נתניהו גייט רעפרעזענטירן נאר 13,980,000 אידן אין קאנגרעס

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
גראדעמעכעלע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1840
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 08, 2014 9:16 pm
האט שוין געלייקט: 6098 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2314 מאל

נתניהו גייט רעפרעזענטירן נאר 13,980,000 אידן אין קאנגרעס

שליחה דורך גראדעמעכעלע »

[justify]נייע קאמפיין פאר מידיא קראנטקייט, נתניהו גייט בלויז רעפרעזענטירן 13,980,000 אידן ביי זיין רעדע אין קאנגערס,

א געוויסע ברוקלינע ארגענעזאציע האט אינטערגענימען א נייעם קאמפיין אנטקעגן מידיא פארפירישקייט אין פאלטשקייט, וואס איז יעצט די אישו? די ארגענעזאציע וואס ריפט זיך מיטן נאמען 'נטרונא' (מיינונג פונעם נאמען איז נישט באקאנט) אין שטעלט זיך פאר אלץ פארטרעטער פון 'אמת'ע תורה אידן' באשולדיגט די מידיא מיט פארשפרייטן פאלשע באריכטן אז נתניהו גייט רעדן אין וואשינגטאן בשם די גאנצע אידישע ציבור פון 14 מיליאן אידן, אין זיי באשולדיגן אז דאס איז דער גורם פין די לעצטיגע אויפשטייגונג אין אנטיסעמיטישע אינצידענטן, לויט 'נטרונא'ס שאצונגען איז דא א ערך פון 20,000 אידן מער ווייניגער קאנצעטרירט און ניו יארק וואס פילן אז נתניהו רעדט נישט אין זייער נאמען, אין נטרונא וויל דאס קלארשטעלן טענה'נדיג אז אזוי וועט מען פארמינערען אנטיסעמעטיזים אלוועלטליך,

נישט קיקענדיג וואס מען רעדט דא נאר פין א חילוק פון בערך 0.14% האט נטרונא דורך געפירט בליץ קאמפיינס צי פינאנצירן די קאסטבארע קאמפיין אין ווי באריכטן געבן איבער האבן זיי שטארק מצליח געווען אין די וויליאמסבורגע כוללים ביים ציבור וואס וויליאמסבורג איז ביי זיי ירושלים אין דער ספר ויואל משה איז דער לעצטע רינגעלע אינעם קייט פון תורה, געוויסע דערציילן אז דער ציבור האט ברייט געעפענט די ספעציעל דעזיגנירטע מעשר פאנדס פאר די צוועק,

אויך ווערט ציגעשריבן צו די נטרונא ארגענעזאציע די לעצטיגע אנגעצויגענקייט וואס איז קענבאר אויף די סופרים געריכט ריכטער, דאס קימט נאכדעם וואס נטרונא האט פרודוצירט א לעגאלן פאפיר בנוגע דעם קעיס ארום ישראל'ס הויפטשטאט געשריבן דורך די 'גרעסטע' לעגאלע עקספערטן אין לויערס, אויפווייזענדיג אז לויט טראדיציעס אין שטרענגע רייד רעקאדירט אין א אלטן בבל'ישען טעקסט דארפן זיי פסקנ'ן אנטקעגן אנערקענען ירושלים אלץ ישראל'ס הויפטשטאט[/justify]

דער אשכול פארמאגט 106 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר