א פרישע געגענט פאר חסידים קיין ארץ ישראל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

א פרישע געגענט פאר חסידים קיין ארץ ישראל

הודעהדורך זורח » דינסטאג מערץ 24, 2015 5:57 pm

בעזרת השם יתברך שמו
פרייליכע נייעס!

מיר האלטן אינמיטן פארמירן א גרופע פון חסידים, איינוואוינערס פון ניו יארק און דער אומגעגנט, אויפצושטעלן א נייע אמעריקאנער-חסיד'ישע ישוב-קהילה אין ארץ ישראל

אין א נייער געגנט וואס האלט אין די טעג אינמיטן אויפגעבויט ווערן אינמיטן דעם פראכטפולן ישוב גבעת זאב אין די בערג ארום ירושלים עיר הקודש.

1.די גרופע איז פארגעצויגן פאר יונגעלייט-משפחות אין די יארגענג פון 20 ביז 40.
2.הערליכע, גרויסע, רחובת'דיגע, לופטיגע הייזער, געבויט אויף אן אמעריקאנער סטיל.
3.היימישע מוסדות חינוך פאר די קינדער וועלן אויפגעשטעלט ווערן אויפ'ן פלאץ.
4.א ספעציעלע ארגאניזאציע וועט בייהילפיג זיין צו פארזארגן יעדן פון דער קבוצה מיט פאסיגע און גוטע פרנסות.

פאר מער דעטאלן ביטע קאנטאקטן די אדרעסן אנגעגעבן אינעם בייגעלייגטן מודעה.
בייגעלייגטע פיילס
EY_5775.jpg
EY_5775.jpg (475.23 KiB) געזען געווארן 3082 מאל
זורח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 151 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » דינסטאג מערץ 24, 2015 6:04 pm

טאקע שוין נישט דא קיין לאנד אין מדינת ישראל וואו צו בויען אז מען זאל דארפן בויען אין די אקופירטע געביטן?
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2177
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1580 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2299 מאל

הודעהדורך מאטי » דינסטאג מערץ 24, 2015 6:10 pm

ס'איז טעכניש טאקע אין די (אזויגערופענע) אקופירטע געביטן, אבער ס'איז גארנישט אנדערש פון אנדערע געגענטער כגון רמת שלמה, ביתר וכדומה, וואו א גרויסע ציבור היימישע אידן וואוינען. און ווי אחד הרבנים האבן זיך אויסגעדריקט, "ס'איז שטיל דארטן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מאטי אום דינסטאג מערץ 24, 2015 11:25 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2992
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4313 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » דינסטאג מערץ 24, 2015 6:29 pm

ס'איז נאר זעקס מאל אזוי טיף אריין אין די אקופירטע געביטן ווי רמת שלמה (און מן הסתם צען מאל אזוי ווייט פון די צענטער שטאט ווי ר"ש), און יא, רמת שלמה איז טאקע אויך אין די אקופירטע געביטן.

(אגב, וואס מיינט דאס 'אזויגערופענע' אקופירטע געביטן? עס איז נישט קיין חלק פון מדינת ישראל (עס איז קיינמאל נישט געווארן אנעקסירט דורך די מדינת ישראל פארליאמענט) און ווערט פאקטיש קאנטראלירט דורך מדנ"י).

איבער ביתר איז א לענגערע שמועס, נישט פאר יעצט.

מיין פראגע אויב איז טאקע נישט דא קיינע שטחים צו בויען אין מדינת ישראל זעלבסט אז מען בויט דווקא אויף לאנד וואס וועט אויפרעגן די מערב וועלט איז בכלל נישט פארענטפערט.
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2177
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1580 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2299 מאל

הודעהדורך זורח » דינסטאג מערץ 24, 2015 6:29 pm

זורח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 151 מאל

הודעהדורך הוגה » דינסטאג מערץ 24, 2015 6:45 pm

עס מאכט טאקע נישט קיין סענס צו קויפן א הויז אין א פלאץ וואס וועט אויסגעריסן ווערן ערגעץ אין די נעקסטע דרייסיג יאר. איך פארשטיי אויך נישט דער אויפטו מיטן מאכן אמערעקאנער סטייל הייזער. אויף דעם קען איך דאך בלייבן אין אמעריקא. וואס איז שלעכט מיט ארץ ישראל'דיגע הייזער?


.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2822
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6473 מאל

הודעהדורך מאטי » דינסטאג מערץ 24, 2015 6:57 pm

גבעת זאב איז אן אלטע שטאט וואו עטליכע טויזענט פרומע, פרייע אידן וואוינען שוין דארט יארן צוזאמען, ס'איז בדרך הטבע נישט אפן פאר דעבאטע אז מד"י זאל דאס אמאל צוריקגעבן אין פאל פון א רוקצוג, פונקט ווי מאה שערים.

וואס איז געשען די לעצטע צוויי יאר , די שכונה האט זיך ארויסגעצויגן עטוואס אינדרויסן פון דעם צענטער און באקומען אן אינציאטיוו פון די ממשלה צו בויען פארגעצויגן בלויז פאר פרומע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מאטי אום דינסטאג מערץ 24, 2015 11:27 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2992
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4313 מאל

הודעהדורך זורח » דינסטאג מערץ 24, 2015 6:58 pm

די מודעה טוט אפעלירן פאר די משפחות וואס זוכן באמת צו גיין וואוינען אין א"י נאר קענען נישט טרעפן א פאסיגע געגענט.

ס'איז נאך לעת עתה נישטא א חסידישע געגענט פאר אמעריקאנע אפשטאמיגע, וואס זענען צוגעוואוינט צו אן אנדערע סארט מענטעליטי און רעדן יודיש מיט ענגליש.

די איינציגע אפציע יעצט איז אין די גרעסערע שטעט ווי עס איז שווער צו טרעפן א גרויסע ביליגערע דירה אדער הויז ווי עס איז מעגליך מער ארויסציער.

גבעת זאב איז נישט ווייט פון ירושלים דערפאר האט דאס די אלע מעלות פון די גרויסע שטאט (מוסדות, געשעפטן, ביזנעסער וכו') אבער פאר אסאך ביליגער און לופטיגער.

(די וואס זענען באזארגט וועגן די גרינע ליניע צוליב השקפה אדער פראקטיש קענען איגנארירן די מודעה און גיין צום נעקסטן אשכול.)
זורח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 151 מאל

הודעהדורך פליקער » דינסטאג מערץ 24, 2015 7:10 pm

וועלן די מוסדות נעמען געלט פון די מדינה?
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1690
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1166 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3615 מאל

הודעהדורך ראש הישיבה » דינסטאג מערץ 24, 2015 7:16 pm

פליקער האט געשריבן:וועלן די מוסדות נעמען געלט פון די מדינה?

נע, חס ושלום!!!!!!!

וואס דען? ווער נעמט נישט??? יעדער נעמט.
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 1131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1321 מאל

הודעהדורך מאטי » דינסטאג מערץ 24, 2015 7:24 pm

לגבי מוסדות לכאורה שיקט מען אריין מיטן אוטובוס קיין ירושלים איש על מחנהו ואיש על דגלו.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2992
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4313 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 24, 2015 8:00 pm

פליקער האט געשריבן:וועלן די מוסדות נעמען געלט פון די מדינה?

זיי האבן שוין גענומען. דער גאנצער רעיון איז נאך אן אויסדרוק פון שרעקליכע התגרות באומות וואס דער ראש הכופרים בנימן נתניהו (שר"י עפ"ל ארנדז"ש, וכו') פראקטיצירט. הרב סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו וואלט דאס אנגערופן ..."ווילקירליכע מעשים פון די "פרומע" ציונים"...! אזוי ווי רבינו הגה"ק מהר"א שליט"א האט שוין כמה פעמים גערעדט פון די עניינים מנהמת ליבו הטהור... :lol: :roll:
אין מדינת ישראל איז אלעס אסור. און ס'הייסט התגרות באומות. משא"כ אין עיר הקדושה קר"י איז אלעס מותר. אפילו צו אנעקסירן שטחים. און ס'האט נישט קיין דין פון התגרות באומות...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13154
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14607 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8366 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 24, 2015 8:06 pm

בערל... אדער שלינג אראפ אדער שפיי אויס. דער ביין אין האלז אזוי לאנג איז א סכנה זיך צו דערשטיקן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15100
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18103 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג מערץ 24, 2015 8:10 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:בערל... אדער שלינג אראפ אדער שפיי אויס. דער ביין אין האלז אזוי לאנג איז א סכנה זיך צו דערשטיקן.

שמעקעדיג: איך שרייב נאר לפי שיטת אנ"ש דק"ק, וועלכע זעען אלעס מיט קריסטאל קלארע אויגן...ואין צורך לפורטם בשמותם כי ידועים הם...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13154
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14607 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8366 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג מערץ 24, 2015 10:03 pm

דאס מיין איך טאקע צו זאגן... ואין צריך לפורטם כי ידועים הם. חזר זיך איין די 6 ווערטער זאלסט עס קענען אויסנווייניג!!..
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15100
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18103 מאל

Re: א פרישע געגענט פאר חסידים קיין ארץ ישראל

הודעהדורך petergrifin » דינסטאג מערץ 24, 2015 10:46 pm

לאז רעב בערל רעדן. איך קוועל יעדעס מאל..
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 934 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

הודעהדורך פלאוויוס » דינסטאג מערץ 24, 2015 11:28 pm

גם אני מצטרף אל פטר-גריפן. בערל האט א חן וואס נאר די בעל-עגלה'ס פון פארצייטנס האבן געהאט... מיך בענקט נאר צו די צענדליגער שמייכלען וואס ער פלעגט אריינשטעלן אין יעדער תגובה. :) :) :D :lol: :lol: :P
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 537
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 1016 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1078 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 25, 2015 1:52 am

טאקע היא הנותנת, ווייל בערל האט א חן, וויל איך הערן נאך פון זיין אוצר מעשה'לעך. די אלטע זאכן קען איך שוין אין חלום ולא אמרינן רבנן בכפילא.

אדער קאן זיין אז ער איז שוין אזוי אלט אז ער פארגעסט גאר אז ער האט עס שוין אמאל געשריבן.

צוריק צום געגנט אין ארץ הקודש.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15100
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18103 מאל

הודעהדורך פלעין יודיש » מיטוואך מערץ 25, 2015 8:20 am

ברעקינג
מ'האט דארט געטראפן מענטשליכע ביינער
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 937 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 912 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » מיטוואך מערץ 25, 2015 8:53 am

פון לעבעדיגע אדער טויטע?
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4870 מאל

Re: א פרישע געגענט פאר חסידים קיין ארץ ישראל

הודעהדורך בר-כוכבא » מיטוואך מערץ 25, 2015 10:38 am

דער נייער ישוב איז נישט ווייניגער רעאליסטיש ווי אלע אנדערע פלענער פאר נייע היימישע געגנטן. ס׳איז אין ארץ ישראל, אינדרויסן פון די דארטיגע היימישע עסטעבלישמענטס, און נאך אין דער מחיה נפשותדיגע לופט פון די מדבר יהודה בערג. מי יתן אז ס׳זאל זיך אויסארבעטן. איך וואלט עס זיכער גענומען אין באטראכט.
"יסוד האושר הוא: אהבת האמת בשכל, אהבת היושר בחיים, אהבת היופי ברגש, אהבת הטוב במעשה." ~ אורות הקודש א עב
באניצער אוואטאר
בר-כוכבא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 403 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 536 מאל

הודעהדורך Kool man » מיטוואך מערץ 25, 2015 11:01 am

לידיעה, קארלין האט דארט א ישוב אין גבעת זאב מיט עטליכע צענדליגער משפחות און מוסדות, און דער רבי אליין האט דארט א דירה ווי ער וויילט אסאך בקרב חסידיו, הגם ס'יז א קליינע קבוצה וואס וואוינט דארטען.
Kool man
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 09, 2014 4:43 pm
האט שוין געלייקט: 889 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 676 מאל

הודעהדורך חקרן » מיטוואך מערץ 25, 2015 11:08 am

1. פארוואס זאל איינער פון אמעריקע האבן אן אינטערעסע, צו פארן וואוינען ביז קיין ארץ-ישראל, אין א פארשטיפטע געגנט, וואס איז בחזקת ספק אז עס וועט זיך אויסארבעטן? - המבלי אין ישובים באמעריקע?

2. פארוואס בויעט מען דאס דוקא פאר אמעריקאנער? - פארוואס פארקויפט מען נישט אויך פאר ישראלים? - מאכט עס נישט א שטיקל רושם, ווי אז דאס קען מען מאיזה סיבה נישט פארקויפן פאר ישראלים, נוצט מען מענטשן פון די ווייט, זיי צו באזעצן דארט?
חקרן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 532
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 920 מאל

הודעהדורך ראש הישיבה » מיטוואך מערץ 25, 2015 11:22 am

גבעת זאב גייט זיך אויסארבעטן ריגארגלעס צו די אמעריקאנער חסידים וועלן זיך אהינציען. די פרייז איז דארט מיטלמעסיג. די קארלינער האט דארטן איבער 150 משפחות. די רבי וואונט דארט. נאר ער פארט קיין ירושלים איין מאל אין פיר וואכן. אזוי אויך וויילט ער אין י-ם רוב ימים טובים. עס וואונען דארט טויזענטער משפחות פרומע אין פרייער. על פי רוב זענען די תושבים פרומער. עס איז א שפאן אוועק פון ירושלים.
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 1131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1321 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך מערץ 25, 2015 11:33 am

חקרן האט געשריבן:המבלי אין ישובים באמעריקע?

די שאלה איז יורד ונוקב לחדרי בטן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15100
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18103 מאל

נעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט