נתניהו גייט רעפרעזענטירן נאר 13,980,000 אידן אין קאנגרעס

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

נתניהו גייט רעפרעזענטירן נאר 13,980,000 אידן אין קאנגרעס

הודעהדורך גראדעמעכעלע » פרייטאג פעברואר 13, 2015 4:58 pm

נייע קאמפיין פאר מידיא קראנטקייט, נתניהו גייט בלויז רעפרעזענטירן 13,980,000 אידן ביי זיין רעדע אין קאנגערס,

א געוויסע ברוקלינע ארגענעזאציע האט אינטערגענימען א נייעם קאמפיין אנטקעגן מידיא פארפירישקייט אין פאלטשקייט, וואס איז יעצט די אישו? די ארגענעזאציע וואס ריפט זיך מיטן נאמען 'נטרונא' (מיינונג פונעם נאמען איז נישט באקאנט) אין שטעלט זיך פאר אלץ פארטרעטער פון 'אמת'ע תורה אידן' באשולדיגט די מידיא מיט פארשפרייטן פאלשע באריכטן אז נתניהו גייט רעדן אין וואשינגטאן בשם די גאנצע אידישע ציבור פון 14 מיליאן אידן, אין זיי באשולדיגן אז דאס איז דער גורם פין די לעצטיגע אויפשטייגונג אין אנטיסעמיטישע אינצידענטן, לויט 'נטרונא'ס שאצונגען איז דא א ערך פון 20,000 אידן מער ווייניגער קאנצעטרירט און ניו יארק וואס פילן אז נתניהו רעדט נישט אין זייער נאמען, אין נטרונא וויל דאס קלארשטעלן טענה'נדיג אז אזוי וועט מען פארמינערען אנטיסעמעטיזים אלוועלטליך,

נישט קיקענדיג וואס מען רעדט דא נאר פין א חילוק פון בערך 0.14% האט נטרונא דורך געפירט בליץ קאמפיינס צי פינאנצירן די קאסטבארע קאמפיין אין ווי באריכטן געבן איבער האבן זיי שטארק מצליח געווען אין די וויליאמסבורגע כוללים ביים ציבור וואס וויליאמסבורג איז ביי זיי ירושלים אין דער ספר ויואל משה איז דער לעצטע רינגעלע אינעם קייט פון תורה, געוויסע דערציילן אז דער ציבור האט ברייט געעפענט די ספעציעל דעזיגנירטע מעשר פאנדס פאר די צוועק,

אויך ווערט ציגעשריבן צו די נטרונא ארגענעזאציע די לעצטיגע אנגעצויגענקייט וואס איז קענבאר אויף די סופרים געריכט ריכטער, דאס קימט נאכדעם וואס נטרונא האט פרודוצירט א לעגאלן פאפיר בנוגע דעם קעיס ארום ישראל'ס הויפטשטאט געשריבן דורך די 'גרעסטע' לעגאלע עקספערטן אין לויערס, אויפווייזענדיג אז לויט טראדיציעס אין שטרענגע רייד רעקאדירט אין א אלטן בבל'ישען טעקסט דארפן זיי פסקנ'ן אנטקעגן אנערקענען ירושלים אלץ ישראל'ס הויפטשטאט
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1819
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6472 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2344 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » פרייטאג פעברואר 13, 2015 5:27 pm

מער קינדער לערנען אין די מוסדות פון ביידע פון די צוויי סאטמארע קהילות באזונדער ווי דיין אנגעגעבענע ציפער פון צוואנציג טויזנט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ישראל קאפקע אום פרייטאג פעברואר 13, 2015 5:31 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2179
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2307 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » פרייטאג פעברואר 13, 2015 5:31 pm

זאלן זיי זאגן אז זיי רעפרעזענטירן די מיליאנען, אדער וואטעווער דו ווילסט, סאטמארע חסידים. דער פראבלעם איז אז זיי שפילן ווי זיי רעדן אין מיין נאמען אויך, ווען ביי מיר איז נתניהו יא דער ווארטזאגער פון דאס אידישער פאלק, עכ"פ מער ווי נטרונא איז.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2345
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3275 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3733 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » פרייטאג פעברואר 13, 2015 5:34 pm

קאפקא די רעכנסט לכאורה אלע מוסדות פון אלע שטעט צוזאמען ניין?
קום אריין מיט די פונקטליכע נומבערס אין איך וועל עס פרובירן צי פאררעכטן,
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1819
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6472 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2344 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » פרייטאג פעברואר 13, 2015 5:37 pm

איך בין מגלה דעת אז קיינער אריינגערעכענט נתניהו און נטרונה, רעדט נישט אין מיין נאמען.

ווער ס'וויל וויסן מיין מיינונג קען מיך אנפרעגן אין אישי.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2643
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 4152 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2740 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » פרייטאג פעברואר 13, 2015 5:37 pm

ביזטו גרייט מיר צו געבן שטימרעכט אין אויסוועלן 'דער ווארטזאגער פון דאס אידישן פאלק' אדער בין איך געצווינגען זיך צו באפרידיגן מיט אן עקסטרעמיסט וואס איז אויסגעקליבן געווארן דורך ווייניגער ווי 25% פון אידישע בירגער אין מדינת ישראל?

גראדעמעכעלע

קאפקע די רעכנסט לכאורה אלע מוסדות פון אלע שטעט צוזאמען ניין?

יא.
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2179
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2307 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » פרייטאג פעברואר 13, 2015 5:41 pm

איך בין נישט באקאנט מיט די נומבערס אבער דוכט זיך אז פיל א גרעסערע פראצנט אידענטיפיצירט זיך מיט די מעסעדז וואס ער פלאנט צי ברענגען,
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1819
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6472 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2344 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » פרייטאג פעברואר 13, 2015 5:52 pm

ובעיקר האב איך מיר באצויגן צי נטרונא'ס מעסעדז וואס איז נישט ווי דיינס,
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1819
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6472 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2344 מאל

הודעהדורך diff » פרייטאג פעברואר 13, 2015 5:58 pm

מיינונג פונעם נאמען איז נישט באקאנט
Just google nutrena
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » פרייטאג פעברואר 13, 2015 6:07 pm

גראדעמעכעלע האט געשריבן:איך בין נישט באקאנט מיט די נומבערס אבער דוכט זיך אז פיל א גרעסערע פראצנט אידענטיפיצירט זיך מיט די מעסעדז וואס ער פלאנט צי ברענגען,

פילע אנדערע אידענטיפיצירן זיך נישט מיט זיין מעסידזש.
דעריבער איז א חוצפה פון זיין זייט זיך צו דערקלערן אז ער רעדט נישט נאר אין נאמען מדינת ישראל נאר אין נאמען פון אלע אידן.

אויך פארגעסן אסאך אז אפגעזען פון זיין געראנגל מיטן אמעריקאנער פרעזידענט (וואס האט אגב באקומען 70% פון די אידישע שטימען אין 2012) איז דער רעדע געסקעדזשועלט צוויי וואכן פאר די בחירות. און די לינקע לאגער אין מדינת ישראל איז (מיט רעכט) זייער אויפגעברויזט דערויף. ער איז זייער פשוט צו מאכן אן ארגומענט אז זיין רעדע האט מער מיט פאליטיק ווי מיט זיכערקייט פון מדינת ישראל.
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2179
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2307 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 8:08 pm

מיין ציל מיט דעם ארטיקל איז נישט געווען צי געבן אן ריכטיגע פאליטישע אנאליז, איך האב מיר בלויז באצויגען צי נטרונא'ס פראפטגאנדע אז זיי גייען אויפקלערען.די וועלט אז נתניהו רעפרעזענטיר נישט די אידן על סמך פין תורה'דיגע טענות כפי הבנת פין א געוויסע סעקטע, דאס קימט פאר פאר מיר כאילו א גרופע פין 50,000 קריסטן וועלן קאמפיינען אז די אמת'ע קריסטליכע שיטה איז אז אידן האבן נישט געהרג'ט יאשקע,

איך האב נישט געצילט צו בארעכטיגן נתניהו'ס חוצפהדיגע אויפפירונג, וואס דאס איז א עקסטערע שמועס פאר זיך, נאר נטרונא'ס קאמפיין איז לדעתי נאריש אין ארויסגעווארפן ממון ציבור אין מיסט,
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1819
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6472 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2344 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 8:32 pm

די וואס געבן געלט פאר זיי האלטן מן הסתם נישט אז עס איז ארויסגעווארפן געלט.

לגבי דיינע ציפערן גלייב איך אז אין קריסטליכע ציפערן איז עס נענטער צו צוואנציג מיליאן קריסטן, און איינע פון די גרעסטע און מערסט רעליעזע סעקטעס.

און אדרבה ווען די איבריגע קריסטליכע וועלט איז אויף מיט די באשולדיגונג אז די אידן האבן געהרגט יאשקע, וואלט איך זייער עפרישיעיטעד ווען איינע פון די גרעסטע קריסטליכע קירכעס קומען ארויס מיט א קאמפיין צו בארואיגן די מצב.

און עס איז נישט כאילו זיי זענען די איינציגסטע וואס שטופן דעם מעסידזש. א גרויס חלק אמעריקאנער אידן זענען אויך נישט אינטערעסירט אז נתניהו זאל קומען קיין אמעריקע זיך רייצן מיט אבאמא.
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2179
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2307 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 9:10 pm

ישראל קאפקע האט געשריבן:מער קינדער לערנען אין די מוסדות פון ביידע פון די צוויי סאטמארע קהילות באזונדער ווי דיין אנגעגעבענע ציפער פון צוואנציג טויזנט.

אוי.קעי. איין און צוואנציג טויזנט, זיבן הונדערט דריי און פופציג. גראדעמעכעלע. דאס זענען די לעצטע סטאטיסטישע ציפערן. ביטע רעכן איבער...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13993
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16057 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9101 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 9:14 pm

ישראל קאפקע האט געשריבן:ביזטו גרייט מיר צו געבן שטימרעכט אין אויסוועלן 'דער ווארטזאגער פון דאס אידישן פאלק' אדער בין איך געצווינגען זיך צו באפרידיגן מיט אן עקסטרעמיסט וואס איז אויסגעקליבן געווארן דורך ווייניגער ווי 25% פון אידישע בירגער אין מדינת ישראל?

גראדעמעכעלע

קאפקע די רעכנסט לכאורה אלע מוסדות פון אלע שטעט צוזאמען ניין?

יא.

איך און ישראל קאפקע האלטן אז האנייה פון כאמאס (שוין פארגעסן זיין ערשטן נאמען.) איז דער ווארט זאגער פון כלל ישמעאל...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13993
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16057 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9101 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 9:18 pm

.
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2179
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2307 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 10:45 pm

עס איז באמת א וויכטיגע זאך אינז צו אפטרייסלען פון די שוטים וואס מאכן מיר ענג יעדעס מאל ווען עס טומעלט זיך אביסל אינעם מיטל מזרח,

וואס ברויך איך ליידן אין מיין ארבעט ווי איך דריי מיר צווישען נישט אידן וואס גלייכן מיר אלס צו צאפן דאס בליט ווען עס קאכט זיך איבער מיטל מזרח
ביבי לאדיר אפ פון מיין נאמען און הער אויף מיט דיינע נארישע מאנעווערעס צו ווייזען טראציגקייט יעדע פאר מאנאטען
@קאפקע ווי קען מען שיקן פאנדן פאר די וואס גיסן אביסל מי שופכין אויף דעם שוטה ביבי?
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2169
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 480 מאל

הודעהדורך יאיר » מוצ"ש פעברואר 14, 2015 10:50 pm

אויסער די צוואנציג טויזנט חסידים פון ברוקלין זענען פארהאן נאך צוואנציג טויזנט אידן וואס האבן שוין אונטערגעשריבן אויף דעם קול קורא ארויסגעגעבן דורך רבני ועסקני ארגון רחוב י. מ'בעט יעדן וואס האט נאכנישט אונטערגעשריבן זאל שוין אונטערשרייבן און אראפנעמען דעם חרון אף פון הימל.
אין אנדערע נייעס האט נטרונא פארראכטן זייער מעסעזש. זיי האבן קלאר געשטעלט אז בעצם האבן זיי נישט קיין פראבלעם מיט די מרידה באומות פון נתניהו, נאר ער איז פשוט נישט דער פאסיגער קאנדידאט, ווייל ער גייט נישט קיין בארד און פיאות און האט נאכנישט מחזיר בתשובה געווען אלע אידן כמבואר בספר ויואל משה. לויט דעם ארגומענטירן זיי זאל מען ענדערש שיקן הרב אמנון יצחק מיט זיין פארטיי כח להשפיע זיך ארויסצושטעלן קעגן אבאמא און אים מכניע זיין כמבואר ברמב"ם.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8163 מאל

הודעהדורך למדן » זונטאג פעברואר 15, 2015 3:04 pm

וואו קען מען זעהן וויפיל האבן שוין געסיינט
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 6:40 pm
האט שוין געלייקט: 142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » זונטאג פעברואר 15, 2015 3:35 pm

למדן האט געשריבן:וואו קען מען זעהן וויפיל האבן שוין געסיינט

געוויסע ארטיקלען האבן געשריבן 20,000+, א טאג שפעטער איז ארומגעפארן די ציפער 55,000. אבער די ציפערן זענען ווייניגסטנס פינף טעג אלט, קיין פרישערע נומערן האב איך נישט געפונען.
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2179
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2307 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 15, 2015 3:43 pm

יאיר האט געשריבן:אויסער די צוואנציג טויזנט חסידים פון ברוקלין זענען פארהאן נאך צוואנציג טויזנט אידן וואס האבן שוין אונטערגעשריבן אויף דעם קול קורא ארויסגעגעבן דורך רבני ועסקני ארגון רחוב י. מ'בעט יעדן וואס האט נאכנישט אונטערגעשריבן זאל שוין אונטערשרייבן און אראפנעמען דעם חרון אף פון הימל.
אין אנדערע נייעס האט נטרונא פארראכטן זייער מעסעזש. זיי האבן קלאר געשטעלט אז בעצם האבן זיי נישט קיין פראבלעם מיט די מרידה באומות פון נתניהו, נאר ער איז פשוט נישט דער פאסיגער קאנדידאט, ווייל ער גייט נישט קיין בארד און פיאות און האט נאכנישט מחזיר בתשובה געווען אלע אידן כמבואר בספר ויואל משה. לויט דעם ארגומענטירן זיי זאל מען ענדערש שיקן הרב אמנון יצחק מיט זיין פארטיי כח להשפיע זיך ארויסצושטעלן קעגן אבאמא און אים מכניע זיין כמבואר ברמב"ם.

יאיר: נאר ס'איז דא א שווערע תוס' אין מס' כתובות וועלכער פרעגט א קשיא אויף דיין הנחה אז סאטמאר איז יא צופרידן פון הרב אמנון יצחק. ווייל פון ווען ער האט געמאלדן אז ער לויפט צום כנסת ביי די פריערדיגע בחירות, האט סאטמאר אנגעהויבן צו גיסן אויף איהם מי שופכין, פונקט ווי אויף א יעדן אנדערן. אנרופנדיג איהם מיט די ערגסטע, בזיונ'דיגע נעמען, כדרכם...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום זונטאג פעברואר 15, 2015 3:47 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13993
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16057 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9101 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג פעברואר 15, 2015 3:45 pm

ישראל קאפקע האט געשריבן:
למדן האט געשריבן:וואו קען מען זעהן וויפיל האבן שוין געסיינט

געוויסע ארטיקלען האבן געשריבן 20,000+, א טאג שפעטער איז ארומגעפארן די ציפער 55,000. אבער די ציפערן זענען ווייניגסטנס פינף טעג אלט, קיין פרישערע נומערן האב איך נישט געפונען.

קאפקע: קוק נאך, אפשר ביי די כאמאס אדער נטורי חרתא וועבסייט וועט יא זיין אפדעיטעד אינפארמעישן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 13993
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 16057 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9101 מאל

הודעהדורך למדן » זונטאג פעברואר 15, 2015 3:53 pm

איז דא א ליסט אזויווי ביי אנדערע פעטישענס?
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 6:40 pm
האט שוין געלייקט: 142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

הודעהדורך גראדעמעכעלע » מאנטאג פעברואר 16, 2015 10:21 am

די פעטיציע אנדרייער שיקן ארום א בילד וואס מ'זאל לייגן ביים פראפייל בילד, ווער עס איז שטארק דערביי זאל עס ניצן פאר זיין אוואטאר,
profilepicm.png
profilepicm.png (24.8 KiB) געזען געווארן 1698 מאל
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 1819
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 10:16 pm
האט שוין געלייקט: 6472 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2344 מאל

הודעהדורך קרעקער » זונטאג פעברואר 22, 2015 4:20 pm

מהר"א טרעט שארף ארויס קעגען נתניהו
https://www.youtube.com/watch?v=vdR1F6T8DCo
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1102
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 10:54 am
האט שוין געלייקט: 181 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 545 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » זונטאג פעברואר 22, 2015 4:27 pm

דאקטורים האבן אויפגעגעבן אויף דעם זכר. מיט אזעלכע רבי'ס... אוי נעבעך
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2345
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3275 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3733 מאל

נעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט