א פרישע געגענט פאר חסידים קיין ארץ ישראל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1344
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 1:44 am
- געפינט זיך: אין גלות
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 876 מאל
Re: א פרישע געגענט פאר חסידים קיין ארץ ישראל
איך מיין מען זאל לייגן א נאטיץ אויבן ביים קעפל "אינפאמירשעל".
.And they lived happily ever after
באבע מעשיות
באבע מעשיות
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 59
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 4:45 pm
- האט שוין געלייקט: 15 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 167 מאל
איך אויך האט געשריבן:וועלכע פון די דריי איז אונזער זורח?..
קיין איינס!
דע ארטיקל איז געטוען געווארן אן אונזער וויסן דורך אפאר יחידים.
Disclaimer – מודעה
It has come to our attention that a popular Israeli magazine has published an article interviewing a number of individuals about Aliyah & Yishuv EY for Chasidim, highlighting our organization, without consulting with us.
Please be aware that the opinions expressed in this article do not necessarily express the opinions of our organization, as our focus is solely to promote Aliyah & Yishuv Eretz Yisrael for all Chasidim regardless of their personal opinion on Zionism, based on the belief and understanding that this Mitzvah is incumbent upon every Yid. We are here to make this journey easier for our fellow Chasidim who otherwise don’t have such a structure assisting them in this process, and we specifically shy away from taking a stand in either Pro or Anti Zionism, as we believe that this is something each individual should consult with His/Her own Morah Derech.
ס’איז אנגעקומען צו אונז א שמועה איבער אן ארטיקל וואס איז ערשינען אין א פאפולערער מאגאזין אין ארץ ישראל, וואס האט ציטירט אינטערוויוס מיט פארשידענע יחידים איבער זייערע מיינונגען אין די נושאים פון עלייה און יישוב ארץ ישראל פאר חסידים, ניצנדיג דעם נאמען פון אונזער ארגאניזאציע, אן זיך דירעקט דורכשמועסן מיט אונז פון פריער.
דערמיט ווילן מיר קלאר מאכן אז די מיינונגען אין יענעם ארטיקל שפיגלען נישט אפ די מיינונגען פון אונזער ארגאניזאציע. אונזער ציל איז אויסשליסליך צו שטארקן די מצוה פון יישוב הארץ צווישן חסידים פון סיי וועלכער קהילה אדער השקפה, באזירט אויף דעם פארשטאנד אז דער חיוב פון דער מצוה איז חל אויף יעדן איינציגן איד. אונזער מטרה איז דעריבער צו פארגרינגערן פאר היימישע אידן וועלכע פארמאגן נישט קיין סטרוקטור וואס זאל זיי ארויסהעלפן אין דער קאמפליצירטער פראצעדור. מיר שטייען בכיוון אוועק פון דעם נושא פון ציונות, אן נעמען א שטעלונג פאר דעם אדער אנטקעגן דעם, ווייל מיר גלייבן אז אין אזעלכע שאלות דארף זיך יעדער יחיד אליין דורכשמועסן מיט זיין/איר מורה דרך.
- ישראל קאפקע
- חבר ותיק
- הודעות: 2181
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 16, 2014 7:44 pm
- געפינט זיך: Big Apple, Great Satan.
- האט שוין געלייקט: 1284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2268 מאל
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
ישראל קאפקע האט געשריבן:Agricultural community?
איינער חלומ'ט אויף כוח.
פון דעם אריגינעלן ארטיקל:
יש ביניכם כאלה שמתכוונים לעסוק בחקלאות, כמו החלוצים של פעם?
"יש כמה שחולמים לחיות ביהודה ושומרון ולהחזיק חווה משלהם. במציאות זה כנראה פחות אפשרי, כי הילדים שלנו לא רגילים לחיים כאלה. אנחנו מדברים על זה יותר בצורה נוסטלגית".
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאטי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1717
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 1778 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 539
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
- האט שוין געלייקט: 875 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1045 מאל
דער ארטיקל אין "מקור ראשון" איז גראדע א הערליכער ארטיקל. ס'דערווארעמט דאס הארץ, כאטש ס'פארשטייט זיך אז דאס זענען אפאר באזונדערע מיינונגען און רעפלעקטירן נישט איין שניט. (איז [tag]זורח[/tag] טאקע זיכער ביי זיך אז ס'איז וויכטיג זיך אפצושאקלען פון דעם אינגאנצן? איך נעם אן אז זיי טוען דאס נאר כדי ס'זאל נישט שאטן דער עין-הרע
)

-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 201
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 8:42 pm
- האט שוין געלייקט: 177 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל
Re: א פרישע געגענט פאר חסידים קיין ארץ ישראל
הגם איך בין ווייט פון א ציוני דאך וויל איך באגריסען די פאקט אז היימישע וויליאמסבורגע יודן טראכטן ערענסט פון טוהן אזא דראסטישע שריט והלואי שזה ימהר נפילת החומות בעירינו ובמחנינו
פון די אנדערע זייט קוקט עס מיר אויס דערווייל ווי היבשע פאנטאזיעס (הלואי אני טועה)

- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
יעצט ברענגסטו ארויס א גאר אנדערע נקודה אז עס איז שוין העכסט צייט זיך גענצליך אפצושאקלן פון די אלע זעלבסט-געקרוינטע 'עסקנים' זאל עס זיין נידערמאן צו מענצער און אלע אנדערע באטריגערס מינים ממינים שונים. הצד השווה שבהם אז קיינער פון זיי דארף ב''ה נישט גיין נאך געלט חתונה צו מאכן און אלע זענען נאר דא פאר כבוד פאוער און געלט גנבעריי אויפן העכסטן פארנעם.
אה פאר איך פארגעס ,די כאף אלעוו אוב פיקטשריי מיט יעדע שמויגער וואס טראגט א נעקטיי איז אויך גאר וויכטיג.

Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
http://m.yiddish.forward.com/blogs/yidd ... eph/187549
זורח‟ – ווען וואָלקנס פֿאַרשטעלן נישט די זון
By בן זומא
אין די לעצטע טעג האט זיך אין דער ישראל-צייטונג „מקור ראשון‟ אפגעדרוקט אן ארטיקל http://www.nrg.co.il/online/11/ART2/692/288.html וועגן א גרופע חסידים, וואס שטרעבן און פלאנירן אקטיוו ארויפצוגיין זיך באזעצן אין ארץ ישראל. דער מחבר פונעם ארטיקל האט אינטערוויואירט עטליכע מיטגלידער פון דער דאזיגער גרופע – „זורח, חסידים למען ישוב ארץ ישראל‟ – און פון די שמועסן צוזאמגעשטעלט אן אלגעמיין בילד איבער די אספיראציעס פון די גרופע-מיטגלידער.
צומארגנס נאך דעם וואס דער ארטיקל איז דערשינען, האט „זורח‟ אויף איר בלאג פארעפנטליכט א קלארשטעלונג, אז די „מיינונגען אין יענעם ארטיקל שפיגלען נישט אפ די מיינונגען פון אונזער ארגאניזאציע,‟ וועמענס „ציל איז אויסשליסליך צו שטארקן די מצוה פון יישוב הארץ צווישן חסידים פון סיי וועלכער קהילה אדער השקפה.‟
איך וואלט דאס זעלבע געזאגט כלפי דער ארגאניזאציע, אפילו זי זאל נישט ארויסקומען מיט דער קלארשטעלונג. די גאנצע קעגנערשאפט צו ארץ ישראל און דאס ארויפגיין אהין וואוינען איז דאך באמת אן אפצווייג פון דעם קנאות בכלל, וואס דער סאטמארער רבי זצ”ל האט אוועקגעשטעלט קעגן דער היינטצייטיגער מדינת ישראל – קעגן דער ציוניסטישער באוועגונג, וואס האט אין דער ערשטער תקופה נאך דער לעצטער וועלט-מלחמה כמעט ווי איינגענומען די פרום-אידישע וועלט.
יענע ציוניסטן, די וואס זענען געשטאנען ביים שפיץ פון דער באוועגונג, זענען געווען לינק און בפירוש אנטי דת. זיך אנשליסן אינעם ציוניזם און ארויפגיין וואוינען קיין ישראל האט זייער אפט געמיינט אפווארפן תורה און אידישקייט. דערפאר האט זיך אויסגעפעלט א קעגנערשאפט, וואס זאל מיט איר פארנעם און ברען דינען ווי א באלאנץ צו דער נאטירליכער ליבשאפט און בענקעניש וואס אידן האבן געפילט צו ציון. אידן האבן תמיד געבענקט און געוואלט זיך אומקערן צום הייליג לאנד. אבער נאך די שוידערליכע חורבנות וואס האט אונזער פאלק באטראפן אינעם האלאקאוסט איז די רייץ פאר אן ענדגילטיגער מקום מנוחה געווען פילפאכיג שטארקער – גענוג צו פארבלענדן די אויגן פון פרומע אידן נישט צו זען די גרונטליכע פראבלעמען וואס זענען דעמאלט מיטגעקומען מיט ארץ ישראל. ס’האט דעמאלט אויסגעפעלט אזא שארפע, אויסגעשפראכענע קעגנערשאפט צו דער גאנצער באוועגונג, זיכער צו מאכן אז אידן זאלן אין יענע שווערע צייטן בלייבן אידן.
יארן זענען דורכגעלאפן, תקופות האבן זיך דורכגעגליטשט, און צייטן האבן זיך געביטן. פון יענעם לינק-סאציאליסטישן ציונות איז כמעט נישט געבליבן קיין סך מער ווי דענקמאלן, ווי אויך א הייפל לינקע פארקערטע קעפ, וואס דראפן זיך אויף די גראדע ווענט צו געפינען אן אידענטיטעט וואס זאל באשטיין פון עפעס מער ווי אנטי און קעגן. ארץ ישראל, ישוב ארץ ישראל, ליבשאפט און טרייהייט צום לאנד קומען היינט בדרך כלל ווי טייל פון א גרעסער פעקל, וואס באשטייט כאטש פון דרך ארץ כלפי דת און דעם תנ״ך.
ארויפגיין קיין ארץ ישראל וועט אינעם געווענליכן פאל פירן צו א פארשטארקטער אידישער אידענטיטעט און דוקא נאענטער ברענגען צו אידישקייט. אונזערע ווארצלען געפינען זיך אין די זאמדן פון מדבר יהודה און די בערג פון ירושלים. די שרשים זענען גענוג טיף, שטארק און פארצווייגט צו קענען כאטש צייטווייליג דערנערן א גלות-אידישקייט, כאטש זי איז פארפלאנצט ערגעץ ווייט אוועק און אירע זוימען זענען פארלייגט נישט טיפער ווי דעם אויבערשטן שיכט פון דער ערד. אבער דער מקור איז פארט דארט, אין אונזער אלט-נייער היים, נאך וועלכער מיר בענקען שוין אזוי לאנג און פון וועלכער מיר האבן זיך קיינמאל נישט אפגעזאגט. (די לעצטע אידן זיך אפצוזאגן פונעם לאנד זענען געווען די רעפארמירטע „דייטשן פון מאוזעס גלויבן,‟ וועמענס פאטריאטיזם די שכנים „דייטשן פון יעזוס גלויבן‟ האבן פארברענט אין די אויוונס פון אוישוויץ.)
דאס קנאות איז אין די סאטמארער קרייזן געבליבן ווי א המשך פון דער קהילה-אידענטיטעט. נישט מער. ס׳איז נישט געבליבן אויף וואס און וועמען זי אנצואווענדן, און דאס ציונות קעגן וועלכן דאס קנאות ווערט געשטעלט איז אן אבסטראקטער באגריף, וואס געפינט זיך באגראבן עטליכע קאפיטלען טיף אין די היסטאריע-ביכער.
וואס יא, דאס קנאות האט באוויזן אפצוהאקן דאס געפיל וואס א איד פילט נאטירליך צו ארץ ישראל. דאס איז געבליבן. ארץ ישראל איז אבער טיפער פארבאקן אינעם אידישן הארץ ווי דעם אפשטויס-כוח וואס דאס קנאות קען אין בעסטן פאל אויפטרייבן, און דערפאר קומט עס טאקע אין די לעצטערע יארן צוריק ארויף.
„זורח‟ איז נישט קיין ציוניסטישע גרופע אדער נאציאנאליסטישע באוועגונג. זי איז די רעזולטאט פון כאפן איין שנעלן בליק אינעם הארץ, און געפינען דארט דאס פייער פון בענקשאפט נאך ציון און ירושלים. א שנעלער חשבון פירט צו דער מסקנא, אז איידער א סכנה איז ארץ ישראל א לעבעדיגע, קלארע אויסשפיל פון די נבואות אינעם תנ״ך. מיר האבן דאס פאריגע וואך געלייענט אין דער הפטורה דעם געטליכן צוזאג אינעם מויל פונעם נביא עמוס „ושבתי, את-שבות עמי ישראל, ובנו ערים נשמות וישבו, ונטעו כרמים ושתו את-יינם, ועשו גנות, ואכלו את-פריהם.‟ אידן וועלן זיך אומקערן קיין ארץ ישראל, אויפבויען פארוויסטע שטעט, פארפלאנצן וויינגערטנער און טרינקען פונעם וויין; מאכן גערטנער און עסן דעם פרוכט.
דער פסוק נויטיגט זיך נישט אין קיין פירוש רש״י. ס׳איז ווי דער נביא וואלט געשטאנען אין די בערג פון יהודה און אויסגעזינגען די ווערטער בניחותא, מיט א טאן פון עמיצן וואס דערציילט וואס זיינע אויגן זעען צו די הינטער אים, וועמענס זע-קראפט איז נאך אביסל פארשטעלט מיט די טרערן פון אזויפיל וויינען.
איך דארף נישט קענען „זורח‟ פון דער נאענט צו פארשטיין, אז מען רעדט דא פון דורכשניטליכע, גוטע אידן, וואס האבן זיך נישט מער ווי גענומען די מי אונטערצוהייבן דעם קאפ און זען ווי די וואלקנס האלטן זיך אינמיטן צעלויפן. ווען די כמארעס צעבלאזן זיך, באווייזט זיך אויטאמאטיש א שיינענדע, ליכטיגע, גאלדענע זון.

- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
ישראל קאפקע האט געשריבן:איז איינער באקאנט מיט די צוויי?
זעה דא. די רעכטע זייט זיצט יואלי דאבעליו, אין דער מיטן זיצט שמילי בארמי (אינדיג). ביידע זענען יוצאי סאטמאר ותושבי עירמאנט.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=MH4YyVtCWus[/youtube]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 116
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל
Re: א פרישע געגענט פאר חסידים קיין ארץ ישראל
זיי זענען שוין נמאס פון עירמאנט? זיי זיכען א פריש פלאץ?
- ירח בן יומו
- ידיד ותיק
- הודעות: 792
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
- האט שוין געלייקט: 834 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל