רומעאו געכאפט מיט 17 יוליעטס

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
קלערק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 03, 2014 4:14 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

רומעאו געכאפט מיט 17 יוליעטס

שליחה דורך קלערק »

א כינעזע מאן האט אלעס געהאט גוט אויסגערעכנט אין זיין לעבן, חוץ זיין עקסידענט.

מיסטער יואן פון די שטאט טשאנגטשא האט מצליח געווען צו פירן א דאפעלטע לעבן פאר יארן, ארייננערנדיג 17 פרויען אז זיין גאנצע הארץ איז נאר מיט אים.

אבער איין שיינעם טאג נישט לאנג צוריק האט ער האט געהאט א עקסידענט, און נאר איינס און נישט צוויי, נאר אלע 17 זענען געקומען צולויפן מיט איין בהלה צוזעהן מה שלום יואן ומה יעשה בו.

פארשטייט זיך אז ווי נאר זיי האבן געכאפט וואס דא גייט פאר, האבן זיי באשלאסן אים צו געבן די טויט. זיי האבן גע'עפענט א וואטסעפ גרופע (זעהט זיך אויס אז די רבנים אין כינע זענען נאכנישט קעגן דעם) ווי אזוי זיי שמועסן אפ ווי אזוי אים אפצוטוהן שטיקלעך.

איינער פון זיי האט געזאגט פאר די כינעזע צייטונגען אז זי האט שוין גאר א קינד מיט אים, אן אנדערע פארציילט אז זי האט שוין גאר געפלאנט איר חתונה מיט אים. און נאכמער, כמעט יעדער האט אים פינאנציעל געשטיצט. איינער האט אים שוין געשטיצט פאר 9 יאר!!


דער ראמעאו איז נאך ווייט פון פערטיג, די כינעזע פאליציי פלאנט צו עפענען אן אויספארשונג אויף אים אלס א שווינדלער אזוי גיבט איבער די בי בי סי. דאס איז שוין אחוץ וואס ער האט איינגעקויפט 17 עקסעס און 17 עקס שוויגערס. גוד לוק...
בייגעלייגטע פיילס
tv.jpg
tv.jpg (91.32 KiB) געזען געווארן 870 מאל

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר