פרייוויליג האט געשריבן:@שבת אחים, פארוואס ביסטו אזוי אבסעסט מיט דזשארדזש קארלין? פיין ער איז געווען א געזונטע לץ, אבער... כ'בעט דיך, נעם אים נישט אלס דיין צווייטער רבי נאך בערני..
פרייוויליג האט געשריבן:@שבת אחים, פארוואס ביסטו אזוי אבסעסט מיט דזשארדזש קארלין? פיין ער איז געווען א געזונטע לץ, אבער... כ'בעט דיך, נעם אים נישט אלס דיין צווייטער רבי נאך בערני..
שבת אחים האט געשריבן:פרייוויליג האט געשריבן:@שבת אחים, פארוואס ביסטו אזוי אבסעסט מיט דזשארדזש קארלין? פיין ער איז געווען א געזונטע לץ, אבער... כ'בעט דיך, נעם אים נישט אלס דיין צווייטער רבי נאך בערני..
ער איז נישט מיין צווייטע רבי, ער איז מיין ערשטע רבי, ער איז געוועהן איינע פון די קלוגסטע מענטשען וואס כהאב אמאל באגעגענט, ער איז געוועהן דער ערשטער צו אויפמאכן די אמעריקענע בהמות זייערע אויגן, ער איז די רבי פון אלע רבי׳ס, ליין זיין בוך Brain Dropings, חבל כל דאבדיו !
גראדעמעכעלע האט געשריבן:גאסט עדיטאריעל
וואס איז דער פראבלעם צו שטימען פאר בערני סאנדערס?
פון: א. רעכטדענקיגער
ספעציעל צו אידישע ווינקל
בערני סאנדערס' קאמפיין איז געבעיסט אויף אראפרייסן די מיליאנערן און ביליאנערן. און כאטשיג ער רעדט אסאך פון מאכן א סוף צו די שווערע שטראפן פאר דראג דילערס און קאקעין סמאוקערס, זאגט ער אבער אז מען דארף זיין סאך שטרענגער מיט די ווייט קאלער קרימינאלן.
ס'איז זייער גרינג צו ווערן "קעריד עוועי" מיט א פאליטישאן וואס זאגט צו הרים וגבעות, איינער וואס איז נישט נאאיוו ווייסט אבער אז א פרעזידענט וואס איז קעגן מיליאנערן און ווייט קאלער קרימינאלן איז זייער שלעכט פאר חרדי'שע אידן.
חרדי'שע אידן האבן נישט קיין דראג דילערס, מיר האבן נישט קיין מערדערס. פון וואס מיר ליידן זיך יא בעיקר צוזאם איז די אטאקעס קעגן ווייט קאלער ביזנעסלייט. די לעצטע צען צוואנציג יאר איז דא א שטארקע ווינט אין אמעריקע זיך צו נעמען אויף קארפאראציע שווינדלערס און זיי אריינווארפן אין תפיסה פאר צענדליגער יארן. אסאך אומשולדיגע אדער כמעט אומשולדיגע היימישע אידן האבן באקומען וואנזיניגע הויכע טורמע אורטיילן צוליב דעם קרוסעיד קעגן די ווייט קאלער קרימינאלן, און די שאלה וואס שטעלט זיך: איז עס נישט גענוג שלעכט ווי ס'איז יעצט? דארפן מיר איינער וואס זאגט צו צו גיין מיט א שטרענגערע האנט קעגן די ווייט קאלער קרימינאלן?
כ'ווייס נישט אויב איר כאפט, אבער מיר זענען בדרך כלל נישט קיין בלו קאלער ארבעטערס. מיר דרייוון נישט קיין טראקס און ארבעטן נישט אין פעקטאריס. מיר זענען צווישן די ווייט קאלער מענטשן. אין די וועלט פון בערני סאנדערס איז א מענטש וואס מאכט א פערטל מיליאן דאלאר א יאר, שוין א רייכער מענטש פון וועמען מען מעג שינדן די הויט און העכערן די טעקסעס, און ווארפן די ביכער צו אים פאר די מינדעסטע פארלעצונגען. מיר ווייסן אבער זייער גוט אז א איד וואס מאכט 250,000 דאלאר א יאר אין די טייערע ברוקלין איז בכלל נישט רייך, ספעציעל נאך די ריזיגע טעקסעס וואס מען שינדט פון אים. ווער רעדט נאך פון איינער וואס מאכט נאר הונדערט אלפים א יאר. דער קען זיך קוים דורכשטופן דעם טאג מיט א גרויסע משפחה, און יא, מיר האבן ב"ה אויך עכטע מיליאנערן אויף וועמען מיר זענען אבסאלוט אנגעוויזן צו קענען פינאנצירן אונזערע ישיבות און ארגאניזאציעס וואס קענען אנדערש נישט סערווייוון
ס'איז עקסטרעם נאריש צו קאמפיינען ביים היימישן עולם אז דורך שטימען פאר סאנדערס העלפט מען רובאשקין. אזעלכע אידן ווי רובאשקין וועלן זיין די ערשטע צו ליידן אונטער אן אדמיניסטראציע וואס איז אזוי אויסגעשפראכן קעגן ווייט קאלער קרימינעלס. אז מען לייענט אביסל זעט מען ווי סאנדערס האט אראפגעריסן דעם דזשאסטיס דעפארטמענט פאר'ן נישט טאן גענוג קעגן ווייט קאלער קרימינעלס. ער טענה'ט אז מען דארף גאר טאן מער פון וואס מען טוט שוין. פופציג יאר פאר רובאשקין? הי' לא תהי'!
ק\פ אידישע ווינקל,
Sent from my GT-I9192 using Tapatalk
פרייוויליג האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:פרייוויליג האט געשריבן:@שבת אחים, פארוואס ביסטו אזוי אבסעסט מיט דזשארדזש קארלין? פיין ער איז געווען א געזונטע לץ, אבער... כ'בעט דיך, נעם אים נישט אלס דיין צווייטער רבי נאך בערני..
ער איז נישט מיין צווייטע רבי, ער איז מיין ערשטע רבי, ער איז געוועהן איינע פון די קלוגסטע מענטשען וואס כהאב אמאל באגעגענט, ער איז געוועהן דער ערשטער צו אויפמאכן די אמעריקענע בהמות זייערע אויגן, ער איז די רבי פון אלע רבי׳ס, ליין זיין בוך Brain Dropings, חבל כל דאבדיו !
און וואס טוסטו מיט זיינע הויעכע דאזע ניבול פה? אין צוגאב וואס ער האט געלייקנט אין ג-ט?
געוואלדיג האט געשריבן:דער בערני רעדט דאך אזעלעכע שטותים, די 2 מיליאן פעלעסטינער וואס לעבן אין ארעמקייט און עס איז דא דארט א לפי דבריו 40% ליידיגגייער זענען זיך אליין שולדיג זיי האבן געהאט וואלן ווי זיי האבן אויסגעוועלט דעמאקראטיש צו לעבן אונטער די טעראריסטישע הנהגה פון חאמאס, זיי לאזן די טעראריסטן זיך בונוצן מיט זייערע הייזער פאר טונעלן קעגן ציווילע, זיי לאזן די טעראריסטן זיך באנוצן מיט זייערע סקולס און הייזער צו שיסן מיסילס אויף ציווילע,
וואס שרייט ער אז מדנ"י רעאקציע איז געווען איבערגעטריבן וואו איז ער געווען צו רעדן אזוי אויף די אמעריקאנער אטאקע אויף א שפיטאל אין אפגאניסטאן? וואו איז ער געווען צו רעדן אזוי אויף פרעזידענט אבאמא'ס אינקריס אין דראון אטאקעס וואס הרג'עט יעדע מאל אויך אומשולדיגע ציווילע אראבער? דארט איז ער שטיל ווי א פיש, נאר ווען עס קומט צו זיינע אייגענע ברודער דארט איז ער א גרויסער מויל מאכער, א פאליטישן ווי אלע פאליטישנס און צו דערצו א סעלף העיטינג דזשו, אוודאי דערקלערט ער זיך אלס פרא איזראעל ווייל דאס איז אין סטייל אבער אין מציאות איז ער אנטי מדינת ישראל.
געוואלדיג האט געשריבן:די 2 מיליאן פעלעסטינער וואס לעבן אין ארעמקייט און עס איז דא דארט א לפי דבריו 40% ליידיגגייער זענען זיך אליין שולדיג זיי האבן געהאט וואלן ווי זיי האבן אויסגעוועלט דעמאקראטיש צו לעבן אונטער די טעראריסטישע הנהגה פון חאמאס, זיי לאזן די טעראריסטן זיך בונוצן מיט זייערע הייזער פאר טונעלן קעגן ציווילע, זיי לאזן די טעראריסטן זיך באנוצן מיט זייערע סקולס און הייזער צו שיסן מיסילס אויף ציווילע,
גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס
באניצער וואס לייענען דעם פארום: מנהל און 6 געסט