שבת "קרבתנו"

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16555
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18718 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19049 מאל

שבת "קרבתנו"

שליחה דורך שמעקעדיג »

עס איז שוין לאחר המעשה, דא אין שטיבל האט מען נישט בארירט דעם נושא (כאטש אין אייוועלט האט מען עס פעסט דעבאטירט לטוב ולהיפך, בעת אפאר נארמאלע ניקס האבן פארשטאנען דעם ציהל האבן אנדערע געהאקט געפערליך אנטקעגן ווייל עס קען אפשר שאדן פאר די אמונה פשוטה).

דעם פארגאנגענעם שבת איז פארגעקומען א שבת "וקרבתנו" אין א גרויסארטיגן האטעל, ווי מען האט צוגעשטעלט צו בריקען בגשמיות און א געמיש פון פארשידנארטיגע רעדנערס לרחצה ברוחניות.
איך בין למעשה נישט געווען דארט. כאטש איך וואלט געהאט חשק צו גיין.

דער שבת האט געקאסט אסאך געלט, לכתחילה א טויזענטער, אבער א גרויס חלק האט עס באקומען "בלויז" פאר 800. בגשמיות איז דער שבת געווען הערליך צוגעשטעלט. די בילדער ווייזן גאר א רייכע פראגראם. אפאר פון די רעדנער'ס האב איך שוין אויסגעהערט אין די פארגאנגענהייט, און זיי האבן מיר עלעקטריזירט מיט זייער כח הדיבור. ממילא גלייב איך אז די רעדנערס זענען מסתמא געווען א קנאק, אבער איך וואלט געוואלט הערן אן ערשטהאנטיגן באריכט פון א באטייליגטן.

לדעתי איז געווען צופיל דרשות. עס איז געווען אויסגעשטעלט אויף אזא אופן, אז עס זענען פארגעקומען עטליכע דרשות אין די זעלבע צייט, און מען האט זיך געקענט אויסוועלן וועלכע דרשה מען וויל גיין. כ'בין זיכער אז טייל האבן שווער געקענט מאכן א דעסישען.

סיי ווי אזוי, איז דער פענאמען א נייער ביים היימישן חסיד'ישן עולם, און כדרכם מאז ומקדם, אויף יעדע נייע זאך (אפילו גוטע) הייבט זיך עס אן מיט קריטיק פון די צינישע און סקעפטיקער, אויך יעצט האט ווינער רב און מהר"א מ'סאטמאר געהאקט דערויף, ביז עס עסט זיך צעביסלעך אריין אינעם ציבור און עס ווערט דער נארם.
בייגעלייגטע פיילס
Shabbos_01.jpg
Shabbos_01.jpg (93.32 KiB) געזען געווארן 4840 מאל
Shabbos_02.jpg
Shabbos_02.jpg (70.42 KiB) געזען געווארן 4840 מאל
Shabbos_03.jpg
Shabbos_03.jpg (84.46 KiB) געזען געווארן 4840 מאל
Shabbos_04.jpg
Shabbos_04.jpg (74.9 KiB) געזען געווארן 4840 מאל
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 37 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר