בלאט 22 פון 48

אפדעיט 1 אזייגער

הודעהפורסם: דאנערשטאג מערץ 05, 2015 2:17 pm
דורך וועטערבאריכט
א heavy band פון שניי קומט יעצט אריין אין New York City דאס קען אראפלייגען ביז 2 אינטשעס פער שעה. עס איז קאלט יעצט נאר 22 אין עס האלט אין איין ווערען קעלטער. דער בענד וועט אדורכגיין ציביסעליך אין די נעקסטע שעה צוויי.

אפדעיט 2 אזייגער פורים נאכמיטאג

הודעהפורסם: דאנערשטאג מערץ 05, 2015 3:29 pm
דורך וועטערבאריכט
דער heavy band פון שניי רוקט זיך יעצט זייער שטאטליך ארויס פון נאו יארק סיטי , לייכטערע שניי וועט נאך פאלען פאר א פאר שעה עס ליגט שוין אויפן ערד בערך 5-6 אינטשעס סאו מיט נאך א אינטש אדער צוויי וועט עס אינז ברענגען צו די 6-8 אינטש טאטעלס. נארט פון די סיטי שנייט לייכטער אין זיי וועלען שוין נישט זען סאך מער פון וואס ליגט שוין יעצט אויפ׳ן גראונד. אין לעיקוואוד איז דא ארום 6 אינטשעס אין עס שנייט פעסט איך האלט אז מיר וועלען אויך אנקומען אויף די high end פון 8-9 צו אפשר 10 אינטשעס פאר עס ענדיגט זיך אין דער אווענט דא, דער קאלטער טרוקענער לופט שטופט דער שניי בענדס ציביסעליך סאוט אין איסט . היינט נאכט וועט זיין גאר קאלט אין ווינטיג מיט blowing and drifting snow. זייער א זעלטענע וועטער באריכט פאר נאו יארק פאר פורים. זייט באווארענט די ווינט chills זענען שוין יעצט נאנט צו די single digits אין אלקעהאל מאכט א מענטש מער סענסיטיוו צו דעם.

Final amounts for the storm

הודעהפורסם: דאנערשטאג מערץ 05, 2015 9:12 pm
דורך וועטערבאריכט
.

דאנערשטאג נאכט וועטער באריכט

הודעהפורסם: דאנערשטאג מערץ 05, 2015 9:55 pm
דורך וועטערבאריכט
א פרייליכען פורים, דער שטורם איז פארביי אין יעצט גייט זיין א פאר קאלטע טעג ביז נאך שבת, אבער נעקסטע וואך קען איך מיט גרויס פרייד זאגען אז עס גייט באמת פיינעלי זיין א ברעיק אין דער קאלטער שנייעדיגער וועטער פאטטערן. פרייטאג וועט טאקע זיין אין די 20s, שבת אין די 30s , אבער זינטאג ביז מיטוואך אין די 40s אין נעקסטע דאנערשטיג קען זיין אין די 50s! עס קען זיין אז ביי נעקסטע וואך אין דער צייט וועט דער שניי הויפענעס זיין א old memory.
איך וועל אי״ה ארויפלייגען א וועטער באריכט מארגען. א גיטע נאכט.

שושן פורים אינדערפרי- וועטער באריכט

הודעהפורסם: פרייטאג מערץ 06, 2015 7:46 am
דורך וועטערבאריכט
א גוט מארגען ,א גיטען ערב שבת קודש. איר וועט הנאה האבען פון דעם וועטער געריכט היינט רבותי! :lol: פיינעלי זעט מען זין אין טעמפרעטורס וואס גייען ארויף א יעדען טאג ! איך זאג נישט צו אז ווינטער איז גענעצליך over, אבער עס זעט אויס ווי א שיינער ברעיק כאטש.

וועטער ברוקלין- זייער קאלט היינט צופרי 13 דעגריס יעצט.

פרייטאג -שושן פורים- זיניג אין קאלט , 25 בייטאג, קלאר אין קאלט ,ארום 16 ביינאכט.
שבת -טיילווייז זיניג אין נישט אזוי קאלט, 35. מוצאי שבת- פארוואלקענט אין קיל, 28.
זינטאג ביז דינסטאג - זיניג אין מילד, 40-45 בייטאג, 25-30 ביינאכט.
מיטוואך אין דאנערשטאג- זיניג אין ווארעמער 47-52 בייטאג, 30-35 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד - זייער קאלט היינט צופרי 9 דעגריס יעצט.

פרייטאג -שושן פורים- זיניג אין קאלט , 25 בייטאג, קלאר אין קאלט ,ארום 12 ביינאכט.
שבת -טיילווייז זיניג אין נישט אזוי קאלט, 38. מוצאי שבת- פארוואלקענט אין קיל, 27.
זינטאג ביז דינסטאג - זיניג אין מילד, 40-45 בייטאג, 25-30 ביינאכט.
מיטוואך אין דאנערשטאג- זיניג אין ווארעמער 48-54 בייטאג, 30-35 ביינאכט.

וועטער מאנסי- זייער קאלט היינט צופרי 7 דעגריס יעצט.

פרייטאג -שושן פורים- זיניג אין קאלט , 24 בייטאג, קלאר אין קאלט ,ארום 10 ביינאכט.
שבת -טיילווייז זיניג אין נישט אזוי קאלט, 32. מוצאי שבת- פארוואלקענט אין קיל, 26.
זינטאג ביז דינסטאג - זיניג אין מילד, 40-45 בייטאג, 20-25 ביינאכט.
מיטוואך אין דאנערשטאג- זיניג אין ווארעמער 45-50 בייטאג, 28-33 ביינאכט.

וועטער מאנרא-גאר קאלט היינט צופרי נאר 1 דעגרי יעצט.

פרייטאג -שושן פורים- זיניג אין קאלט , 22 בייטאג, קלאר אין קאלט ,ארום 8 ביינאכט.
שבת -טיילווייז זיניג אין נישט אזוי קאלט א פאר פלאריס מעגליך נאכמיטאג, 32. מוצאי שבת- פארוואלקענט אין קיל, 25.
זינטאג ביז דינסטאג - זיניג אין מילד, 37-42 בייטאג, 18-23 ביינאכט.
מיטוואך אין דאנערשטאג- זיניג אין ווארעמער 43-48 בייטאג, 25-30 ביינאכט.


נעסקטע וועטער באריכט מוצאי שבת אי״ה . א גוט שבת.

Final snow amounts אין די היימישע שטעט.

הודעהפורסם: פרייטאג מערץ 06, 2015 8:00 am
דורך וועטערבאריכט
.

מוצאי שבת- וועטער באריכט

הודעהפורסם: מוצ"ש מערץ 07, 2015 8:31 pm
דורך וועטערבאריכט
א גוט וואך, איך בין פארנימען דער מוצאי שבת וועל איך ארויפלייגען דער וועטער באריכט אן דער discussion.איין זאך קען איך יא זאגען , enjoy this weeks weather, ווייל דערנאך זעט אויס ווי אינז גייען מיר צוריק צו א ווינטערדיגער פאטטערן, עס וועט אוואדע נישט ווערען אזוי קטלט אבער געדענקט 30s בייטאג אין 20s ביינאכט איז קאלט געניג פאר שניי. מארגען נאכט וועל איך מער ארומרעדען דער וואכעדיגע וועטער בעזרת ה׳.

וועטער ברוקלין-

מוצאי שבת- פארוואלקענט אין קיל,ווינטיג , 32.
זינטאג אין מאנטאג- טייל זיניג אין מילד, 40-45 בייטאג, 30-35-ביינאכט.
דינסטאג- ווערט פארוואלקענט , רעגען מעגליך נאכמיטאג אין באנאכט, 42 בייטאג, 37 ביינאכט.
מיטוואך אין דאנערשטאג- זיניג אין מילד, 45-50 בייטאג, 30-35 ביינאכט.
פרייטאג- טייל זיניג אינדערפרי, פארוואלקענט מיט שניי אדער רעגען מעגליך שפעט ביינאכט, 42 בייטאג, 32 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

מוצאי שבת- פארוואלקענט אין קיל,ווינטיג , 30.
זינטאג אין מאנטאג- טייל זיניג אין מילד, 45-50 בייטאג, 30-35-ביינאכט.
דינסטאג- ווערט פארוואלקענט , רעגען מעגליך נאכמיטאג אין באנאכט, 45 בייטאג, 35 ביינאכט.
מיטוואך אין דאנערשטאג- זיניג אין מילד, 45-50 בייטאג, 30-35 ביינאכט.
פרייטאג- טייל זיניג אינדערפרי, פארוואלקענט מיט רעגען מעגליך ביינאכט, 42 בייטאג, 35 ביינאכט.

וועטער מאנסי-

מוצאי שבת- פארוואלקענט אין קיל,ווינטיג , פלאריס מעגליך , 28.
זינטאג אין מאנטאג- טייל זיניג אין מילד, 40-45 בייטאג, 25-30 ביינאכט.
דינסטאג-זיניג אידערפרי דערנאך ווערט פארוואלקענט , 42 בייטאג, 35 ביינאכט.
מיטוואך אין דאנערשטאג- זיניג אין מילד, 43-48 בייטאג, 25-30 ביינאכט.
פרייטאג- טייל זיניג אינדערפרי, פארוואלקענט מיט שניי מעגליך שפעט ביינאכט, 40 בייטאג, 28 ביינאכט.

וועטער מאנרא-

מוצאי שבת- פארוואלקענט אין קיל,ווינטיג , פלאריס מעגליך , 27.
זינטאג אין מאנטאג- טייל זיניג אין מילד, -ארום 40 בייטאג, 20-25 ביינאכט.
דינסטאג-זיניג אידערפרי דערנאך ווערט פארוואלקענט , 42 בייטאג, 32 ביינאכט.
מיטוואך אין דאנערשטאג- זיניג אין מילד, 43-47 בייטאג, 20-25 ביינאכט.
פרייטאג- טייל זיניג אינדערפרי, פארוואלקענט מיט שניי מעגליך שפעט ביינאכט, 38 בייטאג, 27 ביינאכט.



נעסקטע וועטער באריכט זינטאג אווענט אי״ה . א גוטע וואך.

Snowfall double normal in most areas so far this season

הודעהפורסם: זונטאג מערץ 08, 2015 1:42 am
דורך וועטערבאריכט
.

שניי אין אייז בילדער פון new york city

הודעהפורסם: זונטאג מערץ 08, 2015 1:59 am
דורך וועטערבאריכט
.

(Nyc in the snow (purim snowstorm

הודעהפורסם: זונטאג מערץ 08, 2015 2:02 am
דורך וועטערבאריכט
.

זינטאג אווענט- וועטער באריכט

הודעהפורסם: זונטאג מערץ 08, 2015 9:29 pm
דורך וועטערבאריכט
א גוטען אווענט, דער ערשטער פון די לענגערע דעלייט סעווינגס טעג איז באגלייט געווארען מיט די ווארעמסטער טאג זייט january 6th ( צוויי חדשים) דער טעפרעטורס זענען ארויף ביז 50 אין בארא פארק, 51 אין לעיקוואוד, 45 אין מאנסי אין אויך מאנרא. דערווייל איז אינטרעסאנט צו וויסען אז דער נארמאלער high temperature פאר די שטאט איז שוין 47, אין די low 33. עס איז פשוט געווען אזוי אויסערגעווענטליך קאלט אז היינט האט זיך געפילט ווי זייער ווארעם. די שניי צולאזט זיך אין גרויסען אין מען פאנגט שוין אהן צו זען די גאס דא אין בארא פארק. דער קומינדיגער וואך וועט ווייטער אנהאלטען מיט מילדערע טעמפרעטורס אין על פי רוב טריקענער וועטער, עס איז דא א קליינע מעגליכקייט פון אפאר פלאריס אדער לייכטע פריזינג רעין מארגען אינדערפרי אין די אפסטעיט געגענטער אין א chance פון אביסעל לייכטע רעגען דינסטאג אין דינסטאג נאכט בעיקר אין שטאט אין אויך לעיקוואוד. ביי דער סוף פון דער וואך וועט ווערען קעלטער אין עס איז אויך דא א מעגליכקייט פון שניי וואס טוישט צו רעגען פרייטאג נאכמיטאג אין שבת אין אפשר צוריק צו שניי ביים סוף , דערווייל איז עס נאך צו פרי צו וויסען וואס פונקטליך איז ערווארטעט , פרטים יבאו. אפילו דעמאלטס וועלען טעגליכע טעמפרעטורס בלייבען נאנט צו 40 וואס דעס איז below normal אבער ווייט פון די פרעסטען וואס ווינטער תשע״ה האט אינז צוגעוואוינט צו ביז יעצט.

וועטער ברוקלין-

זינטאג נאכט- ווערט פארוואלקענט איבערנאכט מיט א chance פאר א פאר פלאריס אדער לייכטע רעגען. קיל 32.
מאנטאג- א פאר פלאריס אינדערפרי דערנאך טייל זיניג אין מילד, 47 בייטאג, 35 ביינאכט.
דינסטאג- ווערט פארוואלקענט , א chance פאר לייכטע רעגען נאכמיטאג אין באנאכט, 47 בייטאג, 37 ביינאכט.
מיטוואך- טייל זיניג אין ווארעמער, 52 בייטאג, קלאר קיל , 35 ביינאכט.
דאנערשטאג- זיניג אין מילד, ארום 45 בייטאג, ארום 32 ביינאכט.
פרייטאג- טייל זיניג אינדערפרי, פארוואלקענט מיט שניי אדער שניי וואס טוישט אויף רעגען מעגליך אין אווענט אין איבערנאכט, 42 בייטאג, 32 ביינאכט.
שבת- פארוואלקענט מיט רעגען מעגליך וואס קען צירוק טוישען אויף שניי פאר עס ענדיגט זיך מוצאי שבת, ארום 40 בייטאג, ארום 32 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -


זינטאג נאכט- ווערט פארוואלקענט איבערנאכט מיט א chance פאר א פאר פלאריס אדער לייכטע פריזינג רעגען. קיל 28.
מאנטאג- א פאר פלאריס אינדערפרי דערנאך טייל זיניג אין מילד, 52 בייטאג, 32 ביינאכט.
דינסטאג- ווערט פארוואלקענט , רעגען מעגליך נאכמיטאג אין באנאכט, 47 בייטאג, 38 ביינאכט.
מיטוואך- א ביסעל רעגען אינדערפרי, טייל זיניג אין ווארעמער נאכמיטאג, 52 בייטאג, קלאר קיל , 32 ביינאכט.
דאנערשטאג- זיניג אין מילד, ארום 45 בייטאג, ארום 30 ביינאכט.
פרייטאג- טייל זיניג אינדערפרי, פארוואלקענט מיט שניי אדער רעגען וואס טוישט אויף רעגען מעגליך אין אווענט אין איבערנאכט, 42 בייטאג, 32 ביינאכט.
שבת- פארוואלקענט מיט רעגען מעגליך וואס קען צירוק טוישען אויף שניי פאר עס ענדיגט זיך מוצאי שבת, ארום 45 בייטאג, ארום 30 ביינאכט.

וועטער מאנסי-


זינטאג נאכט- ווערט פארוואלקענט איבערנאכט מיט א chance פאר א פאר פלאריס אדער לייכטע פריזינג רעגען. קיל 28.
מאנטאג- א פאר פלאריס אינדערפרי דערנאך טייל זיניג אין מילד, 45 בייטאג, 28 ביינאכט.
דינסטאג- ווערט פארוואלקענט , א קליינער chance פאר לייכטע רעגען נאכמיטאג אין באנאכט, 45 בייטאג, 35 ביינאכט.
מיטוואך- טייל זיניג אין ווארעמער, 50 בייטאג, קלאר קיל , 32 ביינאכט.
דאנערשטאג- זיניג אין מילד, ארום 45 בייטאג, ארום 25 ביינאכט.
פרייטאג- טייל זיניג אינדערפרי, פארוואלקענט מיט שניי מעגליך אין אווענט אין איבערנאכט, 40 בייטאג, 28 ביינאכט.
שבת- פארוואלקענט מיט שניי געמישט מיט רעגען מעגליך וואס קען צירוק טוישען אויף שניי פאר עס ענדיגט זיך מוצאי שבת, ארום 40 בייטאג, ארום 30 ביינאכט.

וועטער מאנרא-

זינטאג נאכט- ווערט פארוואלקענט איבערנאכט מיט א chance פאר א פאר פלאריס אדער לייכטע פריזינג רעגען. קיל 26.
מאנטאג- א פאר פלאריס אינדערפרי דערנאך טייל זיניג אין מילד, 43 בייטאג, 25 ביינאכט.
דינסטאג- ווערט פארוואלקענט , א קליינער chance פאר לייכטע רעגען נאכמיטאג אין באנאכט, 45 בייטאג, 35 ביינאכט.
מיטוואך- טייל זיניג אין ווארעמער, 48 בייטאג, קלאר קיל , 28 ביינאכט.
דאנערשטאג- זיניג אין מילד, ארום 45 בייטאג, ארום 23 ביינאכט.
פרייטאג- טייל זיניג אינדערפרי, פארוואלקענט מיט שניי מעגליך שפעט אין אווענט אין איבערנאכט, 38 בייטאג, 27 ביינאכט.
שבת- פארוואלקענט מיט שניי מעגליך , מוצאי שבת, שניי ענדיגט זיך פארוואלקענט , ארום 38 בייטאג, ארום 30 ביינאכט.


נעסקטע וועטער באריכט מאנטאג אווענט אי״ה . א גוטע נאכט.

National weather service prediction for winter 2014-15

הודעהפורסם: זונטאג מערץ 08, 2015 9:50 pm
דורך וועטערבאריכט
Wow , דער מעפ האט די national weather service ארויסגעגעבען אין october 2014 מיט די predictions פאר דער קומינדיגער ווינטער. אזוי ווי אינז ווייס מיר אלע עס איז אבוויעסלי געווען א real bust פאר די נארטאיסט אין דער מידוועסט.

אפדעיט מאנטאג צופרי-icy roads possible in monsey and monroe

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 09, 2015 6:55 am
דורך וועטערבאריכט
א גיט מארגען, א פאר showers ריקען זיך אריין היינט אינדערפרי, אין דער שטאט אדער לעיקוואוד איז געווארען א סאך העכער ווי פריזינג נאנט צו 40 דעריבער וועט פאלען פלעין רעגען, אין מאנסי אבער איז נאך 30 אין מאנרא נאר 29 דארט קען זיין א פראבלעם מיט freezing rain or drizzle היינט צופרי, שפעטער היינט וועט ווערען טייל זיניג אין ווארעמער אין די הויכע 40s. עס זעט יעצט אויס ווי מיטוואך קען זיין אזוי הויך ווי 55 :P .

מאנטאג אווענט - וועטער באריכט

הודעהפורסם: מאנטאג מערץ 09, 2015 7:16 pm
דורך וועטערבאריכט
א גוטען אווענט, נאך א רעגענדיגע אינדערפרי איז דער זין ארויסגעקומען אין עס איז ווידער געווארען ווארעמער ווי גערעכנט, עס איז געווען 55 אין ברוקלין , 53 אין לעיקוואוד, אין אפילו אפסטעיט איז געווען 51-52 דעגריס. דער שניי איז ממש פארשווינדען אויף די זיניגער זייט פון די גאס אין ברוקלין. נאך צוויי טעג פון שיינע ווארעמע וועטער קענען מיר זען פאר עס גייט צירוק צו מער ריאליסטישע וועטער. מארגען נאכמיטאג אבער ווערט פארוואלקענט מיט רעגען מעגליך ספעציעל אין די שטאט אין אויך לעיקוואוד. אויף מיטוואך קענען מיר אויך זען ווי היינט 55 אין אפילו א קליינער chance צו זען 60 . דערנאך קומט צירוק קילערע אבער אויך נישט שטארק קאלטע וועטער מיט טעמפרוטערס אין די 40s בייטאג אין 30s ביינאכט אין שטאט. רעגען אין נישט שניי זעט אויס מער מעגליך יעצט אין שטאט אבער אין מאנסי אין מאנרא קען א חלק פון דער שטורם זיין שניי. פרטים ווען אינז זעמער נאנטער צו שבת אי״ה.

וועטער ברוקלין-

מאנטאג נאכט - קלאר אין קיל , 35.
דינסטאג- ווערט פארוואלקענט ,רעגען מעגליך נאכמיטאג אין באנאכט, 48 בייטאג, 38 ביינאכט.
מיטוואך- טייל זיניג אין ווארעמער, 55 בייטאג, קלאר קיל , 35 ביינאכט.
דאנערשטאג- זיניג אין קיל, ארום 45 בייטאג, ארום 32 ביינאכט.
פרייטאג- טייל זיניג אינדערפרי, פארוואלקענט מיט רעגען מעגליך ביינאכט, 42 בייטאג, 35 ביינאכט.
שבת- פארוואלקענט מיט רעגען מעגליך וואס קען טוישען אויף שניי פאר עס ענדיגט זיך מוצאי שבת, ארום 42 בייטאג, ארום 34 ביינאכט.
זינטאג אין מאנטאג- זיניג אין קיל, 45-50 בייטאג, ארום 35 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

מאנטאג נאכט - קלאר אין קיל , 32.
דינסטאג- ווערט פארוואלקענט ,רעגען מעגליך נאכמיטאג אין באנאכט, 48 בייטאג, 42 ביינאכט.
מיטוואך- רעגען אינדערפרי דערנאך טייל זיניג אין ווארעמער, 55 בייטאג, קלאר קיל , 35 ביינאכט.
דאנערשטאג- זיניג אין קיל, ארום 45 בייטאג, ארום 32 ביינאכט.
פרייטאג- טייל זיניג אינדערפרי, פארוואלקענט מיט רעגען מעגליך ביינאכט, 42 בייטאג, 35 ביינאכט.
שבת- פארוואלקענט מיט רעגען מעגליך וואס קען טוישען אויף שניי פאר עס ענדיגט זיך מוצאי שבת, ארום 45 בייטאג, ארום 32 ביינאכט.
זינטאג אין מאנטאג- זיניג אין קיל, 45-50 בייטאג, ארום 32 ביינאכט.


וועטער מאנסי-

מאנטאג נאכט - קלאר אין קיל , 28.
דינסטאג- ווערט פארוואלקענט ,רעגען מעגליך נאכמיטאג אין באנאכט, 46 בייטאג, 35 ביינאכט.
מיטוואך- טייל זיניג אין ווארעמער, 52 בייטאג, קלאר קיל , 30 ביינאכט.
דאנערשטאג- זיניג אין קיל, ארום 42 בייטאג, ארום 28 ביינאכט.
פרייטאג- טייל זיניג אינדערפרי, פארוואלקענט מיט רעגען אין שניי מעגליך ביינאכט, 40 בייטאג, 32 ביינאכט.
שבת- פארוואלקענט מיט רעגען מעגליך וואס קען טוישען אויף שניי פאר עס ענדיגט זיך מוצאי שבת, ארום 40 בייטאג, ארום 32 ביינאכט.
זינטאג אין מאנטאג- זיניג אין קיל, 43-48 בייטאג, ארום 35 ביינאכט.


וועטער מאנרא-

מאנטאג נאכט - קלאר אין קיל , 24.
דינסטאג- ווערט פארוואלקענט ,רעגען מעגליך נאכמיטאג אין באנאכט, 45 בייטאג, 32 ביינאכט.
מיטוואך- טייל זיניג אין ווארעמער, 48 בייטאג, קלאר קיל , 28 ביינאכט.
דאנערשטאג- זיניג אין קיל, ארום 40 בייטאג, ארום 25 ביינאכט.
פרייטאג- טייל זיניג אינדערפרי, פארוואלקענט מיט שניי מעגליך ביינאכט, 40 בייטאג, 28 ביינאכט.
שבת- פארוואלקענט מיט רעגען אין שניי מעגליך וואס קען טוישען אויף שניי פאר עס ענדיגט זיך מוצאי שבת, ארום 38 בייטאג, ארום 30 ביינאכט.
זינטאג אין מאנטאג- זיניג אין קיל, 45 בייטאג, ארום 25 ביינאכט.


נעסקטע וועטער באריכט דינסטאג אווענט אי״ה . א גוטע נאכט.
[/color][/color]

הודעהפורסם: דינסטאג מערץ 10, 2015 10:31 am
דורך ישראל קאפקע
מארגן גייט זיין 60 פערענהייט!

דינסטאג אווענט-וועטער באריכט

הודעהפורסם: דינסטאג מערץ 10, 2015 5:46 pm
דורך וועטערבאריכט
א גוטען אווענט, א שיינע רייע פון ווארעמע טעג גייט אהן ווייטער מיט טעמרפרעטורס איבער 50 פאר די דריטע טאג אין אלע היימישע געגענטער. דערווייל דערנענעטערט זיך דער רעגען, עס וועט רעגענען רוב פון די נאכט. מארגען וועט זיניג ווערען נאכמיטאג אין עס קען נאך זיין דער ווארעמסטע טאג אין דער וואך. דאנערשטאג ביז נעקסטען וואך וועלען די טעמרעטורס זיין מער לעבען נארמאל מיט טעג אין די 40s אין נעכט אין די 30s אין דער שטאט. פרייטאג צונאכטס אין שבת קומט נאך א רעגען וואס אין מאנרא אין מאנסי קען עס זיין געמישט מיט שניי אדער אייז.

וועטער ברוקלין-

דינסטאג נאכט- פארוואלקענט ,רעגען אין קיל, ארום 40 .
מיטוואך- רעגען ענדיגט זיך אינדערפרי, דערנאך טייל זיניג אין ווארעמער, 58 בייטאג, קלאר קילער , 35 ביינאכט.
דאנערשטאג- זיניג אין קיל, ארום 48 בייטאג, ארום 32 ביינאכט.
פרייטאג- טייל זיניג אינדערפרי, פארוואלקענט מיט רעגען מעגליך ביינאכט, 45 בייטאג, 38 ביינאכט.
שבת- רעגען מעגליך heavy , קיל אין ווינטיג, ארום 48 בייטאג, רעגען ווערט לייכטער מוצאי שבת ארום 38 ביינאכט.
זינטאג אין מאנטאג- זיניג אין קיל, 45-50 בייטאג, ארום 35 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

דינסטאג נאכט- פארוואלקענט ,רעגען אין קיל, ארום 40 .
מיטוואך- רעגען ענדיגט זיך אינדערפרי, דערנאך טייל זיניג אין ווארעמער, ארום 60 בייטאג, קלאר קילער , 35 ביינאכט.
דאנערשטאג- זיניג אין קיל, ארום 48 בייטאג, ארום 28 ביינאכט.
פרייטאג- טייל זיניג אינדערפרי, פארוואלקענט מיט רעגען מעגליך נאכמיטאג אין ביינאכט, 45 בייטאג, 36 ביינאכט.
שבת- רעגען מעגליך heavy , קיל אין ווינטיג, ארום 50 בייטאג, רעגען ווערט לייכטער מוצאי שבת ארום 35 ביינאכט.
זינטאג אין מאנטאג- זיניג אין קיל, 45-50 בייטאג, ארום 32 ביינאכט.

וועטער מאנסי-

דינסטאג נאכט- פארוואלקענט ,רעגען אין קיל, ארום 35 .
מיטוואך- רעגען ענדיגט זיך אינדערפרי, דערנאך טייל זיניג אין ווארעמער, ארום 55 בייטאג, קלאר קילער , 30 ביינאכט.
דאנערשטאג- זיניג אין קיל, ארום 48 בייטאג, ארום 25 ביינאכט.
פרייטאג- טייל זיניג אינדערפרי, פארוואלקענט מיט רעגען געמישט מיט שניי אדער אייז מעגליך ביינאכט, 45 בייטאג, 34 ביינאכט.
שבת- רעגען מעגליך heavy , קיל אין ווינטיג, ארום 45 בייטאג, רעגען ווערט לייכטער מוצאי שבת ארום 35 ביינאכט.
זינטאג אין מאנטאג- זיניג אין קיל, 45-50 בייטאג, ארום 32 ביינאכט.


וועטער מאנרא-

דינסטאג נאכט- פארוואלקענט ,רעגען אין קיל, ארום 35 .
מיטוואך- רעגען ענדיגט זיך אינדערפרי, דערנאך טייל זיניג אין ווארעמער, ארום 52 בייטאג, קלאר קילער , 28 ביינאכט.
דאנערשטאג- זיניג אין קיל, ארום 45 בייטאג, ארום 22 ביינאכט.
פרייטאג- טייל זיניג אינדערפרי, פארוואלקענט מיט רעגען געמישט מיט שניי אדער אייז מעגליך ביינאכט, 45 בייטאג, 32 ביינאכט.
שבת-שניי ,אייז אינדערפרי דערנאך רעגען , מעגליך heavy , קיל אין ווינטיג, ארום 43 בייטאג, רעגען ווערט לייכטער מוצאי שבת ארום 32 ביינאכט.
זינטאג אין מאנטאג- זיניג אין קיל, 45-50 בייטאג, ארום 30 ביינאכט.


נעסקטע וועטער באריכט מיטוואך אווענט אי״ה . א גוטע נאכט.

60 פלאס אין new york

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 11, 2015 4:59 pm
דורך וועטערבאריכט
א הערליכע נאכמיטאג אין אלע היימישע געגענטער.אין סענטרעל פארק איז עס 59 אפיציעל, אבער עס איז ארויף ביז 62.1 אין בארא פארק, 59 אין לעיקוואוד , אין ארום 56-58 אין מאנרא אין מאנסי. נאך די געפערליכע קעלט איז עס ממש מים קרים על נפש עייפה. גייטס ארויס , נעמט א שפאציר. האט הנאה. איך וועל ארויפלייגען דער געווענדליכע וועטער באריכט היינט אווענט אי״ה.

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 11, 2015 5:02 pm
דורך געוואלדיג
וועטערבאריכט האט געשריבן: נאך די געפערליכע קעלט איז עס ממש מים קרים על נפש עייפה.

נישטא קיין מליצה אויף פארקערט? :D

מיטוואך אווענט- וועטער באריכט

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 11, 2015 10:00 pm
דורך וועטערבאריכט
א גוטען אווענט, עס איז טאקע געווען גאר א שיינע טאג אין א רייע פון טעג די וואך. יעצט גייען מיר צירוק צו די ריאלעטי פון קיל אין מער נארמאלע וועטער. פאר די נעקסטע 7 טעג זעט אויס ווי טעפרעטורס וועלען בלייבען אין די 40s בייטאג אין די 30s אין שטאט. קעלטערע נעכט אין די אפסטעיט געגענטער. רוב טעג וועלען זיין זיניג אין טריקען אויסער פרייטאג צינאכטס ביז זינטאג אידערפרי וואס א רעגען וועט פאלען. עס קין נאך זיין אביסעל שניי אדער אייז אריינגעמישט אין אפסטעיט אבער עס זעט נישט אויס ווי עפעס וויכטיג. דינסטאג קען אויך זיין showers אין שטאט אין רעגען אדער snowshowers אפסטעיט.

וועטער ברוקלין-

מיטוואך נאכט - קלאר ווינטיג אין קילער איבערנאכט, 35.
דאנערשטאג- זיניג אין קיל, ארום 46 בייטאג, ארום 30 ביינאכט.
פרייטאג- טייל זיניג אינדערפרי, פארוואלקענט מיט רעגען מעגליך ביינאכט, 42 בייטאג, 38 ביינאכט.
שבת- רעגען מעגליך heavy , קיל אין ווינטיג, ארום 47 בייטאג, רעגען ווערט לייכטער מוצאי שבת ארום 43 ביינאכט.
זינטאג אין מאנטאג- זיניג אין קיל, 45-50 בייטאג, ארום 35 ביינאכט.
דינסטאג- אפאר rainshowers מעגליך. 45-50 בייטאג, ארום 35 ביינאכט.
מיטוואך-זיניג אין קיל , ארום 45 בייטאג, ארום 30 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

מיטוואך נאכט - קלאר ווינטיג אין קילער איבערנאכט, 35.
דאנערשטאג- זיניג אין קיל, ארום 48 בייטאג, ארום 25 ביינאכט.
פרייטאג- טייל זיניג אינדערפרי, פארוואלקענט מיט רעגען מעגליך ביינאכט, 45 בייטאג, 38 ביינאכט.
שבת- רעגען מעגליך heavy , קיל אין ווינטיג, ארום 50 בייטאג, רעגען ווערט לייכטער מוצאי שבת ארום 42 ביינאכט.
זינטאג אין מאנטאג- זיניג אין קיל, 45-50 בייטאג, ארום 32 ביינאכט.
דינסטאג- פארוואלקענט ,אפאר rainshowers מעגליך. 45-50 בייטאג, ארום 30 ביינאכט.
מיטוואך-זיניג אין קיל , ארום 45 בייטאג, ארום 30 ביינאכט.

וועטער מאנסי-

מיטוואך נאכט - קלאר ווינטיג אין קילער איבערנאכט, 30.
דאנערשטאג- זיניג אין קיל, ארום 42 בייטאג, ארום 24 ביינאכט.
פרייטאג- טייל זיניג אינדערפרי, פארוואלקענט מיט רעגען געמישט מיט אייז מעגליך ביינאכט, 42 בייטאג, 32 ביינאכט.
שבת- רעגען מעגליך heavy , קיל אין ווינטיג, ארום 45 בייטאג, רעגען ווערט לייכטער מוצאי שבת ארום 35 ביינאכט.
זינטאג אין מאנטאג- זיניג אין קיל,ארום 45 בייטאג, ארום 30 ביינאכט.
דינסטאג- אפאר rain/snowshowers מעגליך. 45 בייטאג, ארום 28 ביינאכט.
מיטוואך-זיניג אין קיל , ארום 40 בייטאג, ארום 25 ביינאכט.

וועטער מאנרא-

מיטוואך נאכט - קלאר ווינטיג אין קילער איבערנאכט, 28.
דאנערשטאג- זיניג אין קיל, ארום 40 בייטאג, ארום 20 ביינאכט.
פרייטאג- טייל זיניג אינדערפרי, פארוואלקענט מיט רעגען געמישט מיט אייז מעגליך ביינאכט, 40 בייטאג, 30 ביינאכט.
שבת- רעגען מעגליך heavy , קיל אין ווינטיג, ארום 45 בייטאג, רעגען ווערט לייכטער מוצאי שבת ארום 35 ביינאכט.
זינטאג אין מאנטאג- זיניג אין קיל,ארום 45 בייטאג, ארום 30 ביינאכט.
דינסטאג- אפאר rain/snowshowers מעגליך. 45 בייטאג, ארום 25 ביינאכט.
מיטוואך-זיניג אין קיל , ארום 40 בייטאג, ארום 25 ביינאכט.


נעסקטע וועטער באריכט דאנערשטאג אווענט אי״ה . א גוטע נאכט.

א שטאט אין italy ביקומט איבער 100 אינטשעס שניי אין 18 שעה.

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 11, 2015 10:07 pm
דורך וועטערבאריכט
The Italian weather Website MeteoWeb reports that Capracotta, Italy saw 100.8 inches of snow in just 18 hours on Thursday, March 5 — a total that, if verified, would set a new world record for snowfall in a 24-hour period.

However, the reports from Capracotta as this time are not official.

מיטאמאל קומט אהן דער גרינלאנד בלאק

הודעהפורסם: מיטוואך מערץ 11, 2015 10:39 pm
דורך וועטערבאריכט
איך האב אביסעל ארומגערעדט דער גרינלענד בלאק אין וויאזוי דאס ברענגט שניי אין קעלט אין דער ווינטער, דער ווינטער גראדע האט מען נישט געקענט באקומען דעם בלאק אבער יעצט מיט די פרילינג אויפן וועג קומט עס אהן לויט די מאדעלס. א ספרינג מיט א בלאק קען זיין קיל אין רעגענדיג אין אויב עס ווערט געניג קאלט אין דער שטורם טרעק פארט צו אינזער סאוט קען עס מיינען מער שניי. איז עס possible ? יא, probable? ניין. דא האט איר די פרעדיקטשענס פין ביידע מאדעלס פאר די מארץ 19-21 אין א גרעפיק וואס איך האב צאמגעשטעלט.

דאנערשטאג נאכט-וועטער באריכט

הודעהפורסם: דאנערשטאג מערץ 12, 2015 5:07 pm
דורך וועטערבאריכט
א גוטען אווענט, היינט איז שוין געווען קילער אין זייער ווינטיג, אבער אזוי ווי איך האב אדורכגערעדט פריער א קאלטע טאג אין מארטש איז אין די 30s אנשטאט לאמיר זאגען 15 פון דער ווינטער לויט דעם איז נישט געפערליך היינט. די וועטער פאר דעם שבת וועט טאקע זיין רעגענדיג אבער אויך די ערשטע שבת אין א לאנגע צייט וואס איז נישט שטארק קאלט. נעקסטע וואך וועט ווייטער זיין אביסעל קילער ווי נארמאל אין רוב טעג טריקען אויסער דינסטאג. אין די long range האבען די מאדעלס צירוקגעצויגען פון שטארקע קעלט אדער שניי. אין די זעלבע צייט די clock is running out, א יעדע טאג ווערט די זין שטראלען שטערקער אין געווענטליך נאך די מיטעלע חלק פון מארטש איז שוין זייער שווער צו באקימען א גרויסער שניי. מסתמא אין ברוקלין אין אויך לעיקוואוד קען מען שוין נעמען א פיינער קאר וואש אין אוועקלייגען די שאוועלען פאר נעקסטער יאר.

וועטער ברוקלין-

דאנערשטאג נאכט- קלאר , ווינטיג אין קאלט ,ארום 30 ביינאכט.
פרייטאג- טייל זיניג אינדערפרי, עס ווערט פארוואלקענט נאכמיטאג , 42 .
ליל שבת- פארוואלקענט מיט רעגען שפעט , קיל, 38.
שבת- רעגען מעגליך heavy , מילדער , ארום 50 בייטאג, רעגען showers מוצאי שבת ,ארום 40.
זינטאג אין מאנטאג- זיניג אין קיל, 45-50 בייטאג, ארום 32 ביינאכט.
דינסטאג- אפאר rainshowers מעגליך. 45-50 בייטאג, ארום 32 ביינאכט.
מיטוואך אין דאנערשטאג-זיניג אין קילער , 40-45 בייטאג, ארום 30 ביינאכט.

וועטער לעקוואוד -

דאנערשטאג נאכט- קלאר , ווינטיג אין קאלט ,ארום 25 ביינאכט.
פרייטאג- טייל זיניג אינדערפרי, עס ווערט פארוואלקענט נאכמיטאג , 45 .
ליל שבת- פארוואלקענט מיט רעגען שפעט , קיל, 38.
שבת- רעגען מעגליך heavy , מילדער , ארום 52 בייטאג, רעגען showers מוצאי שבת ,ארום 40.
זינטאג אין מאנטאג- זיניג אין קיל, 45-50 בייטאג, ארום 30 ביינאכט.
דינסטאג ביז דאנערשטאג-זיניג אין קילער , ארום 45 בייטאג, ארום 25 ביינאכט.

וועטער מאנסי-

דאנערשטאג נאכט- קלאר , ווינטיג אין קאלט ,ארום 20 ביינאכט.
פרייטאג- טייל זיניג אינדערפרי, עס ווערט פארוואלקענט נאכמיטאג , 40 .
ליל שבת- פארוואלקענט מיט רעגען געמישט מיט אייז שפעט , קיל, 35.
שבת- רעגען מעגליך heavy , מילדער , ארום 45 בייטאג, רעגען showers מוצאי שבת ,ארום 35.
זינטאג אין מאנטאג- זיניג אין קיל, ארום 45 בייטאג, ארום 30 ביינאכט.
דינסטאג- אפאר רעגען אדער שניי showers מעגליך. 45-50 בייטאג, ארום 28 ביינאכט.
מיטוואך אין דאנערשטאג-זיניג אין קילער , 37-42 בייטאג, ארום 25 ביינאכט.

וועטער מאנרא-

דאנערשטאג נאכט- קלאר , ווינטיג אין קאלט ,ארום 15 ביינאכט.
פרייטאג- טייל זיניג אינדערפרי, עס ווערט פארוואלקענט נאכמיטאג , 40 .
ליל שבת- פארוואלקענט מיט אייז אין רעגען שפעט , קיל, 32.
שבת- רעגען אין אייז דערנאך רעגען , מילדער , ארום 45 בייטאג, רעגען אדער שניי showers מוצאי שבת ,ארום 32.
זינטאג אין מאנטאג- זיניג אין קיל, ארום 45 בייטאג, ארום 28 ביינאכט.
דינסטאג- אפאר רעגען אדער שניי showers מעגליך. 40-45 בייטאג, ארום 26 ביינאכט.
מיטוואך אין דאנערשטאג-זיניג אין קילער , 35-40 בייטאג, ארום 20 ביינאכט.


נעסקטע וועטער באריכט מוצאי שבת אי״ה . א גוט שבת.

א שאלה פאר׳ן חשובע עולם

הודעהפורסם: דאנערשטאג מערץ 12, 2015 5:19 pm
דורך וועטערבאריכט
א גיטען עס איז באמת געווען א פארגעניגען מיטצוטיילען וועגען דער וועטער אין ארויפלייגען טעגליכע וועטער באריכטען פאר די ווינטער טעג אין נאך אן אינטראסאנטער אין שווערער ווינטער דערצו. יעצט אז עס ענדיגט זיך אין אינז גייען מיר אריין צו דער פרילינג אין זיממער איז נישט דא אזוי סאך צו שרייבען. למעשה וואס האלט דער עולם זאל איך ווייטער שרייבען טעגליכע forecasts, ניצט דער עולם דאס, אדער זאל איך נאר שרייבען ווען עפעס וויכטיג קומט א שטארקער רעגען שטורם , thunderstorm וכו׳ פליז לאזט מיך וויסען אייער opinion , אין אויב איהר ניצט דאס טעגליך. א יישר כח.

הודעהפורסם: דאנערשטאג מערץ 12, 2015 5:35 pm
דורך ברסלבער
איך האב זייער הנאה געהאט פון אייערע באריכטן, איך קען גארנישט פארלאנגען ווייל איך צאל נישט דערפאר, אבער איך וואלט געהאט חשק אז איר זאל יא ווייטער ממשיך זיין מיט די באריכטן.
אפשר נאר איינמאל אין עטליכע טעג, אויך בעסער ווי גארנישט.

הודעהפורסם: דאנערשטאג מערץ 12, 2015 5:47 pm
דורך שמעקעדיג
איך האב אויך געטראכט פונקט ווי ברסלבער. אויב איז נישטא עפעס ספעציעל, קענסטו שרייבן דעם פארקעסט איינמאל א וואך, און שוין. אמאל אמאל שיינע בילדער קען נישט שאטן.
און נאכאמאל א געוואלדיגן יישר כח פאר דיינע באריכטן.