א פרישע געגענט פאר חסידים קיין ארץ ישראל

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

הודעהדורך זורח » מיטוואך אפריל 15, 2015 12:45 pm

מודעה איבערגעזעצט אויף יודיש
בייגעלייגטע פיילס
GZ-copy2.jpg
GZ-copy2.jpg (470.17 KiB) געזען געווארן 2191 מאל
GZ-copy1.jpg
GZ-copy1.jpg (479.5 KiB) געזען געווארן 2191 מאל
זורח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 151 מאל

Re: א פרישע געגענט פאר חסידים קיין ארץ ישראל

הודעהדורך petergrifin » מיטוואך אפריל 15, 2015 1:05 pm

איך מיין מען זאל לייגן א נאטיץ אויבן ביים קעפל "אינפאמירשעל".
.And they lived happily ever after

באבע מעשיות
petergrifin
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1321
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
געפינט זיך: אין גלות
האט שוין געלייקט: 934 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » מיטוואך אפריל 15, 2015 3:42 pm

אינעם פסח אויסגאבע פונעם ענגלישן משפחה איז געווען א פולפעידזש קאלירטע אנאנס איבער גבעת זאב החדשה, דאכט זיך בערך א האלב מיליאן דאלער פער הויז.
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2177
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1580 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2299 מאל

הודעהדורך איך אויך » זונטאג מאי 03, 2015 1:21 pm

וועלכע פון די דריי איז אונזער זורח?..
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5631
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7712 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2544 מאל

הודעהדורך זורח » זונטאג מאי 03, 2015 1:32 pm

איך אויך האט געשריבן:וועלכע פון די דריי איז אונזער זורח?..


קיין איינס!
דע ארטיקל איז געטוען געווארן אן אונזער וויסן דורך אפאר יחידים.

Disclaimer – מודעה
It has come to our attention that a popular Israeli magazine has published an article interviewing a number of individuals about Aliyah & Yishuv EY for Chasidim, highlighting our organization, without consulting with us.

Please be aware that the opinions expressed in this article do not necessarily express the opinions of our organization, as our focus is solely to promote Aliyah & Yishuv Eretz Yisrael for all Chasidim regardless of their personal opinion on Zionism, based on the belief and understanding that this Mitzvah is incumbent upon every Yid. We are here to make this journey easier for our fellow Chasidim who otherwise don’t have such a structure assisting them in this process, and we specifically shy away from taking a stand in either Pro or Anti Zionism, as we believe that this is something each individual should consult with His/Her own Morah Derech.

ס’איז אנגעקומען צו אונז א שמועה איבער אן ארטיקל וואס איז ערשינען אין א פאפולערער מאגאזין אין ארץ ישראל, וואס האט ציטירט אינטערוויוס מיט פארשידענע יחידים איבער זייערע מיינונגען אין די נושאים פון עלייה און יישוב ארץ ישראל פאר חסידים, ניצנדיג דעם נאמען פון אונזער ארגאניזאציע, אן זיך דירעקט דורכשמועסן מיט אונז פון פריער.

דערמיט ווילן מיר קלאר מאכן אז די מיינונגען אין יענעם ארטיקל שפיגלען נישט אפ די מיינונגען פון אונזער ארגאניזאציע. אונזער ציל איז אויסשליסליך צו שטארקן די מצוה פון יישוב הארץ צווישן חסידים פון סיי וועלכער קהילה אדער השקפה, באזירט אויף דעם פארשטאנד אז דער חיוב פון דער מצוה איז חל אויף יעדן איינציגן איד. אונזער מטרה איז דעריבער צו פארגרינגערן פאר היימישע אידן וועלכע פארמאגן נישט קיין סטרוקטור וואס זאל זיי ארויסהעלפן אין דער קאמפליצירטער פראצעדור. מיר שטייען בכיוון אוועק פון דעם נושא פון ציונות, אן נעמען א שטעלונג פאר דעם אדער אנטקעגן דעם, ווייל מיר גלייבן אז אין אזעלכע שאלות דארף זיך יעדער יחיד אליין דורכשמועסן מיט זיין/איר מורה דרך.
זורח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 151 מאל

הודעהדורך chusid » זונטאג מאי 03, 2015 3:10 pm

.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 444 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » זונטאג מאי 03, 2015 3:20 pm

Agricultural community?
איינער חלומ'ט אויף כוח.
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2177
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1580 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2299 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » זונטאג מאי 03, 2015 3:23 pm

הרצל האט אויך גע'חלומ'ט, און מארטין לוטער קינג אויך. שאץ נישט אונטער קיין חלומות.
מקנא אני את המתים
אשר נעשו חפשי מן המצפון
מאשר החיים חיים הפכפכיים
ונפשם לא שלימה בקרבם

~ אורים ותומים www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=50&t=12010
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2343
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3265 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3705 מאל

הודעהדורך מאטי » זונטאג מאי 03, 2015 3:32 pm

ישראל קאפקע האט געשריבן:Agricultural community?
איינער חלומ'ט אויף כוח.


פון דעם אריגינעלן ארטיקל:
יש ביניכם כאלה שמתכוונים לעסוק בחקלאות, כמו החלוצים של פעם?
"יש כמה שחולמים לחיות ביהודה ושומרון ולהחזיק חווה משלהם. במציאות זה כנראה פחות אפשרי, כי הילדים שלנו לא רגילים לחיים כאלה. אנחנו מדברים על זה יותר בצורה נוסטלגית".
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך מאטי אום זונטאג מאי 03, 2015 6:17 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2992
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4313 מאל

הודעהדורך נהורא נפישא » זונטאג מאי 03, 2015 6:11 pm

היינט זעהט שוין יעדער איין אז רב קוק זעכיסויאגיינעליינו איז געווען גערעכט.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
נהורא נפישא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1598
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1880 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2082 מאל

הודעהדורך פלאוויוס » זונטאג מאי 03, 2015 6:52 pm

דער ארטיקל אין "מקור ראשון" איז גראדע א הערליכער ארטיקל. ס'דערווארעמט דאס הארץ, כאטש ס'פארשטייט זיך אז דאס זענען אפאר באזונדערע מיינונגען און רעפלעקטירן נישט איין שניט. (איז @זורח טאקע זיכער ביי זיך אז ס'איז וויכטיג זיך אפצושאקלען פון דעם אינגאנצן? איך נעם אן אז זיי טוען דאס נאר כדי ס'זאל נישט שאטן דער עין-הרע ;) )
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 537
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 1016 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1078 מאל

Re: א פרישע געגענט פאר חסידים קיין ארץ ישראל

הודעהדורך chaims » זונטאג מאי 03, 2015 7:05 pm

הגם איך בין ווייט פון א ציוני דאך וויל איך באגריסען די פאקט אז היימישע וויליאמסבורגע יודן טראכטן ערענסט פון טוהן אזא דראסטישע שריט והלואי שזה ימהר נפילת החומות בעירינו ובמחנינו
פון די אנדערע זייט קוקט עס מיר אויס דערווייל ווי היבשע פאנטאזיעס (הלואי אני טועה)
chaims
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 201
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 8:42 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

הודעהדורך איך אויך » זונטאג מאי 03, 2015 7:33 pm

יעצט ברענגסטו ארויס א גאר אנדערע נקודה אז עס איז שוין העכסט צייט זיך גענצליך אפצושאקלן פון די אלע זעלבסט-געקרוינטע 'עסקנים' זאל עס זיין נידערמאן צו מענצער און אלע אנדערע באטריגערס מינים ממינים שונים. הצד השווה שבהם אז קיינער פון זיי דארף ב''ה נישט גיין נאך געלט חתונה צו מאכן און אלע זענען נאר דא פאר כבוד פאוער און געלט גנבעריי אויפן העכסטן פארנעם.

אה פאר איך פארגעס ,די כאף אלעוו אוב פיקטשריי מיט יעדע שמויגער וואס טראגט א נעקטיי איז אויך גאר וויכטיג.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5631
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7712 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2544 מאל

הודעהדורך מאטי » מאנטאג מאי 04, 2015 1:42 pm

http://m.yiddish.forward.com/blogs/yidd ... eph/187549

זורח‟ – ווען וואָלקנס פֿאַרשטעלן נישט די זון
By בן זומא

אין די לעצטע טעג האט זיך אין דער ישראל-צייטונג „מקור ראשון‟ אפגעדרוקט אן ארטיקל http://www.nrg.co.il/online/11/ART2/692/288.html וועגן א גרופע חסידים, וואס שטרעבן און פלאנירן אקטיוו ארויפצוגיין זיך באזעצן אין ארץ ישראל. דער מחבר פונעם ארטיקל האט אינטערוויואירט עטליכע מיטגלידער פון דער דאזיגער גרופע – „זורח, חסידים למען ישוב ארץ ישראל‟ – און פון די שמועסן צוזאמגעשטעלט אן אלגעמיין בילד איבער די אספיראציעס פון די גרופע-מיטגלידער.

צומארגנס נאך דעם וואס דער ארטיקל איז דערשינען, האט „זורח‟ אויף איר בלאג פארעפנטליכט א קלארשטעלונג, אז די „מיינונגען אין יענעם ארטיקל שפיגלען נישט אפ די מיינונגען פון אונזער ארגאניזאציע,‟ וועמענס „ציל איז אויסשליסליך צו שטארקן די מצוה פון יישוב הארץ צווישן חסידים פון סיי וועלכער קהילה אדער השקפה.‟

איך וואלט דאס זעלבע געזאגט כלפי דער ארגאניזאציע, אפילו זי זאל נישט ארויסקומען מיט דער קלארשטעלונג. די גאנצע קעגנערשאפט צו ארץ ישראל און דאס ארויפגיין אהין וואוינען איז דאך באמת אן אפצווייג פון דעם קנאות בכלל, וואס דער סאטמארער רבי זצ”ל האט אוועקגעשטעלט קעגן דער היינטצייטיגער מדינת ישראל – קעגן דער ציוניסטישער באוועגונג, וואס האט אין דער ערשטער תקופה נאך דער לעצטער וועלט-מלחמה כמעט ווי איינגענומען די פרום-אידישע וועלט.

יענע ציוניסטן, די וואס זענען געשטאנען ביים שפיץ פון דער באוועגונג, זענען געווען לינק און בפירוש אנטי דת. זיך אנשליסן אינעם ציוניזם און ארויפגיין וואוינען קיין ישראל האט זייער אפט געמיינט אפווארפן תורה און אידישקייט. דערפאר האט זיך אויסגעפעלט א קעגנערשאפט, וואס זאל מיט איר פארנעם און ברען דינען ווי א באלאנץ צו דער נאטירליכער ליבשאפט און בענקעניש וואס אידן האבן געפילט צו ציון. אידן האבן תמיד געבענקט און געוואלט זיך אומקערן צום הייליג לאנד. אבער נאך די שוידערליכע חורבנות וואס האט אונזער פאלק באטראפן אינעם האלאקאוסט איז די רייץ פאר אן ענדגילטיגער מקום מנוחה געווען פילפאכיג שטארקער – גענוג צו פארבלענדן די אויגן פון פרומע אידן נישט צו זען די גרונטליכע פראבלעמען וואס זענען דעמאלט מיטגעקומען מיט ארץ ישראל. ס’האט דעמאלט אויסגעפעלט אזא שארפע, אויסגעשפראכענע קעגנערשאפט צו דער גאנצער באוועגונג, זיכער צו מאכן אז אידן זאלן אין יענע שווערע צייטן בלייבן אידן.

יארן זענען דורכגעלאפן, תקופות האבן זיך דורכגעגליטשט, און צייטן האבן זיך געביטן. פון יענעם לינק-סאציאליסטישן ציונות איז כמעט נישט געבליבן קיין סך מער ווי דענקמאלן, ווי אויך א הייפל לינקע פארקערטע קעפ, וואס דראפן זיך אויף די גראדע ווענט צו געפינען אן אידענטיטעט וואס זאל באשטיין פון עפעס מער ווי אנטי און קעגן. ארץ ישראל, ישוב ארץ ישראל, ליבשאפט און טרייהייט צום לאנד קומען היינט בדרך כלל ווי טייל פון א גרעסער פעקל, וואס באשטייט כאטש פון דרך ארץ כלפי דת און דעם תנ״ך.

ארויפגיין קיין ארץ ישראל וועט אינעם געווענליכן פאל פירן צו א פארשטארקטער אידישער אידענטיטעט און דוקא נאענטער ברענגען צו אידישקייט. אונזערע ווארצלען געפינען זיך אין די זאמדן פון מדבר יהודה און די בערג פון ירושלים. די שרשים זענען גענוג טיף, שטארק און פארצווייגט צו קענען כאטש צייטווייליג דערנערן א גלות-אידישקייט, כאטש זי איז פארפלאנצט ערגעץ ווייט אוועק און אירע זוימען זענען פארלייגט נישט טיפער ווי דעם אויבערשטן שיכט פון דער ערד. אבער דער מקור איז פארט דארט, אין אונזער אלט-נייער היים, נאך וועלכער מיר בענקען שוין אזוי לאנג און פון וועלכער מיר האבן זיך קיינמאל נישט אפגעזאגט. (די לעצטע אידן זיך אפצוזאגן פונעם לאנד זענען געווען די רעפארמירטע „דייטשן פון מאוזעס גלויבן,‟ וועמענס פאטריאטיזם די שכנים „דייטשן פון יעזוס גלויבן‟ האבן פארברענט אין די אויוונס פון אוישוויץ.)

דאס קנאות איז אין די סאטמארער קרייזן געבליבן ווי א המשך פון דער קהילה-אידענטיטעט. נישט מער. ס׳איז נישט געבליבן אויף וואס און וועמען זי אנצואווענדן, און דאס ציונות קעגן וועלכן דאס קנאות ווערט געשטעלט איז אן אבסטראקטער באגריף, וואס געפינט זיך באגראבן עטליכע קאפיטלען טיף אין די היסטאריע-ביכער.

וואס יא, דאס קנאות האט באוויזן אפצוהאקן דאס געפיל וואס א איד פילט נאטירליך צו ארץ ישראל. דאס איז געבליבן. ארץ ישראל איז אבער טיפער פארבאקן אינעם אידישן הארץ ווי דעם אפשטויס-כוח וואס דאס קנאות קען אין בעסטן פאל אויפטרייבן, און דערפאר קומט עס טאקע אין די לעצטערע יארן צוריק ארויף.

„זורח‟ איז נישט קיין ציוניסטישע גרופע אדער נאציאנאליסטישע באוועגונג. זי איז די רעזולטאט פון כאפן איין שנעלן בליק אינעם הארץ, און געפינען דארט דאס פייער פון בענקשאפט נאך ציון און ירושלים. א שנעלער חשבון פירט צו דער מסקנא, אז איידער א סכנה איז ארץ ישראל א לעבעדיגע, קלארע אויסשפיל פון די נבואות אינעם תנ״ך. מיר האבן דאס פאריגע וואך געלייענט אין דער הפטורה דעם געטליכן צוזאג אינעם מויל פונעם נביא עמוס „ושבתי, את-שבות עמי ישראל, ובנו ערים נשמות וישבו, ונטעו כרמים ושתו את-יינם, ועשו גנות, ואכלו את-פריהם.‟ אידן וועלן זיך אומקערן קיין ארץ ישראל, אויפבויען פארוויסטע שטעט, פארפלאנצן וויינגערטנער און טרינקען פונעם וויין; מאכן גערטנער און עסן דעם פרוכט.

דער פסוק נויטיגט זיך נישט אין קיין פירוש רש״י. ס׳איז ווי דער נביא וואלט געשטאנען אין די בערג פון יהודה און אויסגעזינגען די ווערטער בניחותא, מיט א טאן פון עמיצן וואס דערציילט וואס זיינע אויגן זעען צו די הינטער אים, וועמענס זע-קראפט איז נאך אביסל פארשטעלט מיט די טרערן פון אזויפיל וויינען.

איך דארף נישט קענען „זורח‟ פון דער נאענט צו פארשטיין, אז מען רעדט דא פון דורכשניטליכע, גוטע אידן, וואס האבן זיך נישט מער ווי גענומען די מי אונטערצוהייבן דעם קאפ און זען ווי די וואלקנס האלטן זיך אינמיטן צעלויפן. ווען די כמארעס צעבלאזן זיך, באווייזט זיך אויטאמאטיש א שיינענדע, ליכטיגע, גאלדענע זון.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2992
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3756 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4313 מאל

הודעהדורך ישראל קאפקע » פרייטאג מאי 08, 2015 6:38 pm

איז איינער באקאנט מיט די צוויי?
בייגעלייגטע פיילס
Screenshot_2015-05-08-18-33-01~01.png
Screenshot_2015-05-08-18-33-01~01.png (109.67 KiB) געזען געווארן 1761 מאל
Apparently my heart was created with a defective on/off switch.

Lee Weisman ~
באניצער אוואטאר
ישראל קאפקע
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2177
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
האט שוין געלייקט: 1580 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2299 מאל

הודעהדורך הוגה » פרייטאג מאי 08, 2015 6:47 pm

ישראל קאפקע האט געשריבן:איז איינער באקאנט מיט די צוויי?


זעה דא. די רעכטע זייט זיצט יואלי דאבעליו, אין דער מיטן זיצט שמילי בארמי (אינדיג). ביידע זענען יוצאי סאטמאר ותושבי עירמאנט.

"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2823
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7292 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6473 מאל

Re: א פרישע געגענט פאר חסידים קיין ארץ ישראל

הודעהדורך ל.רוזן » פרייטאג מאי 08, 2015 7:02 pm

זיי זענען שוין נמאס פון עירמאנט? זיי זיכען א פריש פלאץ?
ל.רוזן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל

הודעהדורך חקרן » זונטאג מאי 10, 2015 12:44 am

איך בין שטארק אינטערעסירט מיטצוהאלטן דעם זאב ברענער היינט ביינאכט, וואו קען מען דאס מיטהאלטן אן ליין (איך האב כשר'ע אינטערנעט).
חקרן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 532
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 920 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » זונטאג מאי 10, 2015 12:47 am

די לייק איז פאר דעם
חקרן האט געשריבן: (איך האב כשר'ע אינטערנעט).
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4870 מאל

הודעהדורך אפטעמיסט » זונטאג מאי 10, 2015 1:04 am

איינער קען ביטע ארויפשטעלן א לינק צו די פאדקעסט?

@ישמעאל הכהן
מקנא אני את המתים
אשר נעשו חפשי מן המצפון
מאשר החיים חיים הפכפכיים
ונפשם לא שלימה בקרבם

~ אורים ותומים www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=50&t=12010
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2343
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 3265 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3705 מאל

הודעהדורך ירח בן יומו » זונטאג מאי 10, 2015 12:57 pm

אויף די אטאק שאו פון זאב ברענער נעכטן ביינאכט האבן זיי ארום גערעדעט דארט פון דעם פלאן, אבער מ'האט נישט געלאזט די אריירופער אויסרעדן און קומען צום ווארט.
(חוץ אויב ס'איז געווען א קאמפלעמענט :lol: ).
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 12:15 am
האט שוין געלייקט: 870 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 687 מאל

הודעהדורך איך אויך » זונטאג מאי 10, 2015 12:59 pm

אטאק..
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5631
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7712 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2544 מאל

הודעהדורך חיים נחום הלוי פריעד » זונטאג מאי 10, 2015 2:06 pm

איינער ווייסט אפשר וואו מ'קען הערן די אינטערוויו מיט די היימישע ציונים?
חיים נחום הלוי פריעד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 240 מאל

הודעהדורך חקרן » זונטאג מאי 10, 2015 5:41 pm

חיים נחום הלוי פריעד האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר וואו מ'קען הערן די אינטערוויו מיט די היימישע ציונים?
חקרן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 532
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 920 מאל

הודעהדורך town1 » דינסטאג מאי 12, 2015 1:22 am

town1
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 224
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 23, 2012 7:04 pm
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 91 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: מאך זיכער און 4 געסט