חילול שבת און עטרת גאלדא?

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
סאו וואט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 397
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 07, 2013 10:08 pm
האט שוין געלייקט: 235 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 353 מאל

חילול שבת און עטרת גאלדא?

שליחה דורך סאו וואט »

ס'איז מיר אויסגעקומען אדורך צו שפאצירען דער עטרת גאלדא זאל און בארא פארק, פערצענטע עווניו קארנער פופציג'סטער סטריט.
שבת נאכמיטאג איז עס געוועהן, זעה איך ווי ס'קומט אן א שווארצע לינקאן טאון קאר, קארסערוויס, פון דער פירמע טשוטרש עוועניו.
דער טראנק פון דער קאר מאכט זיך אויף, און אן ערל קומט ארויס פון דער קיך פונעם זאל, דער טיר גאר אויף לינקס אויפן עוועניו, גייט
אנגעטוען מיט א רויטע טי שורט, מיט א בלוי דזשינס קורצע הויזען, פאקט ארויס פינעף קעיסעס קאקא קאלע פונעם טראנק, דריי
רעגיולער, און צוויי קעיסעס דייעט קאקא קאלע, דערנאך גייט ער צירוק אונעם קיך ברענגט ארויס אזא הענד טראק, פאקט עס ארויף און
לויפט מיט עס שנעל אריין צירוק אריין אונעם קיך.

אבזאווירנעדיג דעים ספעקטועל האב איך באמערקט ווי דער גוים (יא, א לשון רבים, ווייל נאך א גוי איז געשטאנען ביים טיר פונעם קיך צו
האלטן אופען דער טיר") טוען עס גאר פלינק, ווי א היט ענד ראן, נישט צו זיין גאר לאנג אויפן גאס, וויסענדיג אז ס'איז סאמטינג ראנג.

ס'האט זיך אפגעשפילט בערך צווישען 1:27 און 1:31 שבת נאך מיטאג.

דער בעל מכשיר פונעם זאל איז הרב יחיאל באב"ד שליט"א אב"ד טארטיקאב.
אגב, ליינענדיג דער לוח הציבור דער שבת, זעה איך ווי זיין זוהן ר' יואל, וואס איז דער עומד בראש פונעם השגחה, האט געמאכט א קידוש
ביי זיין טאטע און שוהל, און ווארשיינליך זענען זיי נישט געוועהן אונעם זאל.

כ'בין סתם נייגעריג. איז עס אויסגעהאלטן וואס זיי האבען געטוען? מעגן גוים קויפען זאכען ספעציעל פאר יודען און שבת? מעג מען יודען עסען אדער טרינקען פון אזעלעכע עסענס אדער טרינקען? הייסט עס חילול שבת? צו נישט? הייסט עס א גוטע השגחה, צו נישט? איז עס אסור? איז עס מותר? אדער איז עס מותר בדיעבד?

איך פרעזליך קען נישט דו הלכה, דאס איז נאר דו טריקענע פאקטן, דער מציאות, דער זאל האט גענוג קעמרעס אויף צו ווייזען דער מציאות, און כ'האב אנגעגעבן גענוג בפירוש'דיגע סימנים. איך פרעג סתם אלס הלכה, איז עס ראנג צו נישט?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום סאו וואט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I AM SICK AND TIRED ALREADY

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר