אסעמבלי ספיקער סילווער ארעסטירט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

אסעמבלי ספיקער סילווער ארעסטירט

הודעהדורך ידען » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 1:36 am

עפעס גייט פאר לעבעדיג אז סיז דא אויספארשונגען אויף סילווער אז ער געוועהן קאראפטעד, און מען גייט אים ארעסטירן.

http://www.theweek.com/speedreads/53504 ... d-thursday

שעלדאן איז א ארטאדאקסישע איד און איז זייער powerful אין אלבאני, און דאס גייט זיין זייער גרויסע נייעס.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3155
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 3708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1093 מאל

הודעהדורך smart » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 3:40 am

ידען האט געשריבן:עפעס גייט פאר לעבעדיג אז סיז דא אויספארשינגען אויף סילווער אז ער געוועהן קאראפטעד און מע גייט ארעסטירען איהם.

http://www.theweek.com/speedreads/53504 ... d-thursday

שעלדאן איז א ארטאדאקסישע איד און איז זייער powerful אין אלבעני און סע גייט זיין זייער גרויסע נייעס.


wow wow

כאף סאיז נישט אמת דעעס איז נישט גוטע נייעס פאר אינז ער האט אינז אידישע קינדער אסאך ארועסגעהאלפען

וואסערע מינע קאראפשען?
א גוטן טאג אייך!
באניצער אוואטאר
smart
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 623
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 06, 2012 3:38 pm
האט שוין געלייקט: 604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 244 מאל

הודעהדורך שעפטל » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 11:18 am

סילווער האט זיך היינט צופרי אינטערגעגעבן. און איז שוין אונטער די פעדעראלע הענט.
באלד קומט א פרעסע קאנפרענץ
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3443
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3450 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3367 מאל

הודעהדורך שעפטל » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 11:44 am

אין קורצן:
שעלדאן סילווער, איז געבוירן געווארן אין יאר 1944, ‏ער איז א פרומער ארטאדאקסישער איד, ער דינט אלס ראש הקהל פון דער ביאליסטאקער קהילה אין איסט סייד.
ער איז ערוועלט געווארן צום אסעמבלי פאר לאוער מענהעטען אין 1976, און אין יארע 1994 איז ער געווארן ספיקער, וואס שטעלט אים אלס דער העכסטער דעמעקראט אין אסעמבלי, און דאס דריטע שטערקסטע פאזיציע אין ניו יארק.

‎סילווער ווערט יעצט אנגעקלאגט מיטן פינף קלאגעס, איבער ניצן זיין פאוער און קאנעקשאנס צו באקומען שוחד און קיקבעקס, און זיי זאגן מ'רעדט דא פון מיליאנען.
פארשטייט זיך אליינס אז מ'קלאגט אים שוין פאר מעיל פראוד, ווייער פראוד און נאך...

לויט די אינוועסטיגאציע וואס האט זיך אנגעהויבן יוני 2013 למספרם, רעדט מען דא אז סילווער האט געקריגן בערך 4 מיליאן דאלער פון א לויער פירמע, און האט דאס נישט איינגעגעבן אויך נישט.

סילווער פאר ער איז אריין אין 26 פעדעראל פלאזא האט זיך אויסגעדריקט "איך האף ארויסצוגיין אומשילדיג!"‏
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3443
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3450 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3367 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 12:21 pm

אויפ'ן וועג זיך צו אונטערגעבן
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20150122-WA0021.jpg
IMG-20150122-WA0021.jpg (59.36 KiB) געזען געווארן 3941 מאל
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1012
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 1165 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1632 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 12:35 pm

המלוכה והממשלה האט געשריבן:אויפ'ן וועג זיך צו אונטערגעבן


א גוגל סירטש 'שעלדאן סילווער' ווייזט נישט קיין הוט אדער קאפל, סירטש 'שעלדאן סילווער העט' און 'שעלדאן סילווער קיפא' אויך נישט קיין קאפ צודעק פאר א רפואה!

פלוצלינג גייט ער מיר גאר מיט א ישיבישער היטל?
אינטערעסאנט אז די צייטונגען שרייבן נאכנישט 'ארטאדאקס ראביי שעלדאן סילווער' אידייטעט אן פראוד טשארדזשעס! :P
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20150122-WA0021.jpg
IMG-20150122-WA0021.jpg (144.14 KiB) געזען געווארן 3923 מאל
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2179
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2307 מאל

הודעהדורך ישמעאל הכהן » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 1:12 pm

אין די לינק איז ער אויך מיט א היט

http://m.wxxi.org/highlights/2010/04/im ... rk-wxxi-tv
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 12:54 pm
האט שוין געלייקט: 1807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2169 מאל

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 1:32 pm

די ניו יארקער פאליטישנס זענען שוין באלד אזוי קראפטירט ווי די איזרעליס , ווער געדענקט דען נישט גאווערנער ספיטצער, סופרים קארט דזשאדש וועכטלער ועוד ועוד. נו איז דען קאמא נישט קליג מיטן ווילן אויף לעזן דעם אנטי קרופציע אגענטור ? ,
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1486
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1968 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3909 מאל

הודעהדורך shem-tov » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 3:13 pm

דאס עקעלדיגקייט פון זיך מאכן פרום בשעת מען כאפט איינעם מיט א פארברעך. וואסי פשט פון דעם. סקען זיין צוויי טעמים. אבער ביידע איז בלויז צו שפילן וויקטעם. פוי
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 827
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 384 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 3:18 pm

shem-tov האט געשריבן:דאס עקעלדיגקייט פון זיך מאכן פרום בשעת מען כאפט איינעם מיט א פארברעך. וואסי פשט פון דעם. סקען זיין צוויי טעמים. אבער ביידע איז בלויז צו שפילן וויקטעם. פוי


און סתם אזוי זיך מאכן און שפּילען פרום כדאי צו קענען טוהן ״גיטע שידוכים״ און כדאי צו הייסען א ״שיינער איד״ איז נישט עקעלדיג ?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שבת אחים אום דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 3:22 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
What made me realize that I was not at home? A spot on the wall. When the Wizsnitzer Rebbe
Died in 1936 we received his photo. He was a beautiful man. I remember putting the nail in the wall. The nail was was still on the same spot with a crucifix on it
אלי וויזעל
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6293
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4911 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3708 מאל

הודעהדורך shem-tov » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 3:21 pm

ניין בכלל נישט. דאס הייסט וועלן אריינפיטן אין דיין אייגענע קומיוניטי
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 827
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 384 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

הודעהדורך shem-tov » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 3:25 pm

הגם ער מעג זיך גוט שעמען מיט זיינע תועבה געזעצן. אלץ אן ארטאדאקסישער יוד וואלט ער זיך געמעגט האלטן צו זיין תורה. אפשר ווייל ער האט געהאלפן מענטשען ארויס פון קלאזעט האט דער אויבערשטער געעפענט זיין קלאזעט... מי יודע
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 827
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 384 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 3:29 pm

shem-tov האט געשריבן:ניין בכלל נישט. דאס הייסט וועלן אריינפיטן אין דיין אייגענע קומיוניטי



שפּילן פרום און נישט באמת האלטן אזוי ??? וויי וויי פאר אונזער קאמיונטי !!!
לדעתי האט דאס גארנישט צוטוהן מיט קיין שום קאמיונטי אדער סאסייעטי , א יעדע זאך אויב ס׳איז נישט אחד בפה ואחד בלב און ס׳איז נישט אויטענטיש איז עס עקעלדיג !
What made me realize that I was not at home? A spot on the wall. When the Wizsnitzer Rebbe
Died in 1936 we received his photo. He was a beautiful man. I remember putting the nail in the wall. The nail was was still on the same spot with a crucifix on it
אלי וויזעל
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6293
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4911 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3708 מאל

הודעהדורך היסטאריקער » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 3:30 pm

shem-tov האט געשריבן:דאס עקעלדיגקייט פון זיך מאכן פרום בשעת מען כאפט איינעם מיט א פארברעך. וואסי פשט פון דעם. סקען זיין צוויי טעמים. אבער ביידע איז בלויז צו שפילן וויקטעם. פוי


הוי דן לכף זכות

ער דארף די היט צום דאווענען אין תפיסה
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 2362 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 458 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 3:37 pm

shem-tov האט געשריבן:דאס עקעלדיגקייט פון זיך מאכן פרום בשעת מען כאפט איינעם מיט א פארברעך. וואסי פשט פון דעם. סקען זיין צוויי טעמים. אבער ביידע איז בלויז צו שפילן וויקטעם. פוי

ניין. איך לערן אנדערש פשט. ער (שעלדאן סילווער) האט אנגעהויבן אלס ישיבה בחור אין די לאוער איסט סייד. נאכדעם איז ער געווארן א לויער. און נאך שפעטער דער פאוערפול אסעמבלי ספיקער. אבער יעצט ווען דער אינדיאנער יו.עס. אטוירני, וועלכער האט גרויסע פאליטישע חלומות האט איהם ארעסטירט, איז זיין גאנצע וועלט חרוב געווארן. ס'איז איהם נאר געבליבן דער לבוש פון א ישיבה בחור. איז ער טאקע צוריק געווארן א ישיבה בחור. ער איז דאך א תלמיד פון ישיבה תפארת ירושלים, וואו הגה"צ ר' משה פיינשטיין זצ"ל איז געווען דער ראש ישיבה...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14000
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16067 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9107 מאל

הודעהדורך עזריאל » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 5:35 pm

פארוואס איז נטרונא יעצט שטיל? זאלן זיי זאגן אז סילווער איז קיינמאל קיין היט נישט געגאנגען און האט גארנישט מיט אונזער קאמיונעטי, איז עס נישט די זעלבע חילול ה' ווי די ציונים? האבן זיי סתם א ציונים פעטיש אדער מיינען זיי שם שמים?
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1732 מאל

הודעהדורך עזריאל » דאנערשטאג יאנואר 22, 2015 6:04 pm

ווי האט ר' מיילעך בידערמאן געזאגט, מ'דארף געדענקען אז אפילו בהצלחה שבתוך הצלחה גם שם נמצא השי"ת, דער האלט אז נאר בהסתרה שבתוך הסתרה נמצא השי"ת, ווען חרדישע עסקנים האבן געדארפט זיינע טובות האט ער זיי אפט געשפיגען און פנים פלוצים סגייט אים נישט גוט כאפט ער דאס ישיביש היטעל,
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1732 מאל

הודעהדורך ברוך שאמר » פרייטאג יאנואר 23, 2015 9:25 am

איך האלט אז דע גאנצע ארעסטירן אזוי בפומבי זעט אויס ווי עפעס א שפיל!
ברוך שאמר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 11:55 pm
האט שוין געלייקט: 31 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 62 מאל

הודעהדורך מח-החושב » פרייטאג יאנואר 23, 2015 11:47 am

עזריאל האט געשריבן:ווען חרדישע עסקנים האבן געדארפט זיינע טובות האט ער זיי אפט געשפיגען און פנים פלוצים סגייט אים נישט גוט כאפט ער דאס ישיביש היטעל,


סתם געשאסן סטעיטמעמנטס אן קיין באזיס.

כפי השמועה איז ער שוין צוואנציג יאר דער בעסטער פריינט וואס חרדישע ניו יארק האט אין אלבאני.
דו ווייסט אנדערש? קענסט אונטערשטיצן דיינע ווערטער?
מח-החושב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 26
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 08, 2013 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

הודעהדורך הדד בן בדד » זונטאג יאנואר 25, 2015 5:18 am

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:די ניו יארקער פאליטישנס זענען שוין באלד אזוי קראפטירט ווי די איזרעליס , ווער געדענקט דען נישט גאווערנער ספיטצער, סופרים קארט דזשאדש וועכטלער ועוד ועוד. נו איז דען קאמא נישט קליג מיטן ווילן אויף לעזן דעם אנטי קרופציע אגענטור ? ,


און אמעריקאנער יוסטיץ סיסטעם איז פונקט אזוי קארופטירט ווי די איזראעלי און איראני און טשייני וכו'. דער גרויליגער עקלהאפטיגער פערפ וואלק פאסט פאר סאוויעט רוסלאנד אין די גוטע יארן.
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1474
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:57 pm
האט שוין געלייקט: 843 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1128 מאל

הודעהדורך דריידל » זונטאג יאנואר 25, 2015 4:04 pm

אין אנדערע נייעס ווערט באריכטעט אז שעלדאן סילווער האט באקומען ששי די וואך. ווען מ'האט געוואלט מאכן א מי שברך פאר זיין הצלחה, האט ער געזאגט אז ס'פעלט נישט אויס.

nypost.com/2015/01/25/sheldon-silver-declines-synagogues-prayer-offer/
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1143
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 1:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1371 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג יאנואר 25, 2015 4:22 pm

דריידל האט געשריבן:אין אנדערע נייעס ווערט באריכטעט אז שעלדאן סילווער האט באקומען ששי די וואך. ווען מ'האט געוואלט מאכן א מי שברך פאר זיין הצלחה, האט ער געזאגט אז ס'פעלט נישט אויס.

nypost.com/2015/01/25/sheldon-silver-declines-synagogues-prayer-offer/

די רעפארטערין איז אן איטאליענערקע. ס'איז א חידוש וויאזוי זי לייגט עס אזוי פונקטליך אראפ. ס'קען זיין אז איינער פון אירע אונטערשמייסערס אין אפיס, א איד האט דארט געדאוונט ביי דעם מנין...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 14000
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16067 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9107 מאל

הודעהדורך שעפטל » דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 4:26 pm

די פאליטישע וועלט דרייט זיך איבער און דא איז שטיל..

סילווער האט רעזעגנירט פון זיין ספיקער'שאפט און ווי ס'קוקט אויס וועט אים אסעמבלימאן קארל היסטיע פון די בראנקס (א טינקעלער) איבערנעמען.

דער וויליאמסבורגער אסעמבלימאן דזשאו לענטאל האט געהאט שטארקע חשק עס צו קריגן, אפען גערעדט דערפון, געטוויט אז ער וויל און אפילו געשיקט בריוון פאר אנדערע אסעמבלי-מעמבערס.

צווישן אנדערע האט קיט רייט, פון הארלעם (אויך א טינקעלער) וואס איז געווען א גאר שטארקער קאנדידאט, אויפגעגעבן דעם פארמעסט און געווארפן זיין שטיצע פאר היסטיע.
אזוי אויך דער ברוקלינער דעמעקראטישער פירער, פרענק סעדיאו האט געזאגט אז ער האט 20 אסעמבלי-חברה וואס וועלן שטיצן היסטיע
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3443
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3450 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3367 מאל

הודעהדורך שעפטל » דאנערשטאג יאנואר 29, 2015 5:53 pm

אפדעיט: לענטאל האט זיך אפיציעל ארויסגעצויגן פונעם פארמעסט און אויך זיך אינטערגעווארפן אינטער די שטיצערס פון היסטיע! (א ברירה האט ער..?)
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3443
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3450 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3367 מאל

הודעהדורך ליפא » מאנטאג נאוועמבער 30, 2015 5:22 pm

גילטי
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2117
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2275 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1844 מאל

נעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט