דורך שבת אחים » דאנערשטאג יוני 25, 2015 1:47 am
פאר א געוויסע סיבה קען איך נישט אויפהערן צו קוקן אויף די בילד! איך קוק אויפן בילד און כ׳קוק און קוק ווייטער! וואס טראכט דער מענטש אין די מינוטן? וואונדער איך זיך צו מיר אליינס, וויפל מחשבות לויפן דורך זיין מוח אויף איינמאל אין די דאזיגע מינוטן... אוי! וויאזוי קען ער דאס איבערטראגן? די רשעות פון די אמעריקאנע יוסטיץ סיסטעם שרייעט עד לב השמים!
די בילד האט מיר געברענגט טרערן...
הרה״ק ר׳ מאטעלע זצ״ל פארציילט:
שב״ק ב׳ סוין איז שוין אנגעקומען די בשורה אין קאסאן אז דער אהבת ישראל איז נסתלק געווארן.
שבת נאכמיטאג האבן די בחורים פון קאסאנער ישיבה געזיצן און פארברענגט. איז די קאסאנער רבי ארויסגעקומען און געפרעגט “ווי קענט איר יעצט לאכן ווען די צדיק-הדור איז נסתלק געווארן?”