ברעיקינג: גרעסטער קארופציע באסט אין יארן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

ברעיקינג: גרעסטער קארופציע באסט אין יארן

הודעהדורך שעפטל » מאנטאג פעברואר 09, 2015 7:14 pm

דער דעילי ניוז ריפארט יעצט, אז די סיטי אינוועסטיגאציע דעפארטמענט, צוזאמען מיטן מאנהעטן דיסטריקט אטורני סיירוס וואנס, גרייטן זיך פארצושטעלן ס'גרעסטע באסט אין לאנגע יארן, ווי איבער א דאזן בילדינג אינספעקטארס וועלן ארעסטירט ווערן איבער שוחד קלאגעס, צוזאמען מיט א צאל קאנטרעקטארס!

מ'רישט זיך דא אז מארגן דינסטאג גייט דער די או איי (דיפארמענט אוו אינוועסטיגעישאן) קאמישינאר, מארק פיטערס, מיטן מאנהעטן דיסטריקט אטורני איבערגעבן א ליסטע פון בערך 50 חברה וואס גייען זיין אנגעקלאגט, און די זינד איז מער ווייניגער אז די קאנטרעקטארס האבן געצאלט פאר די אינספעקטארס צו פארשנעלערן דאס פרעצעדור פון אפסיינען דעם סי אוו או (סערטיפיקאט אוו אקופענסי).

צום האפן אז די שמועות אז אחינו בני ישראל זענען פארמישט זענען נישט אמת.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3443
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3450 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3371 מאל

הודעהדורך פליקער » מאנטאג פעברואר 09, 2015 9:45 pm

עס האבן זיך שוין אנגעהויבן א קייט פון זיכענישן איבער וויליאמסבורג, איצט זענען עטליכע בעאמטע געוועין אין 82 בוטשער סטאר זיכען איינעם פון א בילד, פארוואס קלערן זיי נישט אז סיז מעיגלעך ער איז אין א ארויני בוטשער סטאר איז נישט באוויסט, און ווער זאגט בכלל אז ער גלייכט בוטשער, העמיר געוואויר בקרוב.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1691
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1170 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3651 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » מאנטאג פעברואר 09, 2015 9:53 pm

אין 82
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20150209-WA0175.jpg
IMG-20150209-WA0175.jpg (90.08 KiB) געזען געווארן 3969 מאל
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5442 מאל

הודעהדורך ברעט מענינג » מאנטאג פעברואר 09, 2015 9:56 pm

ראשעקאל האט געשריבן:אין 82

https://copy.com/TBOAnxCn4WUItNZK
אלעס מיט א שמייכל
ברעט מענינג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 345
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 9:14 pm
האט שוין געלייקט: 208 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

הודעהדורך יואליש » מאנטאג פעברואר 09, 2015 10:03 pm

כ'זעה די "ניוז" שרייבט אז ס'איז א קארופציע קעיס איבער עקספעדייטינג. נישט לאנג צוריק איז געווען דא אויפן שטיבל א בילד פון די עף בי איי ביי א גרויסן וויליאמסבורגער עקספעדייטער. איז דאס מעגליך פארבינדן?
באניצער אוואטאר
יואליש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2535
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3960 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » מאנטאג פעברואר 09, 2015 11:23 pm

ברעט מענינג האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:אין 82

https://copy.com/TBOAnxCn4WUItNZK

ווער איז דער איד וואס זיי זיכען?
עס איז נישט צי פארשטיין וויאזוי זיי ארבעטן מען קען מיינען אז כדי צי וויסען ווי איינער וואוינט מוזען זיין פרעגן אין סאטמאר בוטשיר
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1832
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2359 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » מאנטאג פעברואר 09, 2015 11:58 pm

ווען זיי ווייסן ווען וואס מ'קען אלץ געוואר ווערן אין מקוה זענען זיי דארט די נעקסטע אינדערפרי.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2677
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4204 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

הודעהדורך ירח בן יומו » דינסטאג פעברואר 10, 2015 12:01 am

שמעון וואלף האט געשריבן:ווען זיי ווייסן ווען וואס מ'קען אלץ געוואר ווערן אין מקוה זענען זיי דארט די נעקסטע אינדערפרי.

WATCH OUT TOMORROW MORNING IN MIKVEH
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 12:15 am
האט שוין געלייקט: 870 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 693 מאל

הודעהדורך שאולדיספריםפאקער » דינסטאג פעברואר 10, 2015 12:04 am

פאר אפאר וואכן צירוק זענען זיי געוועהן דא אין וויליאמסבורג און אויסגעליידיגט א שיינע פאר אפיסעס פון קאמפיוטערס און פיילס
און ערשט יעצט דאנערשטאג האבן זיי געמאלדן פאר די אלע אז זיי ברויכן זיך איינגעבן דינסטאג
שאולדיספריםפאקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 306
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 7:43 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל

הודעהדורך chusid » דינסטאג פעברואר 10, 2015 12:46 am

יעקב פעקעטע, וואלדמאן, שווארץ און נאך.. זענען פון די באשולדיקטע
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1605 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 445 מאל

הודעהדורך שאולדיספריםפאקער » דינסטאג פעברואר 10, 2015 12:48 am

chusid האט געשריבן:יעקב פעקעטע, וואלדמאן, שווארץ און נאך.. זענען פון די באשולדיקטע

גרינהוט ווייזער איזרעיל ועוד
שאולדיספריםפאקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 306
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 7:43 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 141 מאל

הודעהדורך מוזיקאנט » דינסטאג פעברואר 10, 2015 4:52 am

פון ווי האט מען די נעמען?
מוזיקאנט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 18, 2014 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

הודעהדורך וויליאמסבורגער » דינסטאג פעברואר 10, 2015 10:17 am

אפאר היימישע אידן האבן זיך אליין איבערגעגעבן אבער אפאר האט מען אויפגעפיקט.
וויליאמסבורגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 454
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 1:16 am
האט שוין געלייקט: 575 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 423 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » דינסטאג פעברואר 10, 2015 10:49 am

/
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20150210-WA0014.jpg
IMG-20150210-WA0014.jpg (55.74 KiB) געזען געווארן 3017 מאל
IMG-20150210-WA0019.jpg
IMG-20150210-WA0019.jpg (83.44 KiB) געזען געווארן 3017 מאל
IMG-20150210-WA0015.jpg
IMG-20150210-WA0015.jpg (51.73 KiB) געזען געווארן 3017 מאל
IMG-20150210-WA0016.jpg
IMG-20150210-WA0016.jpg (36.96 KiB) געזען געווארן 3017 מאל
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5442 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דינסטאג פעברואר 10, 2015 11:00 am

השם ישמרנו.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2677
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4204 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

הודעהדורך פליקער » דינסטאג פעברואר 10, 2015 11:09 am

די רשעות וואס די גאווערמענט באגייט זיך אקעיגן די מענטשהייט איז שוידערלעך, ווי מען פירט די באשילדיגטע געשמידט אין קייטן, עס ברעינגט ארויס א איבל, ווי אזוי לאזט דאס די דעמאקראטיע צו, ווי מעיג מען אזוי דערנידערן איינעם וואס זיין שילד איז נאך נישט באוויזן, מיר פרעידיגן דאך אז יעדער איז אימשילדיג ביז זיין אימשילד איז באוויזן אין געריכט, אלזא ווי מעיג מען נעמען אזוי פיל מענטשן ציזאמען און שמידן איינעם צום צווייטן ווי זיי וואלטן וועין געוועין חזרים וואס מען פירט צי א שטאל, מיר ברויכן וועין ארויס גיין פראטעסטירן אזא געפירעכץ מען ווייסט דאך נישט עס איז דער נעקסטער קרבן.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1691
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1170 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3651 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג פעברואר 10, 2015 11:13 am

און די עוולה איז גרעסער ווען מען טראכט אריין וואס די קריים איז, כ'בין נישט קיין גרויסער מבין אויף געזעץ, אבער דא האט מען נישט ערמארדעט מענטשן און ניטעמאל גע'גנב'עט געלט פון די גאווערמענט (אזוי פארשטיי איך), ס"ה האט מען געמאכט א יד אחת און געטון זאכן אומלעגאל אן קיין פאטאלע נאכפאלגן, פארוואס אזוי הארב באשטראפן? די פאנישמענט דאזענט פיט דע קריים! כ'וואלט געזאגט (ווען מען פרעגט מיר) אז ס"ה דארף מען זיי בויערן/באארן די אויער, עבדי הם ולא עבדי לעבדים, אבער טראגן ווי חזירים צום שטאל?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15316
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18567 מאל

הודעהדורך אהבת ישראל » דינסטאג פעברואר 10, 2015 11:29 am

שמעקעדיג האט געשריבן:און די עוולה איז גרעסער ווען מען טראכט אריין וואס די קריים איז, כ'בין נישט קיין גרויסער מבין אויף געזעץ, אבער דא האט מען נישט ערמארדעט מענטשן און ניטעמאל גע'גנב'עט געלט פון די גאווערמענט (אזוי פארשטיי איך), ס"ה האט מען געמאכט א יד אחת און געטון זאכן אומלעגאל אן קיין פאטאלע נאכפאלגן, פארוואס אזוי הארב באשטראפן? די פאנישמענט דאזענט פיט דע קריים! כ'וואלט געזאגט (ווען מען פרעגט מיר) אז ס"ה דארף מען זיי בויערן/באארן די אויער, עבדי הם ולא עבדי לעבדים, אבער טראגן ווי חזירים צום שטאל?

רבי איד...איר וויסט ווי איר זענט ???? אין דייטשלאנד ...דער חילוק איז אין דייטשלאנד האט מען געהארגעט יודען אן א תירוץ אין דא ווען סאיז דא א תירוץ הארגעט מען דעם יוד ציביסלעך מען זעצט אים אן פאר 25 יאר וואס דאס איז יעדען טאג עקסטער טעם מיתה רח"ל....פרעגט די אחינו בני ישראל הנתונים בצרה ובשביה וועט איר פארשטיין...אין פארדעם טאקע דארפען מיר איינרייסען פאר די גאולה שלימה...אין נישט זיך באקוועם מאכען אין דייטשלאנד דאמריקה
אהבת ישראל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 240
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 2:07 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

הודעהדורך ברסלבער » דינסטאג פעברואר 10, 2015 11:33 am

שמעקעדיג האט געשריבן:און די עוולה איז גרעסער ווען מען טראכט אריין וואס די קריים איז, כ'בין נישט קיין גרויסער מבין אויף געזעץ, אבער דא האט מען נישט ערמארדעט מענטשן און ניטעמאל גע'גנב'עט געלט פון די גאווערמענט (אזוי פארשטיי איך)

אויסער דעם איז כמעט אוממעגליך צו באקומען א סי. או. אויף א בילדינג אין ניו יארק סיטי אן די דריידלעך. ווען די סיטי וואלט גהאנדעלט די זאכן נארמאל וואלט מען נישט געדארפט צוקומען צו די אלע זאכן.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2038
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 4342 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4040 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » דינסטאג פעברואר 10, 2015 11:35 am

א גרויל.

אזוי צו פירן נישט-אנגעקלאטע מענטשן ווי קיען, פאסט פאר אייסיס.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2348
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3279 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3754 מאל

הודעהדורך נולד מאוחר » דינסטאג פעברואר 10, 2015 11:36 am

שמעקדיג, אינטער קויפן איינער וואס איז געשטעלט דיר צי וואטשן, איז די שליסעל פון אינטערברענגען די גאנצע גאווערמענט סיסטעם .
מאך נישט אוועק די חומר הענין.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3819
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 4791 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

הודעהדורך יואב » דינסטאג פעברואר 10, 2015 11:37 am

אהבת ישראל האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:און די עוולה איז גרעסער ווען מען טראכט אריין וואס די קריים איז, כ'בין נישט קיין גרויסער מבין אויף געזעץ, אבער דא האט מען נישט ערמארדעט מענטשן און ניטעמאל גע'גנב'עט געלט פון די גאווערמענט (אזוי פארשטיי איך), ס"ה האט מען געמאכט א יד אחת און געטון זאכן אומלעגאל אן קיין פאטאלע נאכפאלגן, פארוואס אזוי הארב באשטראפן? די פאנישמענט דאזענט פיט דע קריים! כ'וואלט געזאגט (ווען מען פרעגט מיר) אז ס"ה דארף מען זיי בויערן/באארן די אויער, עבדי הם ולא עבדי לעבדים, אבער טראגן ווי חזירים צום שטאל?

רבי איד...איר וויסט ווי איר זענט ???? אין דייטשלאנד ...דער חילוק איז אין דייטשלאנד האט מען געהארגעט יודען אן א תירוץ אין דא ווען סאיז דא א תירוץ הארגעט מען דעם יוד ציביסלעך מען זעצט אים אן פאר 25 יאר וואס דאס איז יעדען טאג עקסטער טעם מיתה רח"ל....פרעגט די אחינו בני ישראל הנתונים בצרה ובשביה וועט איר פארשטיין...אין פארדעם טאקע דארפען מיר איינרייסען פאר די גאולה שלימה...אין נישט זיך באקוועם מאכען אין דייטשלאנד דאמריקה

איר מיינט אפשר נאצי-דייטשלאנד? דייטשלאנד פון דער היטלער-עפאכע? דייטשלאנד כהיום איז א פיין לאנד.
"אויב נעמט יאָסל אויף זיך דעם טיטל 'שרייבער,' דאַן קען ער נישט מיט א ריין געוויסן ניצן דעם אייגענעם שופר צו מוטיגן פּוסטקעפּיגקייט, במישרין או בעקיפין; ער וויל נישט, קען נישט, און וועט נישט זיין קיין קאַטאַליסט אין צעמענטירן דעם פאַרגרעבטן סטאַטוס-קוואָ."
באניצער אוואטאר
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1627
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 3:55 am
געפינט זיך: ב"ה אין אַ סטאַבּילן צושטאנד — דער ציבור ווערט געבעטן צו ווייטער מתפלל זיין.
האט שוין געלייקט: 6566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6068 מאל

הודעהדורך מאטי » דינסטאג פעברואר 10, 2015 11:42 am

און נישט יעדעס מאהל די באהערדע באגייט אן עוולה איז מן הנימוס דאס אנצושמירן מיט נאציזם. איר ווייסט אפשר וואס מ'דארף אלץ אפטון צו פארדינען דעם טיטל "נאצי?"
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3002
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3788 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4393 מאל

הודעהדורך אהבת ישראל » דינסטאג פעברואר 10, 2015 11:44 am

נולד מאוחר האט געשריבן:שמעקדיג, אינטער קויפן איינער וואס איז געשטעלט דיר צי וואטשן, איז די שליסעל פון אינטערברענגען די גאנצע גאווערמענט סיסטעם .
מאך נישט אוועק די חומר הענין.

דע עבירה איז אן עבירה קיינער מאכט נישט אוועק דעם חומר הענין....איז עס שוין איברצייגט מיט קלארע בווייזען אז די מענטשען האבען באגאנגען דע עבירה ???. מיט וואספארא רעכט דערנידרעט מען אזוי מענטשען 80% פין דע קעיסעס ענדיגינען זיך מיט עורבא פרח............
אהבת ישראל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 240
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 2:07 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

הודעהדורך אהבת ישראל » דינסטאג פעברואר 10, 2015 11:48 am

מאטי האט געשריבן:און נישט יעדעס מאהל די באהערדע באגייט אן עוולה איז מן הנימוס דאס אנצושמירן מיט נאציזם. איר ווייסט אפשר וואס מ'דארף אלץ אפטון צו פארדינען דעם טיטל "נאצי?"

כדאי צי פארדינען דעם נאמען נאצי פעלט זיך נישט אויס קיין גרויסע זאכען....פרעגט אברהם סלאנים ...סאיז גענוג אז בויהט אפאר דירות אין בית שמש אן צאלען דמי לא יחרץ פאר אתרא קדישא אין ביסט א פארטיגער נאציייייייייי
אהבת ישראל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 240
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 2:07 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

נעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: AhrefsBot [Bot], Google [Bot] און 3 געסט

cron