קרעקער האט געשריבן:אין אייוועלט ווילען פרימע גיין כאפען א בליק אויף דעם אויסגעארבעטען יוד
העלא סאיזדעך אזא רשעות, א קאפיטעל תהלים האסטע שוין געזאגט פאר עם? גיין קיקען אויף זיינע צרות דא ביזטו דא
איש את רעהו האט געשריבן:נו עס יאוועט זיך נאכנישט עפעס א אויבער חכם אפצולאכען פון די בעפרייאונג??
לית דין בר נש האט געשריבן:די ערשטע מאל וואס מען לאזט אים ארויס זייט ער איז אריין? קיינמאל ארויס אויף א יו"ט אדער חתונה ביז היינט?
קרעקער האט געשריבן:ביי דע וועי ער גייט נישט דערקענען די שטאט קרית יואל, ווען ער איז אריין איז נאכנישט געשטאנען די העלט סענטער, און א דריטעל קרית יואל פון היינט איז נאך דעמאלטס געוועהן וועלדער, איך מיין אז אפילי מיני ווענס איז נאכנישט געוועהן דעמאלטס
בן עזאי האט געשריבן:באשטעטיגט די פאקטן ארום זיין ערשיינונג.
- די חתונה וועט פארקומען אין ק"י אין אולם עקשטיין.
- ער וועט ווערן באפרייט פאר א משך פון 8 שעה.
- וועט ווערן אפגעפירט ביז'ן טיר פון זאל מיט די טורמע טרעקל, און באגלייט אינעם זאל במשך די גאנצע צייט דורך טורמע וועכטער.
- משה לייב וויטריאל און די פאבליק סעיפטי וועלן האלטן ארדענונג ביי די חתונה אז ס'זאל נישט קומען צו א שטיפעניש ארום מרדכי יצחק, וואס קען צוברענגען די וועכטער צו ווערן ווילד און אים צוריקפירן.
- קרעדיט פאר די צייטווייליגע באפרייאונג קומט זיך פאר די אידישע טורמע טשאפלעין, און ר' משה דוד נידערמאן פון יו דזשעי או. און אלע אידן וואס האבן אים אינזין געהאט ביי די תפלות.
- ער וועט בלייבן אנגעטאן מיט די טורמע קליידונג. אבער מ'האפט צו פועל'ען ער זאל קענען אנטוהן אויף דעם שטריימל בעקיטשע.
- מען פרובירט צו פועל'ען אז די וועכטער זאלן גייין אנגעטון מיט סוטס, אנשטאט וועכטער יוניפארמס. זיי זאלן אויסזעהן ווי עהרן וועיטערערס, ענדערש ווי טורמע וועכטער.
- די טורמע טשאפלעין איז געווען פארגאנגענע וואך צוזאמען מיט משה לייב וויטריאל באזוכן אין די זאל צו באטראכטן די זיכערהייט מאסנאמען.
לאמיר אלע מתפלל זיין אז מרדכי יצחק בן פיגא יהודית זאל שוין זוכה זיין צו א גענצליכע באפרייאונג.
פלעין יודיש האט געשריבן:מ'קען מיינען אז מ'רעד דא פון א ארכי טעראריסט
גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט