די קומענדע מלחמה מיט סיריע (און איראן, רוסלאנד ששששש)

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3780 מאל

די קומענדע מלחמה מיט סיריע (און איראן, רוסלאנד ששששש)

שליחה דורך זר זהב »

ניין, די אשכול איז נישט קיין אשכול לבטלה, באשאר אל אסאד'ס וואכן זענען געציילטע. ס'איז שוין דא א מלחמה אין סיריע, און ווי ס'זעט אויס גייט בקרוב זיין א מלחמה מיט סיריע.

די שאלה איז וואס פארא טיפ מלחמה ס'וועט זיין. וועט אמעריקע און נאך געציילטע לענדער אנפירן א באמבאדירונג קאמפעין אויף די סירישע מיליטער און אסאד'ס פאלאצ'ן ? צי וועט מען בלויז ארמארירן די רעבעלען אז זיי זאלן זיך קענען שלאגן מיט די סירישע ארמיי אין אן איווען בעטטעלפיעלד ?

דער שטאלצער רוסלאנד וואס מיינט אז ער קען אלץ טון וואס ער וויל, איז יעצט היבש פארשעמט און גארנישט אזוי קאנפידענט ווען ער קומט אונטער פרעשור און טענות פון אמעריקע און נאך לענדער פארן דעליווערן אטטאקק העליקאפטערס פאר סיריע. רוסלאנד'ס שטייגער געווענליך איז צוריקשליידערן מיט ליגיונות ווען אימער זיי ווערן פארשריגן דורך אמעריקע, אבער דאס מאל פארענטפערן זיי זיך ווי טאטעלעך, זיי שפירן זיך געקארנערט.

אמעריקע טוט יעצט (עז ווי ספיק) אנקניפען גאר שטערקערע קאנטאקטן מיט די סירישע רעבלען און ווי ס'זעט אויס קען מען אנהייבן ציילן ספירה (וואו איז שמואל הלוי ?). און ביז ווי וואס ווען וועט אסאד זיין היסטארי.
--------------------
איך וויל בעטן די הנהלה, יא איך ווייס אז א מלחמה אינוואלווד זייער אסאך "קונסטליכע" זאכן ווי למשל די F-16 פליגער איז זייער "קונסטליך" געבויעט אזוי אויך די אלע מיססיליס אא"וו. מיט דעים אלעם ביטע נישט אריבערפירן די אשכול אינעם "קונסט" אפטיילונג.

א דאנק.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט

דער אשכול פארמאגט 73 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר