס, דער sidewalks and streets ווי אויך רוב הייזער זאפען איין אסאך היץ דורכ׳ען טאג, אין דאס האלט דער שטאט אסאך ווארעמער ביינאכט. דער שטאט גראדע קען זיך אפקילען שנעלער מיט א שטארקען קילער ווינט אינטער א קאלד פראנט למשל ,אבער דאס געשעט זייער ווייניג אין דער זוממער.

אניוועי היינט קומט נאך א שיינער זיניגער טאג , מיט low humidity, עס וועט זיין מיט 2-3 דעגריס ווארעמער אין די קאנטרי אין די הויכע 70s . אין שטאט וועט בלייבען ארום 85 . א גוטען טאג.

דאנערשטאג אווענט- פ׳ דברים -וועטער באריכט

הודעהפורסם: דאנערשטאג יולי 23, 2015 5:11 pm
דורך וועטערבאריכט
א גיטען אווענט , דא האט איהר די וועטער באריכט פאר׳ן קומענדיגער וואך הבעל״ט.
אפדעיט- פרייטאג 2pm - עס זעט יעצט אויס ווי א נייע heat wave קומט אהן פאר מיטוואך-פרייטאג. עס קען זיין נאנט צו 90 דינסטאג , אין אין די 90s ביידע טעג מיטוואך אין דאנערשטאג מיט העכערע humidity .
וועטער- ברוקלין

דאנערשטאג נאכט-קלאר אין מילד, ארום 68.
פרייטאג אין שבת -מערסטענס זיניג אין ווארעם, ארום 85 בייטאג, ארום 70 ביינאכט.
זונטאג (תשעה באב) אין מאנטאג- טייל זיניג מיט א chance פאר showers אין thunderstorms ספעציעל נאכמיטאג, ארום 85 בייטאג. ארום 72 ביינאכט.
דינסטאג ביז דאנערשטאג-זיניג אין ווארעמער, ארום 88-94 בייטאג, 75-80 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

דאנערשטאג נאכט-קלאר אין מילד, ארום 65.
פרייטאג ביז זונטאג(תשעה באב) -מערסטענס זיניג אין ווארעם, 83-88 בייטאג, ארום 65 ביינאכט.
מאנטאג- טייל זיניג מיט א chance פאר showers אין thunderstorms ספעציעל נאכמיטאג, ארום 85 בייטאג. ארום 72 ביינאכט.
דינסטאג ביז דאנערשטאג-זיניג אין ווארעמער, -90-95 בייטאג, 70-75 ביינאכט.

וועטער מאנסי אין מאנרא-

דאנערשטאג נאכט-קלאר אין קיל, ארום 55.
פרייטאג ביז שבת -מערסטענס זיניג אין ווארעם, ארום 82 בייטאג, ארום 58 ביינאכט.
זונטאג (תשעה באב)אין מאנטאג- טייל זיניג מיט א chance פאר showers אין thunderstorms ספעציעל נאכמיטאג, ארום 85 בייטאג. ארום 65 ביינאכט.
דינסטאג ביז דאנערשטאג-זיניג אין ווארעמער, 88-92 בייטאג, ארום 70 ביינאכט.

וועטער קעצטקיל בערג-

דאנערשטאג נאכט-קלאר אין זייער קיל , ארום 50.
פרייטאג ביז שבת -מערסטענס זיניג אין ווארעם, ארום 80 בייטאג, ארום 55 ביינאכט.
זונטאג-(תשעה באב) טייל זיניג מיט showers אין thunderstorms מעגליך , ארום 80 בייטאג. ארום 60 ביינאכט.
מאנטאג ביז מיטוואך- טייל זיניג אין ווארעמער, ארום 85-87 בייטאג , ארום 60 ביינאכט.
דאנערשטאג-טייל זיניג אין ווארעם ,מיט א shower אדער thunderstorm מעגליך , ארום 88 בייטאג, ארום 68 ביינאכט.


נעקסטע וועטער באריכט אי״ה ,נאך חצות תשעה באב. שיבנה בית המקדש בב״א ,א גוטע נאכט אין א גוט שבת, אין א גרינגען תענית.