דורך שמעקעדיג » מוצ"ש מערץ 21, 2015 9:10 pm
איך טראג עס נישט אריבער. ווי נעמט מען די כוחות צו הערן אזא טראגעדיע.
מען טאר נישט פרעגן קיין קשיות כלפי מעלה, אבער ווען אימער עס פאסירן אומגליקן רילעיטעד צו תורה ומצוות - וואס מיר האבן א פארזיכערונג פון פסוק שומר מצוה לא ידע דבר רע, און חז"ל זאגן אונז שלוחי מצוה אינן ניזוקין - רייסט זיך ארויס פון מיין הארץ א וויי געשריי, למה ה' יחרה אפך בעמך, צי איז עס א פייער דורך חנוכה ליכט, שבת'דיגע בלעך/האט פלעיט, שבת ליכט, וכו'. די אלע זאכן טוט מען דאך נאר צוליב דעם ציווי ה', נישט פאר אונזער אייגענע הנאה! מען דארף זיך מחזק זיין מיט פעלזן פעסטע אמונה צו קענען אננעמען די גזירה.
רבש"ע עד מתי? 7 אומשולדיגע קרבנות פסח? תינוקות של בית רבן שלא חטאו? ווי אזוי דאדף דער טאטע זיצן 2 וואכן ארום פסח ביינאכט ביים סדר און פארציילן דיינע נסים??
איי שומר ישראל שמור שארית ישראל ווייל מיר קענען שוין מער נישט פארנעמען. וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'.
וירח ה' את ריח הניחוח