בלאט 1 פון 2

מסע ארץ הקודש-באבוב

הודעהפורסם: מיטוואך פעברואר 11, 2015 6:15 pm
דורך גאליציאנער
לאור בקשת הרבים וויל איך דא אראפברענגן בתכלית הקיצור דער סדר הימים פון דער דערהויבענע מסע ארץ הקודש לתועלת הקוראים פאר די וואס האבען נישט געהאט די זכיי' מיטצוהאלטען די מעמד אדיר. איך בעט זיך ביים עולם בכל לשון של בקשה נישט צופארצימעס'ן די אשכול נאר האלטען ריין איבער די עובדות פונעם נסיעה און דער סדר היום אזוי ווי די מעמדים זענען פארגעקומען.

מאנטאג י"ג שבט: ביינאכט איז פארגעקומען א באזיך ביים גאב"ד ירושלים שליט"א, ווי ס'איז פארגעקומען א הערליכע שמועס בדברי תורה און אלטע מעשיות צווישען דער גאב"ד שליט"א און דער רב זכרונו לברכה, דער רב האט גזאגט פאר'ן גאב"ד אז ס'שטייט ויחן את פני העיר דארף מען קודם באזיכען דער ערשטע זאך דער רב פון שטאט און דער גאב"ד האט געזאגט אז ער האט געהערט דער זעלבע זאך פונעם רב זצוק"ל. דער שמועס האט זיך צוגעענדיגט מיט דברי ברכה און דער גאב"ד האט באגלייט רבינו שליט"א ביז'ן קאר. נאכדעם וואס רבנו שליט"א האט זיך אריינגעזעצט איז ער צוריק ארויס און געבעטן דער גאב"ד א ברכה אז ער זאל האבען הצלחה און דער נסיעה, און מ'האט זיך געזעגנט בשלום.

דערנאך האט רבנו שליט"א געגאנגען באזיכען דער בעלזא רב שליט"א, ווי ס'איז געווען א שמועס פאר איבער א שעה און ד"ת סיפורי צדיקים און אלטע מעשיות צווישען באבוב און בעלזא. גלייך און דער אנהייב האט דער בעלזא רב שליט"א געגעבן א מתנה פאר רבנו שיט"א א בריעף וואס איז געשריבען געוואען דורך דער קדושת ציון זצ"ל הי"ד צום מהרי"ד מ'בעלזא זצ"ל. נאכען לאנגע שמועס האט דער בעלזא רב זיך געזעגנט פון רבנו שליט"א און אראפ באגלייט ביזן קאר.


דינסטאג נאכט ט"ו בשבט: איז פארגעקומען די דערהויבענע קבלת פנים פאר רבנו שליט"א און קרית באבוב בשילוב מיט א טיש לכבוד חמשה עשר בשבט. ס'האט זיך אנגעבויבען מיט שירה וזמרה למשל קול רינה, צהלי ורוני, און דער עולם האט מיט א פרייליכע גיסטע געטאנצען פון שמחה מקבל צו זיין פני רבינו שליט"א. דערנאך איז די מצב אריבער צו א חמשה עשר טיש, ווי רבינו האט נושא ונותן געווען און די חשיבות פון פירות ארץ ישראל, און דערנאך געגעבן א פייערדיגע שמועס אויפ'ן נושא פון די השפעה וואס א סביבה האט א השפעה אויפ'ן מענטש, געברענגט לשונות הרמב"ם און הלכות דעות, און מיט דעם מסביר געווען די דמיון פון "האדם עץ השדה", מיט א כרשונדיגע צושטעל פון די סוגיות און לא יחפור פון הרחקת ניזקין.
נאכען טיש איז דער עולם אריבער פאר איבער צוויי און א האלב שעה געבן שלום פאר רבינו שליט"א.


דאנערשטאג: קודם איז רבינו געגאנגען באזיכען דער גערער רבי שליט"א, און דערנאך איז פארגעקומען דער מעמד אהבת קדומים און קבלת פנים פון מוסדות כולל חיבת ירושלים, און הר נוף. רבינו שליט"א איז אריינגעקומען און קודם האט דער גאב"ד ירושלים שליט"א גערעדט אפאר ווערטער לכבוד דער קבלת פנים. דערנאך האט רבינו שליט"א געגעבן א הערליכע דרשה, ע"פ דברי הצל"ח און מסכת ברכות, און געבויט יסודות אויף תשובות פון אבני נזר און ר' יוסף ענגיל, אויפ'ן ענין פון געבן צדקה פאר'ן דאווענען פאר עניי א"י. און מיט דעם האט ער פארענפערט אסאך שיינע מדרשים און צוגעשטעלט א מליצה אויף "הרבה דרכים למקום", ע"פ א וועלטס באקאנטע ווארט פון דער רב זצוק"ל אויפ'ן גמרא פון "אפשר שעברתי על מקום שהתפללו בו אבותי". בשעת דער מעמד האבען באטייליגט אדמו"ר מדישונסקי, אדמו"ר מתולדות אהרן, אדמו"ר מראחמיסטריווקה, אדמו"ר מסטראפקוב, אב"ד טשאקאווא, הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער, הרב אהרן מרדכי רוקח, און אסאך נאך.

דערנאך זענען געפארען 25 עקארדיון באסעס צו קבר רחל אמנו. מחמת דער גרויסע עולם איז נישט געווען במציאות אריין צוגיין ביי דער קבר, דערפאר האט מען צוגעשטעלט סקרינס אינדרויסען פאר די עולם מיטצוהאלטען דער אמירת תהילים. קודם האט רבינו שליט"א גערעדט אפאר ווערטער און בדמעות שליש נאכגעזאגט לשונות הזוהר און פרשת שמות אויפ'ן פסוקים והנה הנער בוכה. און מיט דעם מסביר געווען דער ענין פון רחל מבכה על בניה יש שכר לפועלתיך. דער טיפע קרעכצן ליגען איינגעקרוצט און די ביינער און דער הייסע תפילות און טרערן פון טויזענטער אידען צוזאמען וואס האבען געדאווענט בקול בכי, וועלן ווערן אפגעשריבען און דער היסטאריע ביכער פון כלל ישראל. יה"ר שתתקבל תפלתינו ברחמים. ווי זאגט מיך איינער נאכען תפילות וואס איז אנגעקומען יענער אונדערפרי, "מיין נסיעה האט זיך שון אויסגעצאלט פון יעצט און ווייטער איז עס הכל ריווח".


עש"ק: איז רבינו אריינגעקומען צו טלית לייגען. דערנאך איז געווען תפילת מנחה. רבינו שליט"א האט געדאווענט פארן עמוד, און דערנאך האט דומ"ץ קהלתינו הרה"ג חיים יעקב טויבער שליט"א געדאווענט קבלת שבת. די תפילות האבען געדינערט און דער אוהל הענקי, און דער פראכטפולע לכה דודי פונעם קדושת ציון זצ"ל געדענק איך נישט אזוי נתעורר צו ווערן פונעם ניגון.
נאכען דאווענען האט רבינו שליט"א געוונטשען פארן עולם גוט שבת אויפן ארון קודש אלע צוזאמען היות צו קענען זאגען גוט שבת פאר יעדער איינער וואלט געווען א מעשה פון כאטש צוויי שעה. ס'איז געווען א רייכע סעודה צוגעשטעלט פאר אלע משתתפים באוהל התפילה גלייך נאכען גאווענען, ווי רוב עולם האט געגעסן צוזאמען בהשתתפות דער דיין, דער ראש ישיבה, און אונדערע אנשים מכובדים.

רבינו שליט"א איז אריינגעקומען צום טיש בערך 9:45 און אנגעהויבען מיט דער צאנזער שלום עליכם, קידוש האט אדורך געקלונגען דער גאנצע אוהל הענקי, און בשעת אמירת תורה האט רבינו שליט"א מורעדיג מקצר געווען היות ס'איז געווען גערידער פון אונדרויסען פון הונדרעטער פרעמדע אידען וואס האבען נישט געהאט די זכיי' ארייצוגין און דער אוהל הטיש מחמת חוסר מקום.

רבינו שליט"א האט בקיצור מסביר געווען א לכו"ע בשבת ניתנה תורה, כדי אז אפילו און די מתחילה עלה במחשבתו צו געבן די תורה מיט מידת הדין, זאלען מען קענען דורך שמירת שבת מבטל זיין די דינים וואס דורך שמירת שבת ווערט מען א שיתוף במעשה בראשית, און א שיתוף קען מוחה זיין אויף אלעס וואס דער צווייטער שיתוף טוט. דערנאך האט מען געזונגען "יום שבתון אין לשכוח" מיט גרויס התעוררות, "לבל יעבור בם מקרה רע" וכו' וכו'.

דערנאך האט מען געזונגען כל מקדש, און בשעת מעשה האט רבינו שליט"א מסביר געווען די פיוט "משוך חסדיך ליודעיך קל קנה ונוקם נוטרי ליום השביעי זכור ושמור להקם" ע"פ הנ"ל בטוב טעם ודעת שפתים יושק.

דערנאך איז געווען, מנוחה ושמחה, מה ידידות, מעין עולם הבא, יום שבתון וכו', ברכת המזון, למקדשך טוב, תנו שבח. און מ'איז אריינגעגאנגען און דער אוהל התפילות צו טאנצען א לענגערע צייט. דערנאך איז מען אריבער רבינו שליט"א זאגען גוט שבת.


אדערווייל האב איך מצליח געווען צושרייבען דער ערשטע חלק, ביז שבת אונדערפרי, ואי"ה המשך יבא.

הודעהפורסם: מיטוואך פעברואר 11, 2015 9:26 pm
דורך shem-tov
זייער שיין. ביטע ברענג בילדער. כהאב מיך א גאנצע צייט געוואונדערט פארוואס קיינער באשרייבט נישט די נסיעה. סקוקט אויס ווי סאיז געווען אסאך פאן פאר יעדען איינעם אויף די טריפ. לאמיר האפן דער אשכול וועט בלייבן לעבן

הריני מקבל עלי

הודעהפורסם: מיטוואך פעברואר 11, 2015 9:31 pm
דורך עזריאל
איך נעם מיר פאר נישט צו מגיב זיין אויף דעם אשכול כדאי ס'זאל נישט פאר'צימעס'ט ווערן. נאר איין זאך זאך ביטע ברענג בילדער

הודעהפורסם: מיטוואך פעברואר 11, 2015 9:35 pm
דורך יאיר
יישר כח פאר'ן באשרייבן די פערזענליכע, ווארעמע איינדרוקן פון דעם באזוך. לאמיר האפן אז די בכיות און תפילות וועלן עושה רושם זיין אין הימל צו פועל'ן ישועות פאר אידישע קינדער, און אז כבוד מלכות באבוב בלי שם לווי זאל נתרומם ווערן.
וואס איז די וועלטס באקאנטע ווארט פון רב ז"ל? איך בין אן איינוואוינער אין וועלט און עס איז מיר נישט באקאנט.
ביי וועלכער באזוך האט דער רבי שליט"א אויסגעלערנט וועלכע נאטן מען דארף אויסלאזן פון עפעס א ניגון?

הודעהפורסם: מיטוואך פעברואר 11, 2015 10:39 pm
דורך פישלע העררינג
הערת גבאי חודש:

"צימעס" תגובות זענען אפגעטיילט געווארן צו א באזונדערע אשכול אין צימעס. ביטע זיך האלטן צו די תקנות און ניווא פון "אידישע און אלגעמיינע נייעס".

הודעהפורסם: מיטוואך פעברואר 11, 2015 11:13 pm
דורך נופת צופים
יאיר האט געשריבן:ביי וועלכער באזוך האט דער רבי שליט"א אויסגעלערנט וועלכע נאטן מען דארף אויסלאזן פון עפעס א ניגון?

דאס איז געוועהן אין שטוב פון א אינגערמאן אברעמי שטרום, וואס איז לעצטנס אוועק פון יענע מעשה(correct me if I'm wrong). ער האט עס אויסגעלערנט פאר מונה ראזענבלום. דא איז דא א קליפ.

הודעהפורסם: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 12:00 am
דורך נופת צופים
א גרויסן יישר כוח פאר דער שיינע באשרייבונג אן קיין גזמאות, דמיונות און שטותים.

גאליציאנער האט געשריבן:ס'איז פארגעקומען א הערליכע שמועס בדברי תורה און אלטע מעשיות צווישען דער גאב"ד שליט"א און דער רב זכרונו לברכה

איך האף אז דו ווייסט אליין וואס מען דארף דא רעדאגירן.

הודעהפורסם: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 12:09 am
דורך נהורא נפישא
יאיר האט געשריבן:יישר כח פאר'ן באשרייבן די פערזענליכע, ווארעמע איינדרוקן פון דעם באזוך. לאמיר האפן אז די בכיות און תפילות וועלן עושה רושם זיין אין הימל צו פועל'ן ישועות פאר אידישע קינדער, און אז כבוד מלכות באבוב בלי שם לווי זאל נתרומם ווערן.
וואס איז די וועלטס באקאנטע ווארט פון רב ז"ל? איך בין אן איינוואוינער אין וועלט און עס איז מיר נישט באקאנט.
ביי וועלכער באזוך האט דער רבי שליט"א אויסגעלערנט וועלכע נאטן מען דארף אויסלאזן פון עפעס א ניגון?

און אז די מהר"ם לובלין זאגט העולם מקשים מיינט מען עפעס יעדן שמויגער ?

הודעהפורסם: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 2:34 am
דורך ישמעאל הכהן
לערנט אויס א ניגון פאר מונה רויזנבלום


הודעהפורסם: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 7:30 pm
דורך גאליציאנער
חלק ב'

דא האט איר א לינק צום דרשה ביי קבר רחל
https://www.youtube.com/watch?v=XOnqfVtNNwI&safe=active

איך האב בטעות אויסגעלאזט אפאר פרטים פון דער פרייטאג צונאכטס טיש. עס האבען זיך מתשתתף געווען אסאך רבנים (כולל ואינו מוגבל) אריינגערעכנט הרב ישראל יוסף קאהן (בנו הגדול של אדמו"ר מתו"א), הרה"'ג ר' שמעון יצחק שלעזינגער, אדמו"ר מסטראפקוב, אס"ד טשאקאווא, אדמו"ר מגארליץ, הרב אהרן מרדכי רוקח, הרה"ג פינחס פריעדמאן, אלע אנדערע בעלזא דיינים (נישט באקאנט מיט אלע נעמן), הרב נפתלי האלפערן, בני האדמו"ר מ'מאקאווא, און אלע באבובער רבנים, הרה"ג ר' יחיאל פאקשעוויצער, וכו'. הרב אהרן מרדכי רוקח איז דער ערשטע מאהל און היסטאריע געשיקט געווארען בשעת זיין טאטע האט געפירט טיש, צו א אנדערע רבי'ס טיש, און איז נתכבד געווארען מיט'ן בענטשן.

שבת אונדערפרי איז פארגעקומען א שיעור און אולם בית מלכה און ספה"ק דברי חיים אזוי ווי נארמאל מדי שבוע בשבוע. רבינו שליט"א האט פארגעלערנט א שטיקע אויף הכנעה, און מסביר געווען אז לב ירושלים איז א נקודה וואס יעדער איד טרעפט זיך דער פלאץ דארטען, און מ'פירט זיך אויף שיין איינער צום צווייטען אבער מיט דעם אלעם, ווען ס'קומט צו רחניות טאר מען נישט בלייבען בהכנעה נאר ויגבה לבו בדרכי ה'.
דערנאך האט מען ארויסבאגלייט רבינו שליט"א צום אוהל התפילות און אויפען וועג האט דער רבינו געהייסען זינגען דרכי' דרכי נועם וכל נתיבותיה שלום, ס'איז געווען א מחזה הוד צו'צוקוקען.

פסוקי דזמרה האט געדאווענן הרב שמואל הלוי הורוויץ פון לאנדאן. שחרית ביז שמו"ע האט געדאוונעט ר' משה וואסערשטרום פון לאנדאן. און הויכע שמו"ע האט ר' שמואל לעממעל פון טאראנטא געדאווענט.

מען האט פארקויפט די עליות פאר בערך 200,000$ צוזאמען, און ר' זלמן לייב בלויא האט געקויפט דער רב'ס עלי' פאר 73,000$.
מוסף האט געדאווענט הרב משה הלברשטאם שליט"א, באבובער רב און אנטווערפן.

נאכען דאווענען איז פארגעקומען נאכאמאל א סעודה צוגעשטעלט כיד המלך לכבוד אלע אורחים החשובים.


בערך 5:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה, און גלייך דערנאך האט דער גאנצע עולם זיך געוואשען צום של"ס וואס איז פארגעקומען און דער אוהל הטישען. מ'האט אנגעהויבען דער זמירות כרגיל, אבער דער דריטע מזמור לדוד האט מען געזינגען דער לאנגע פון דער רב זצוק"ל.

פאר בבואו מאדום האט רבינו שליט"א גערעדט בלהבת קודש דברי מוסר וחיזוק אויף עניני לימוד התורה, און דערנאך אויף עניני קדושה, דער טעכנלאגיע בזמנינו, וואס איז ספעציעל נוגע בימי השובבי"ם. ב"ה דער מאל האט געהערשט א שטילקייט לענגאויז דער גאנצע אוהל היות ס'איז נישט געווען קיין פרעמדע צוקוקער, און דער גאנצע עולם האט געטרינקען דער דברי התעוררות בצמאון. איך האב געהאט א פלאץ אונגאנצען פון אונטען (איך בין אנגעקומען אביסעל שפעט, און איך האב נישט געהאט קיין כח זיך צו שטיפען), אבער איך האב ב"ה געהערט יעדער ווארט.

נאך שבת היום האט מען געזונגען "אבהת עולם" פון דער קדושת ציון ברוב פאר והדר.

דערנאך איז געווען ברכהמ"ז, מעריב און הבדלה. און דער גאנצע עולם איז אריבערגעלאפען זאגען "גוט וואך" בניסוח גור.

נאכדעם, איז כל הקהל הקודש געפארען צום כותל המערבי שריד בית מקדשינו, עס איז געווען צענדליגער באסעס אויסגעשורה'ט אויף רחוב מלכי ישראל, און דער כותל איז געווען אפגעשפארט חוץ פאר דער באבובער באסעס.

דא איז אבער געווען א שטיקעל פאנטשער, היות מ'האט געדארפט מסדר די רחבת הכותל כדי דער גאנצע עולם זאל קענען זען די תפילות, האט עס גענומען א לענגערע צייט, און דער עולם האט געדארפט ווארטען איבער א שעה און א האלב ביז מען האט נאר אריינגעלאזט די מתפללים צום שטח. דערנאך האט מען געזונגען ניגוני התעוררות למשל, השב שכינתך, תבנה חומות, אב הרחמים הוא ירחם נאך פאר רבינו שליט"א איז אנגעקומען, און רבינו שליט"א האט געזונגען "מרן דבשמיא". אבער ב"ה ס'איז געווען לפום צערא אגרא, און דער דברי התעוררות אויף קדושת בית הכנסת או ביהמ"ד וואס איז א מקדש מעט וואס איז רבינו שליט"א האט משמיע געווען, און דערנאך די הארץ-רייסינדיגע געבעט אויף המתפלל בעד חבירו הוא נענה תחילה, האט אפגעצאלט דער ווארט מיט פראצענטן.

דערנאך האט מען געזאגט תהילים, ווארט ביי ווארט דער גאנצע עולם, כ"ו ספעציעלע קפיטלאך וואס רבינו האט אויסגעוועלט במיוחד פאר דער מעמד (הוראת שעה), און דערנאך האט מען געזאגט י"ג מידות בקול רעש וואס האט אוודאי געשפאלטען די היממלען, און מיט דעם האט מען גע'ענדיגט די תפילות, יה"ר שבמהרה יבנה המקדש עיר ציון תמלא וברננה נעלה.

דערנאך האט דער באסעס צוריקגענומען די גאנצע עולם צוריק צום אוהל התפילות במתחם שנלר, ווי ס'איז געווען צוגעגרייט סעדות מלוה מלכה פאר דער גאנצע עולם.

אשרי עין ראתה כל אלה!!

המשך יבא אי"ה

הודעהפורסם: פרייטאג פעברואר 13, 2015 1:10 am
דורך שמעון וואלף
שלוש עשרה מידות ביינאכט? עפעס ליגט מיר אין זכרון פון מטה אפרים אז טאמער הערט מען זאגן י"ד מידות ביינאכט פאר חצות, זאל מען נישט מיט זאגן.

הודעהפורסם: פרייטאג פעברואר 13, 2015 7:22 am
דורך shem-tov
אשרי עין ראתה כל אלה. אבער א טובה א קליינע. בילדער שיינע. זיי אונז מחי.

הודעהפורסם: פרייטאג פעברואר 13, 2015 5:50 pm
דורך לעיקוואד
מהאט נישט אריינגעלאזט קיין פרעמדע?

הודעהפורסם: זונטאג פעברואר 22, 2015 1:15 am
דורך התם ומתמם עם תמימים
נו גאליציאנער מען ווארט נאך אויף דער המשך
א חוץ טאמער דעס טעם הנסיעה האט זיך שוין אויסגעוועבט??

הודעהפורסם: זונטאג פעברואר 22, 2015 9:51 am
דורך קרעקער
רב"צ האט אויפגענומען ביחידות יעדען מאן ווייב און קינדער פון זיינע חסידים אין א"י
ער האט געהאט א פאפיר און פען אין אראפגעשירבען יעדע פראבלעם פון די חסידים צו פרנסה צו שלום בית און ערט צוגעזאגט צו ארבעטען אויף אלעס
דעס מיינט א רבי

הודעהפורסם: זונטאג פעברואר 22, 2015 10:32 pm
דורך חסיד
שמעון וואלף האט געשריבן:שלוש עשרה מידות ביינאכט? עפעס ליגט מיר אין זכרון פון מטה אפרים אז טאמער הערט מען זאגן י"ד מידות ביינאכט פאר חצות, זאל מען נישט מיט זאגן.

מען האט געזאגט י''ג מידות פונקט א מינוט נאך חצות!

הודעהפורסם: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 8:28 am
דורך גאליציאנער
ברוך השם מ'האלט שון ביים מעמד פון זונטאג וואס דאס איז געווען דער שפיץ פון דער נסיעה.

זונטאג נאכמיטאג איז פארגעקומען דער כתיבת האותיות און היכל הישיבה עץ חיים דער נייע ישיבה, ווי עס האבען זיך משתתף געווען אדמו"ר ממרכז וויזניץ, און און נאך רבנים און ראש ישיבות. דער בנין איז געבויט געווארען בעיקר דורך הנה"ח ר' ישראל אלטר שלאף ני"ו פון וויען, און דורך הנה"ח ר' יחיאל מעכיל ראזענבערג ני"ו, און דער ס"ת איז אריינגעגבן דורך ר' מעכיל ראזענבערג.

בערך 4:30 איז דער ס"ת ארויסגעגאנגען פון ביהמ"ד באבוב רח' חזו"א בתופים ובמחולות, ווי רבנו שליט"א האט באגלייט און מיטגעטאנצען בשמחה גדול לענגאויס חזו"א און דערנאך רח' נחמי', ביז דעם ווינעקל פון רח' עזרא ווי עס איז אריינגעגאנגען צו דער שאטער הגדול על יד ביהמ"ד מרכז וויזניץ (וויזניץ האט עס געלאזט נוצען במתנה).

און דער שאטער איז געווען צוגעגרייט הויכע פארענטשעס אויף דריי זייטען, און צו דער עולם'ס גרויסע באווונדערונג איז געווען א זעלטענע חידוש אז אנשטאט נעמן א פשוטע ארון קודש פאר דער הכנסת ס"ת היות ס'איז נישט געווען און ביהמ"ד, האבען זיי געמאכט א קאפי פון דער הערליכע נייע ארון קודש און היכל ישיבה פון "פאום" און מיט דעם הערליך נאכגעמאכט דער ארגינעלע ארון קודש. דער ריקודין איז געווען בהשתתפות הגה"צ ר' חיים מאיר וואזנער שליט"א.

און דער שאטער איז געווען הערליכע ריקודים דורך רבינו שליט"א, מיט משפחת ראזענבערג, און נאך חשובע אידען, שוואגערס וכדו'. דערנאך איז עס אריין און ארון קודש, רבינו שליט"א האט פארגעזאגט "לדוד מזמור", און דער קאפעלע האט געזונגען ובנחה אויף א אלטע ניגון פון ר' יחזקאל קלאגסבאלד זי"ע אויף די ווערטער "אמת ואמונה".


דערנאך האבען דער באסעס גענומען דער גאנצע עולם צו דער ריזיגע שאטער און פתח תקוה באולם רויאל גארדען, ווי ס'איז געווען צוגעשטעלט א סעודה רחבה פאר איבער 3400 (אפגעציילטע בענקלעך!) מענטשן, לרגל דער חנוכת הבית און הכנסת ס"ת.

קודם האט גערעדט ר' נחום (ברי"א) שלאף, דברי זכרון אויף זיין זיידע און באבע וואס דער בנין איז אויף זייער נאמען. דערנאך איז רבינו שליט"א אריינגעקומען ברוב פאר והדר צו באשיינען דער מעמד. דערנאך האבען גערעדט הרה"ג ? גרינפעלד דער רב פון ר' ישראל אלטר שלאף און וויען. דערנאך האט גערעדט ר' ישראל אלטר שלאף, און ר' מעכיל ראזענבערג.

דער מעמד איז געווען בהשתתפות הרה"ג ר' מי"ל לאנדא שליט"א רב פון ב"ב, און א ריזיגע פולע אויבענאן מיט חשובע רבנים.

כ"ק מרן אדמו"ר מקלויזענבערג-נתני', איז אריינגעקומען צום מעמד לכבודו של תורה, און רבינו שליט"א האט עם מכבד געווען צו רעדן אפאר ווערטער, ער האט אנגעהויבען מיט התפעלות אויף רבבות אלפי ישראל. ער האט שיין גערעדט פון לימוד התורה, ישיבות און דער מלחמה. און דערנאך האט ער שטארק משבח געווען דער ישיבה און צוגעענדיגט מיט דברי ברכה.

דערנאך איז געווען א געהויבענע ריקוד צו געבן שבח והודאה פארן אייבעשטער אויף כל החסד ביז אהער, און מהאט געבעטען אויף ווייטער קה זכות אבות יגן עלינו, אהבת עולם תביא להם וברית אבות לבנים תזכור, און אויף דעם קען מען זאגען, וכל העם מחללים בחלילים ושמחים שמחה גדולה.

דערנאך האט רבינו שליט"א געגעבן דער משא המרכזי, און אנגעהויבען מיט מדרשים וואס שטלען צו מעמד הר סיני צו בניית המשכן, און געבויט אויף א מחלו' שאגת ארי' און דער ברוך טעם במצות כתיבת ס"ת בזמנינו וואס מ'איז נישט בקי בחסירות ויתירות. דערנאך האט ער געברענגט לשונו הפלא פון דער ר"ן און מס' ברכות, און מיט דעם מסביר געווען די סתירת הגמ' וואס איז מער חשוב א ת"ח אדער די תורה. דערנאך האט רבינו מיט כשרון נפלא צוגעשטעלעט א חשובע ישועות יעקב אויף הארון נושא את נושאיו, און מיט דעם צוגעשטעלט די ענינים פון חנוכת בית המדרש און הכנסת ס"ת.

דערנאך, האט רבינו שליט"א אויסגערעכנט אלע נושא הארון פון דער בנין המפואר. אנגעהויבען מיט ר' חיים שלאף ז"ל, מיט זיין זון להבחל"ח ר' ישראל אלטר ני"ו. דערנאך הרה"ח יוסף שמואל לאנדא ז"ל און להבחל"ח זיין איידעם ר' מעכיל ראזענבערג ני"ו. דערנאך האט רבינו שליט"א גערעדט מיט התפעלות פון האברך ר' אברהם יואל שטרום ז"ל, וואס האט מיט מסירות נפלא עד כדי דמיו געבויט דער בנין המפואר.

דערנאך האט מען געבענשט, און דער עולם איז אהיימגעפארען מיט א דערהויבענע גיסטע, נאך א פילע טאג. ויהי נועם ה' עלינו ומעשי ידינו כוננה עלינו ומעשה ידינו כוננהו.

המשך יבא....

הודעהפורסם: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 8:45 am
דורך שמעון וואלף
איז געווען נאך א הכנסת ספר תורה ווען מ'האט עס געפירט פון שאטער צום בנין הישיבה?

הודעהפורסם: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 10:13 am
דורך התם ומתמם עם תמימים
גאליציאנער
דארפסט נישט זיין אזוי פארביסן ווי דיין רבי מעגסט איהם נאך שרייבן אדמו''ר מצאנז קלויזנבורג וכו'
עס האט דאך גאר שטארק געבאדערט פאר זיי דער וועג ווי אזוי דיין רבי האט איהם דערמאנט ..

הודעהפורסם: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 2:41 pm
דורך גאליציאנער
היינט האב איך געטראפען אביסעל צייט צאמצוקלויבען אפאר בילדער פון דער אויבען דערמאנטע מעמדים.

קבלת פנים:

מסע ארץ הקודש-באבוב

הודעהפורסם: דינסטאג מערץ 03, 2015 10:24 am
דורך גאליציאנער
קבלת פנים:

הודעהפורסם: דינסטאג מערץ 03, 2015 10:28 am
דורך גאליציאנער
קבלת פנים:

הודעהפורסם: דינסטאג מערץ 03, 2015 10:35 am
דורך גאליציאנער
מעמד אהבת קדומים - כולל חיבת ירושלים

הודעהפורסם: דינסטאג מערץ 03, 2015 10:37 am
דורך גאליציאנער
של"ס-הבדלה

הודעהפורסם: דינסטאג מערץ 03, 2015 10:41 am
דורך גאליציאנער
מוצש"ק כותל המערבי