זייט גרייט פאר בליזערד Juno

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
הצלה מאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 182 מאל

זייט גרייט פאר בליזערד Juno

שליחה דורך הצלה מאן »

וויכטיגע מעלדונג פאר די וויליאמסבורגער איינוואוינער.

ווי שוין וואויל באוויסט איז דא א שטורם ווינט וואס גייט באפאלען אינזער שטאט, לויט מערערע באריכטען גייט עס אראפלייגן דא אויפן שטאט בערך צוויי פיס שניי, און האט אלע מעיגלעכקייטן צי פארלעזירן דעים שטאט פאר צוויי טעיג, על כן ביטע ליינען און אויספאלגען די אנווייזינגען פון דעי מעלדונג.

עס איז כדי זיך צי באקענען מיט די ריזיגע ציגרייטינגען וואס מיר חברי הצלה טיען ציגרייטן, כדי צי זיין גרייט פאר אלע אימשטענדען, און צי ערמעגילכן אנציקומען צו יעדע סיטאציע און אלע ערליי אימשטענען, די שנעלסטע צייט מעיגליך, על כל צרה שלא תבוא.

על כן ווילן מיר דא איבערגעיבן אינזער שטורם ווינט פלאן, וואס ווערט אקטיוויזירט גלייך ביים אנהייב פינעם גרויסן שטורם.

מיר האבן אין אינזער באזיס אכט אמבעלאנצען, פיר דערפין אויסגעשטאטעט מיט ספעציעלע נעיגל רעידער כדי צי פארמיידען דאס גליטשען, אויף דריי האבן מיר געלייגט אייזערנע קייטן, וואס קען גיין אויף שניי און אייז אן גליטשען, אויך האבן מיר אימפארטירט אין די שנעליקייט איין אמבעלאנץ וואס איז א 4 רעידל דרייוו מיט ספעציעלע רעידער פאר אלע אימשטענדען.

מיר האבן געזאמעלט און אויסגעשטאטעט איבער צוואנציג עס-יו-ווי'ס וואס וועלן ארים קרייזן מיט בי-על-עס, און עי-על-עס, און משמורה'ס ביז די קריזיס וועט קימען אינטער קאנטאל.

מיר האבן אויסגעקליידעט אלעמען מיט ספעציעלע קליידער און שטיוול אז מען זאל קענען אפערירן און די שווערסטע וועטע'ס.

פון ווען עס פאלט די שניי ביז די גאסן ווערן פארזיכערט אז מען קען דערויף רייזן, וועלן מיר נאר גיין צי לאקאלע שפיטעילער, כדי נישט צי לייגן קיינעם אין א סכנה.

מיר זענען געזיצען מיט אלע מעדיקל צענטער'ס פין די געיגענט צי פארזיכערן אז זיי וועלן אפערירן, און זיין אויסגעשטאטעט מיט געניג דאקטורים כדי מיר זאלן זיך קענען באניצען מיט זיי און פאל מען קען נישט פארן ווייט.

מיר וועלן זיין גרייט פון אינזער זייט על כל צרה שלא תבוא, אבער מיר ברויכן אז דער ציבור זאל אינז שטיין צי הילף ווי פאלגענד.

און א פאל ווען עס איז דא א עמערדזשענסי זאלט איר ריפן אינזער נומער 718-387-1750 און דער דיספעטשער וועט ריפן דעם נענסטען ארים קרייזענדער גרופע וואס קען די שנעלסטע זיין אויפן סצענע.

מיר האבן אויפגעשטעלט א ספעציעלע נאן עמערדזשענסי האט ליין, וואס וועט ווערן אויפגעהויבן דארך א שטאב פראפעסיאנאלע דיספעטשערס, נאר פאר פעלער וואס דער פאבליק וויל אינז אינפארמירן וועיגן סיי וואס פאר א אינפארמאציע איר קלערט מיר ברויכן וויסן, אדער איר האט א שאלה וואס פארלאנגט נישט באלדיגע הילף, למשל אויב א גאס איז פארשפארט, און איר קלערט מיר ברויכן דאס וויסן, אדער אויב האט איר סיי וועלכע מעדיקל שאלות ציליב די וועטער.

די האט ליין נומער איז 718-534-5050 און עס וועט ווערן אפגעשפארט תיכף נאכן שטורם.

מיר פארלאנגען אייער הילף, יא ביטע קימט אינז צי הילף, וויאזוי?

מיר קענען נישט געניג ווארענען דעם עולם, ביטע נישט דרייוון, יעדע קאר אויפן גאס שטערט די אפעראציע פון הצלה, שארער טראק'ס, און אנדערע עמערדזשענסי פערסאנאל, ווייל מען נעמט זיך גליטשען, און מען האט נישט ווי אוועק צילייגן די קאר אן שטערן די פארקער, און ווען א שארער טראק קען נישט דורך פארן א גאס, מיידט ער אויס די גאס, דעיס קען זיין א דירעקטע גורם פאר א אימגליק ממש חלילה, ביטע נישט נעמען דאס פאר לייכט, א נישט גערוימטע גאס קען נעמען נאך עטליכע שעה ביז מען וועט זוכה זיין אז נאך א טראק זאל זיך דארט באווייזן, נאך א מאל מיר בעיטן שטארק און ווארענען, נעמט נישט ארויס די קארן ביז נאך די שניי הערט זיך אויף, און די גאסן ווערן געשארט און באזאלצען.

ביטע זייט מוחל און מאכט זיכער אז פארנט פון אייער הויז איז געשארט, אפילו עטליכע מאל, שארן און זאלצען ביז עס איז ריין, כדי מען זאל נישט ברויכן גיין אויפן גאדער, גיין אויפן גאדער איז פארבינדען מיט א שרעקליכע סכנה פון קארן וואס גליטשען זיך ארים.

און דערמיט ווילן מיר טאקע בעיטן דעם עולם נישט צי שפאצירן אויפ קיין פאל אינמיטן גאדער, בלייבט אינדערהיים ביז די גאסן זענען גערייניגט.

ארויסשטיפן קארן פון א גליטש ווען די קאר איז טיפ אין שניי, איז פארבינדען מיט א גרויסע סכנה, ביטע גאר שטארק אכטינג געיבן ווען מען טיט דאס, ספעציעל ווען מען פארלאנגט דאס פון קינדער אדער קליינע בחור'לעך, איר זענט אחריות אויפ וואס עס קען פאסירן חלילה.

ווייסט איר פון א עלטערן מאן אדער פרוי אינדערהיים, א הויז וואס האט א עיד וואס פארעט זיך מיט זיי, מאכט זיכער אז די עיד איז אנגעקימען, מאכט זיכער אז עס איז דא דארטן צי עסן, מאכט זיכער אז די סטים ארבייט, מאכט זיכער אז עס איז דא לעקטער און פאר פון א קורצשלוס, מאכט זיכער אז אלעס איז אין ארדענונג.

דער אייבישטער זאל העלפען אז די שטורם זאל פאריבער גיין אן שום צרה, ד' ישמור צאתך ובואך מעתה ועד עולם.

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר