ר' מרדכי יצחק סאמעט צו ערשיינען ביי זונ'ס חתונה

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

הודעהדורך קאך_לעפל » מיטוואך יוני 03, 2015 9:45 am

יענער פויגעל האט געשריבן:קאך לעפל די פארשטייסט טאקע נישט ווי די רשעות שטעקט
אזוי הארצלאז ביזטו?


ניין איך בין נישט הארץ-לאז ח''ו, און אפשר קענט איר מסביר זיין ווי דער רשעות שטעקט? אדרבה אני מוכן לשמוע....
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1613
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1708 מאל

הודעהדורך יענער פויגעל » מיטוואך יוני 03, 2015 9:58 am

די רשעות שטעקט נישט דוקא ביי אים. די רשעות איז אין די גאנצע סיסטעם וויאזוי מען באגייט זיך מיט ארעסטאנטען דא אין אמעריקע
מפארציילט נאך פון איינעם וואס איז געזיצען אין רוסלאנד אין געזיצען אין אמעריקע ווען מהאט אים געפרעגט וועלכע תפיסה איז ערגער האט ער געזאגט די אמעריקאנער תפיסה איז ערגער. אין רוסלאנד זענען די וועכטער אריינגעקומען צופרי אין מיך גוט אנגעהאקט די ביינער אין שוין. אין אמעריקע איז די גאנצע ציל דיך צו מאכען אויס מענטש אין דיך צו דערנידערען (נישט קיין ווינדער אז רוב פארברעכער קומען צוריק אן אין תפיסה ווייל מהאט זיך קיינמאל נישט באצויגען צו זייער פראבלעם)
יעצט לגבי רבי מרדכי יצחק. ער קומט שוין יא ארויס צו זיין קינד׳ס חתונה פאר קארגע אכט שעה. וואס וועט געשעהן אויב ער וועט זיך קענען אנטון נארמאל ווי עס פאסט? נאר וואס דען וויבאלד די ציל איז דאך צו דערנידערען אין מאכען אויס מענטש נאר א נומבער האבען זיי מורא אז אויב וועט מען אים לאזען אנטון נארמאלע קליידונג וועט ער פאר גאנצע אכט שעה זיך יא פילען ווי א נארמאלע מענטש אין נישט נאר ווי א נומבער אין פון דעם ציטערט די גרויסע שטארקע אמעריקע
טראכט גוט וועט זיין גוט
יענער פויגעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 138
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 26, 2015 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

הודעהדורך יענער פויגעל » מיטוואך יוני 03, 2015 10:09 am

זייער אסאך פאליטיקאנטען האבען שוין אויפגעברענגט די נושא פון טורמע רעפארם אבער ווען עס קומט למעשה האלט קיינער נישט ביים טון
נעמסט למשל די אישו פונעם לאך (סאליטערי קאנפיינמענט) ווייסט וויפיל רשעות אין אכזריות עס ליגט אין דעם?
טראכט גוט וועט זיין גוט
יענער פויגעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 138
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 26, 2015 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך יוני 03, 2015 10:33 am

אויב ווילט עטץ זעהן וואס מיינט עכטע רשעות, לייענטס די קאמענטארן דא
.http://www.vosizneias.com/204362/2015/0 ... el-ny-man/

איך לייען כמעט נישט מער דעם סייט, די עקלהאפטיגע קאמענטס פון אידן פירן מיר כמעט אראפ פון זינען.
קיינמאל האב איך נישט געגלייבט אז אידן קענען זיין אזעלכע רשעים ארורים און אזוי פיינט האבן א צווייטן איד.
די 'הייליגע' אידן פאררופן זיך נאך אויף די תורה, זיי שטערט טאקע ממש די גזילה און דינא דמלכותא.
אוי לעינים שכך רואות.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15086
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17773 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18065 מאל

הודעהדורך בן עזאי » מיטוואך יוני 03, 2015 10:46 am

@קאך_לעפל איך פארשטיי פון וואו די קומסט, איך האב אויך אמאל געהאלטן אז ..... זאל זיצן פאר אייביג אין תפיסה. ביז... כ'בין איינמאל געווען באזוכן אין תפיסה.
פאסירט האט דאס פארגאנגענע יאר ווינטער, עס איז געטראפן געווארן אין תפיסה א סעלפאון. וואס דאס איז פון די הארבסטע עבירות דארט אינעווייניג.
די סעלפאון איז געווען באהאלטן אין א פאבליק פלאץ און האט פארשטייט זיך נישט געהאט קיין נאמען, איז וועם באשטראפט מען?
האט מען נאכגעקוקט די רעקארדס צו וועלכע נומערן מען האט אלס ארויסגעדיילט פונעם סעלפאון, און מען האט געפונען צווישן אנדערע א נומער צו וועלכע מ"י פלעגט אויך רופן (פון די לעגאלע פאבליק פאון).
האט מען דעמאלס גענומען א טוץ פון ארעסטאנטען, אלע וואס האבן נאר אמאל גערופן א נומער וואס איז געווען אין די סעלפאון, און אריינגעשטעלט אין לאך ביז מען וועט פארענדיגן די אויספארשונג.
וואס איז דאס די לאך, צו איז עס אין א טיפע קעלער? ניין, ס'גראדע אויפן צווייטן שטאק אבער ס'נישט קיין גרויסע נפק"מ.
וויאזוי קוקט אויס די לאך? ס'איז א צימער קלענער פון א פארקינג ספעיס, מיט א באנק בעט, אפענע בה"כ, און איין צעמענטענע טיש און בענקל.
אין אזא צימער לייגט מען אריין צוויי מענטשןף און צומאל אפילו דריי ווען עס איז איבערגעפילט. ווען עס איז דא א דריטער דארף שוין יענער שלאפן אויף א ספאנדש אויף דער ערד.
און ניין, די פאדלאגע באשטייט נישט פון ריינע גראניט טיילס. ס'איז שמוציגע צעמענט, וואו עס נעסטעוון פון די זיבעטע מכה.
אין אט אזא צימער איז מ"י געווען פארשפארט פאר 9 (!) וואכן.
וואס איז די סדר היום דארט אין לאך,ווי אפט גייט מען אויף אן אויספלוג? ... ניין, נישטא קיין אויספלוג און ניטאמאל קיין זון. מען בלייבט דארט איינגעשפארט די גאנצע 24 שעה. איין שעה א טאג ערלויבען זיי ארויסצוגיין אין אן ארומגעצוימטער הויף. אבער... די שעה איז צווישן 6 און 7 פארטאגס, אין די קאלטע ווינטער מאנאטן.
קיין מאנטל באקומט מען נישט, מען האט בלויז די דינע טורמע קלייד אויפ'ן לייב. איינמאל מען גייט ארויס אנפאנג שעה, קען מען מער נישט אריינקומען ביז סוף שעה.
איז גיי שטיי ווינטער פארטאגס אין גאס אהן קיין מאנטל פאר א שעה... אזוי בלייבט מען שוין ענדערש פארשפארט אין לאך דאס גאנצע מעת לעת, טאג נאך טאג, שבת נאך שבת, און וואך נאך וואך.
דאס איינציגסטע מאל וואס מ'גייט ארויס איז צו גיין אין שויער, און דאס אויך נאר יעדע צווייטע טאג.
מען ווערט געפירט געקייטעלטערהייט, די קליידער ווערן אוועקגעפירט. און מ'ווארט דארט ווי אדם הראשון פאר'ן חטא, ביז די וועכטער ברענגען די נייע פאר קליידער.
און דאס אלעס איז בלויז פאר אן אויספארשונג, בעפארן מברר זיין צו מ'איז ווירקליך באגאנגען אן עולה.
דאס איז בלויז א טיפה מן הים וואס אידן - אינזערע ברודער -מאכן דארט מיט.
איז נאכן מיטהאלטן וואס גייט דארט פאהר, ווערן מיינע פינגער געליימט, און מיינע מחשבות שטימפיג, די טינט אין פענע ווערט פארהארטעוועט, ווען עס וויל זיך ארויסגליטשן א קאמענטאר וואס קען זיך הערן ווי אומסימפאטיע צו אזעלכע אידן.
איך בין זיכער וואס דיינע פינגער האבן דאס צוגעלאזט קומט נאר מחוסר ידיעה.

און איצט אז די האסט יא אזא שיינע פעדער, אפשר שרייבסטו אפ אן אימעיל צו מ"י. מען דארף נישט זיין די גרויסע בעל מחשבה צו שרייבן אזא בריעוו, קענסט שרייבן בלויז אביסל נייעס וואס עס טוט זיך דא אינעם דרויסנדיגן וועלט. אפשר קען עס זיין געמישט אויך מיט אביסל הומאר.
אזא איד קווקט ארויס צו הערן וואס עס טוט זיך אינדרויסן ווי ער האט שוין נישט באזוכט פאר די לעצטע 13 יאר.
די אימעיל אדרעסס איז mordchasamet@gmail.com
מען קען שרייבן בלויז ענגלישע אותיות. און נישט קיין בילדער.
בשורות טובות, און זאלסט קיינמאל נישט וויסן פון קיין צרות.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך בן עזאי אום מיטוואך יוני 03, 2015 10:50 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
הוא היה אומר: אל תהי בז לכל אדם ואל תהי מפליג לכל דבר, שאין לך אדם שאין לו שעה ואין לך דבר שאין לו מקום. (אבות ד)
באניצער אוואטאר
בן עזאי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 01, 2015 10:03 pm
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל

הודעהדורך יענער פויגעל » מיטוואך יוני 03, 2015 10:47 am

ליידער א בושה צו זעהן וויאזוי איין איד האט נישט קיין מיטגעפיל מיט א צווייטע איד
טראכט גוט וועט זיין גוט
יענער פויגעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 138
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 26, 2015 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 79 מאל

הודעהדורך ישמעאל הכהן » מיטוואך יוני 03, 2015 11:03 am

יא אין אלע מדינות זיצט מען פארן גנבנן, אבער ווילאנג זיצט מען? נאר אין אמעריקע זיצט מען פארן גנבן, לעמגער ווי פארן רצחנן. ווייל נאר אין אמעריקע האט געלט מער א חשיבות ווי דאס לעבן. קענסט הרגנן איינעם און מיט גוטע לויערס אפשקומען מיט אפאר יאר אדער מיט גארנישט, אבער גיי נעם אביסל געלט און וועסט זיצן 40 יאר. דאס איז דער מלכת של חסד פון אמעריקע און מיר האבן די זכיה דא צו זיין, שטעל דיר פאר אונז דארף מען ווען וואוינען אין די נאצישע קאנאדא?!..
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ישמעאל הכהן אום מיטוואך יוני 03, 2015 11:04 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 12:54 pm
האט שוין געלייקט: 1807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2166 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך יוני 03, 2015 11:04 am

בן עזאי, דער פאלגענדער אשכול איז געווידמעט פאר שרייבן בריוו צו אחינו בני ישראל אין תפיסות.
viewtopic.php?f=4&t=484

איך האב שוין ב"ה אפגעשריבן אפאר בריוו, אבער כ'ווייס ס'ווייט נישט גענוג.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15086
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17773 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18065 מאל

הודעהדורך בן עזאי » מיטוואך יוני 03, 2015 11:19 am

ישמעאל הכהן האט געשריבן:יא אין אלע מדינות זיצט מען פארן גנבנן, אבער ווילאנג זיצט מען? נאר אין אמעריקע זיצט מען פארן גנבן, לעמגער ווי פארן רצחנן. ווייל נאר אין אמעריקע האט געלט מער א חשיבות ווי דאס לעבן. קענסט הרגנן איינעם און מיט גוטע לויערס אפשקומען מיט אפאר יאר אדער מיט גארנישט, אבער גיי נעם אביסל געלט און וועסט זיצן 40 יאר. דאס איז דער מלכת של חסד פון אמעריקע און מיר האבן די זכיה דא צו זיין, שטעל דיר פאר אונז דארף מען ווען וואוינען אין די נאצישע קאנאדא?!..

די מערסטע וואס די פראקוארן קענען פארלאנגען פאר רציחה במזיד, איז 25 יאר. (אויב איז עס דאס ערשטע מאל. חוץ אויב מ'הרגעט א פאליציי אפיציר, וואס דאמאלס איז הארבער.)
און דאס איז די מערסטע, רוב מאל קומט מען אפ מיט ווייניגער.
און מרדכי יצחק מיט רובאשקין קומט זיך נישט ווייניגער ווי 26 יאר. וואספארא אבסורד.
הוא היה אומר: אל תהי בז לכל אדם ואל תהי מפליג לכל דבר, שאין לך אדם שאין לו שעה ואין לך דבר שאין לו מקום. (אבות ד)
באניצער אוואטאר
בן עזאי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 01, 2015 10:03 pm
האט שוין געלייקט: 80 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יוני 03, 2015 1:34 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:אויב ווילט עטץ זעהן וואס מיינט עכטע רשעות, לייענטס די קאמענטארן דא
.http://www.vosizneias.com/204362/2015/0 ... el-ny-man/

איך לייען כמעט נישט מער דעם סייט, די עקלהאפטיגע קאמענטס פון אידן פירן מיר כמעט אראפ פון זינען.
קיינמאל האב איך נישט געגלייבט אז אידן קענען זיין אזעלכע רשעים ארורים און אזוי פיינט האבן א צווייטן איד.
די 'הייליגע' אידן פאררופן זיך נאך אויף די תורה, זיי שטערט טאקע ממש די גזילה און דינא דמלכותא.
אוי לעינים שכך רואות.

שמעקעדיג: איך פלעג אמאל זיין א גרויסער (נישט בבחינת גאווה. נאר במספר קאמענטס.) שרייבער אויף וואס איז נייעס. ווען ס'איז נאך געווען א היימישע, געשמאקע וועבסייט. אבער, אין א געוויסע תקופה זענען אריינגעקומען א באנטש פון סעלף-העיטינג דזשוס. און זיי האבן טאקע א וויסטע שנאה אויף א יעדן ערליכן איד. און זיי בארעכטיגן אלע גוי'אישע מעשים תעתועים. האביך מיך פארעקלט פון זיי און איך בין אוועקגעגאנגען פון דארט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13074
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8322 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יוני 03, 2015 1:38 pm

ישמעאל הכהן האט געשריבן:יא אין אלע מדינות זיצט מען פארן גנבנן, אבער ווילאנג זיצט מען? נאר אין אמעריקע זיצט מען פארן גנבן, לעמגער ווי פארן רצחנן. ווייל נאר אין אמעריקע האט געלט מער א חשיבות ווי דאס לעבן. קענסט הרגנן איינעם און מיט גוטע לויערס אפשקומען מיט אפאר יאר אדער מיט גארנישט, אבער גיי נעם אביסל געלט און וועסט זיצן 40 יאר. דאס איז דער מלכת של חסד פון אמעריקע און מיר האבן די זכיה דא צו זיין, שטעל דיר פאר אונז דארף מען ווען וואוינען אין די נאצישע קאנאדא?!..

ישמעאל הכהן: איז דא איין עצה. נישט מאכן קיין גניבות,שווינדלען און דריידלעך...! פאר נישט וואשן זיך צו א בילקע מיט הערינג ביי שלוש סעודות האט מען נאך קיינעם נישט איינגעזעצט... :lol: :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13074
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8322 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יוני 03, 2015 1:43 pm

איך אויך האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:נו עס יאוועט זיך נאכנישט עפעס א אויבער חכם אפצולאכען פון די בעפרייאונג??

שוין א לענגערע צייט וואס איך האב אסאך אין בויך צו שרייבן אבער מען דארף צומאל וויסן ווי איין און ווי עס איז בעסער לנצור המקלדת אז נישט זעהט מען אויס ווי די 'קילע' או.טי.דיס.

איך אויך: ווער, און וואו זענען זיי. איך וויל זיי שוין קענען...איך האב נאכנישט באגעגנט א "קילן",או.טי.די. דא אין קאווע שטיבל...אפשר זאלל איך קוקן אין שפיגל...?... :lol: :roll:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13074
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8322 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יוני 03, 2015 1:54 pm

יענער פויגעל האט געשריבן:קאך לעפל די פארשטייסט טאקע נישט ווי די רשעות שטעקט
אזוי הארצלאז ביזטו?

יענער פויגל: ס'איז דא צדדים לכאן ולכאן. קאך-לעפל האט יא עפעס א נקודה. דאס איז א באזונדער שמועס פאר זיך. און אפשר נישט ברבים. אבער יעצט איז דער מדובר וועגן באפרייען איהם, אפילו צייטווייליג, אויף א מענטשליכן אופן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13074
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8322 מאל

הודעהדורך שש משזר » מיטוואך יוני 03, 2015 3:03 pm

כ'האלט פונקט ווי בערל'ן.
קאך לעפל איז גערעכט, אז ס'איז בבחינת על דאטפת וכו'. ומפאת כבוד מ"י סאמעט אקצר. די נקודה איז, אז 'ווען דו וואלסט געוויינט פריער וואלסטו יעצט נישט געדארפט וויינען', כמשל הידוע של ה'ראפשיצער רב.
אבער למעשה, איז זייער צוגאנג נאכן איינזעצן היבש רשעות'דיג און דערנידערנד. דאס האט שוין אבער נישט מיט מ"י סאמעט דירעקט, דאס האט מיט זייער פארריקטע סיסטעם.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15441 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יוני 03, 2015 3:15 pm

שש משזר האט געשריבן:כ'האלט פונקט ווי בערל'ן.
קאך לעפל איז גערעכט, אז ס'איז בבחינת על דאטפת וכו'. ומפאת כבוד מ"י סאמעט אקצר. די נקודה איז, אז 'ווען דו וואלסט געוויינט פריער וואלסטו יעצט נישט געדארפט וויינען', כמשל הידוע של ה'ראפשיצער רב.
אבער למעשה, איז זייער צוגאנג נאכן איינזעצן היבש רשעות'דיג און דערנידערנד. דאס האט שוין אבער נישט מיט מ"י סאמעט דירעקט, דאס האט מיט זייער פארריקטע סיסטעם.

שש משזר: בהמשך למסקנת קאך-לעפל...אין די מעשים פון ר' מ.י.ס. איז דא ערנסטע חששות פון מרידה במלכות און אפשר שטעלן אין סכנה אומשולדיגע מענטשנ'ס לעבן און פאבליק סעיפטי, פארוואס די עונשים אין רוסלאנד אדער אין פוילן וואלטן געווען א סאך הארבער, ואכמ"ל. נאר לגבי די בכוונ'דיגע סיסטעמאטישע השפלות וואס אן ארעסטאנט גייט דורך. דאס פאדערט א רעפארמאציע...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13074
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8322 מאל

הודעהדורך שש משזר » מיטוואך יוני 03, 2015 3:36 pm

אכן, כבר רמזתי וכתבתי:
שש משזר האט געשריבן:ומפאת כבוד מ"י סאמעט אקצר.


הקיצור, כ'זע מיר זענען אויף איין פעידזש.

למעשה, איז אומריכטיג צו זאגן, אז עוונות ראשונים אשר חטאו אינם. ס'איז אודאי אומריכטיג צו זאגן אז ס'דא עפעס אן אומשולדיג שעפעלע. און ס'איז סיי אומריכטיג און סיי טיפשות צו זאגן אז ס'שטעקט דא אנטיסעמיטיזם.

קבל את האמת ווי אומבא'טעמ'ט דאס איז. און אעפ"כ דארף מען זיך מתעלה זיין און זיך מרחם זיין אויף א אידיש קינד וואס שמאכטעט אין טורמע, וואס ווען ער ווייסט ווען אז אן אמעריקאנער תפיסה איז נישט קיין 'מגרש הרוסים' וואלט ער זיכער נישט געטון וואס ער האט געטון.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15441 מאל

הודעהדורך ישמעאל הכהן » מיטוואך יוני 03, 2015 3:50 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:
ישמעאל הכהן האט געשריבן:יא אין אלע מדינות זיצט מען פארן גנבנן, אבער ווילאנג זיצט מען? נאר אין אמעריקע זיצט מען פארן גנבן, לעמגער ווי פארן רצחנן. ווייל נאר אין אמעריקע האט געלט מער א חשיבות ווי דאס לעבן. קענסט הרגנן איינעם און מיט גוטע לויערס אפשקומען מיט אפאר יאר אדער מיט גארנישט, אבער גיי נעם אביסל געלט און וועסט זיצן 40 יאר. דאס איז דער מלכת של חסד פון אמעריקע און מיר האבן די זכיה דא צו זיין, שטעל דיר פאר אונז דארף מען ווען וואוינען אין די נאצישע קאנאדא?!..

ישמעאל הכהן: איז דא איין עצה. נישט מאכן קיין גניבות,שווינדלען און דריידלעך...! פאר נישט וואשן זיך צו א בילקע מיט הערינג ביי שלוש סעודות האט מען נאך קיינעם נישט איינגעזעצט... :lol: :roll:

אבער אסאך מענטשן זיצן וועכנטליך פארן זיך 'יא' וואשן צו א בילקע מיט הערינג פאר של''ש
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 12:54 pm
האט שוין געלייקט: 1807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2166 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מיטוואך יוני 03, 2015 3:56 pm

ישמעאל הכהן האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
ישמעאל הכהן האט געשריבן:יא אין אלע מדינות זיצט מען פארן גנבנן, אבער ווילאנג זיצט מען? נאר אין אמעריקע זיצט מען פארן גנבן, לעמגער ווי פארן רצחנן. ווייל נאר אין אמעריקע האט געלט מער א חשיבות ווי דאס לעבן. קענסט הרגנן איינעם און מיט גוטע לויערס אפשקומען מיט אפאר יאר אדער מיט גארנישט, אבער גיי נעם אביסל געלט און וועסט זיצן 40 יאר. דאס איז דער מלכת של חסד פון אמעריקע און מיר האבן די זכיה דא צו זיין, שטעל דיר פאר אונז דארף מען ווען וואוינען אין די נאצישע קאנאדא?!..

ישמעאל הכהן: איז דא איין עצה. נישט מאכן קיין גניבות,שווינדלען און דריידלעך...! פאר נישט וואשן זיך צו א בילקע מיט הערינג ביי שלוש סעודות האט מען נאך קיינעם נישט איינגעזעצט... :lol: :roll:

אבער אסאך מענטשן זיצן וועכנטליך פארן זיך 'יא' וואשן צו א בילקע מיט הערינג פאר של''ש

ישמעאל הכהן: ...עמוק עמוק. אזוי ווי איך בין אן אונגערישער, האט מיר גענומען א וויילע צו כאפן די עמקות פון דיין כוונה. עד שירדתי לסוף דעתך...אבער איינמאל איך האב עס געכאפט ביניך אינטערגעטאנצן... :lol:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13074
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8322 מאל

Re: ר' מרדכי יצחק סאמעט צו ערשיינען ביי זונ'ס חתונה

הודעהדורך שמערל » מיטוואך יוני 03, 2015 3:59 pm

ביי אונז ווייסט מען ומודה ועוזב ירוחם, ר' מרדכי יצחק האט זיך נאך קיינמאל נישט מודה ומתודה געווען אויף זיינע מעשי תעתועים, גניבה וגזילה דאוריתא וחילול שם שמים מסוף העולם ועד סופו, נישט פאר די רעגירונג, און נישט פאר אונז כלל ישראל.
די הויפט סיבה פארוואס ער האט באקומען אזא שטרענגע פסק, איז ווייל ער האט נישט געהאלטן ביים זיך מודה זיין, ועדיין עומד במרדו, נו אז ער אליין האט נישט רחמנות אויף זיך, פארוואס זאלן מיר דארפן רחמנות האבן?
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1044
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 1142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1232 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מיטוואך יוני 03, 2015 4:14 pm

שמערל האט געשריבן:ביי אונז ווייסט מען ומודה ועוזב ירוחם, ר' מרדכי יצחק האט זיך נאך קיינמאל נישט מודה ומתודה געווען אויף זיינע מעשי תעתועים, גניבה וגזילה דאוריתא וחילול שם שמים מסוף העולם ועד סופו, נישט פאר די רעגירונג, און נישט פאר אונז כלל ישראל.
די הויפט סיבה פארוואס ער האט באקומען אזא שטרענגע פסק, איז ווייל ער האט נישט געהאלטן ביים זיך מודה זיין, ועדיין עומד במרדו, נו אז ער אליין האט נישט רחמנות אויף זיך, פארוואס זאלן מיר דארפן רחמנות האבן?


נישט ריכטיג.... ער איז א רחמנות אין די תורה הק' האט געהייסן אז מען דארף טאן אלעס אויף דער וועלט אים צו העלפן, די מצוה פון פדיון שבוים איז נישט געגבן געווארן בלויז פאר אידן וואס זיצן אומשילדיג אין תפיסה, דער חוב פון פדיון שביום גייט אן פאר שילדיגע און אימשילדיגע צוגלייך.

ביודע קאמינא, ווען ער האט געוואוינט אין קרית יואל, האט יעדער געוויסט אז אונטער דעם שלייער ציצות קאמפאני ליגט באהאלטן א מאסיווע שווינדל אפאראציע, און כ''ק אדמו''ר מסאטמאר שליט''א האט נישט געלאזט אז די מוסדות אין קר''י זאלן נעמן פון אים קיין רויטע גרייצער, און דער רבי שליט'א האט נישט געוואלט האבן מיט אים קיין שום שייכות, ( כאטש דער רבי שליט''א'ס יונגע ברודער ר' זלמן האט יא היפש געניסט פון ר' מ''י, דאך האט ער עד היום הזה נישט געטראפן קיין צייט צו גיין באזוכען דעם צובראכענעם מענטש אין תפיסה, פאר די וואס קענען רבינו שליט''א'ס קליינע ברודער איז דאס בכלל נישט קיין קישה) די ראשי הקהלה זענען אים געווען גרייט צו צאלן עפרות זהב אז ער זאל זיך אפפעקלען פון קרית יואל און נישט לייגען די איינוואוינער אין א סכנה, למעשה האט ער טאקע געלייגט א היפשע פאר איינוואוינער אין אן ערענסטע סכנה.

אבער דאך איז אים רבינו שליט''א געגאנגען באזוכען אין טורמע, און דער רבי שליט''א האט געשטעלט הר''ר א.ש ק. אז ער זאל קער נעמען פון די משפחה און חתונה מאכן זיינע קינדער. דאס איז נישט קיין סתירה... מען דארף טאן אלעס אויף דער וועלט אפצושטעלן דעם גנב, און ווען מען כאפט אים און ער ווערט איינגעזעצט דארף מען טאן אלעס אויף דער וועלט אים צו פארגרינגערן. פארוואס? ווייל אזוי האט דער הייליגער תורה געהייסן!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך קאך_לעפל אום מיטוואך יוני 03, 2015 4:25 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1613
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1708 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » מיטוואך יוני 03, 2015 4:16 pm

רבותי מען האט שוין ארויסגעברענגט, און איך וועל דאס נאר קלארער ארויס ברענגען, די משל איז טאקע ר' מרדכי יצחק אבער מען מיינט די גאנצע סיסטעם, סטא קומט נישט אריין דא זיינע פערזענליכע חטאים.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4864 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » מיטוואך יוני 03, 2015 4:16 pm

קאך לעפל, דיין תגובה איז צו דער זאך, נאר די פאליטיק וואס דו פארקויפסט פארטונקלט דאס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך געוואלדיג אום מיטוואך יוני 03, 2015 4:47 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4864 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מיטוואך יוני 03, 2015 4:17 pm

ישמעאל הכהן האט געשריבן:יא אין אלע מדינות זיצט מען פארן גנבנן, אבער ווילאנג זיצט מען? נאר אין אמעריקע זיצט מען פארן גנבן, לעמגער ווי פארן רצחנן. ווייל נאר אין אמעריקע האט געלט מער א חשיבות ווי דאס לעבן. קענסט הרגנן איינעם און מיט גוטע לויערס אפשקומען מיט אפאר יאר אדער מיט גארנישט, אבער גיי נעם אביסל געלט און וועסט זיצן 40 יאר. דאס איז דער מלכת של חסד פון אמעריקע און מיר האבן די זכיה דא צו זיין, שטעל דיר פאר אונז דארף מען ווען וואוינען אין די נאצישע קאנאדא?!..


אמת! וועגן דעם טאקע דארף מען זיך זייער אפאכט געבן נישט צו גנב'ענען ח''ו........
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1613
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1708 מאל

הודעהדורך קאך_לעפל » מיטוואך יוני 03, 2015 4:18 pm

געוואלדיג האט געשריבן:קאך לעפל, דיין תגובה איז צו דער זאך, נאר די חסידות וואס דו פארקויפסט פארטונקלט דאס.


חסידות? מה זה? איך ווייס נישט וואס דאס איז, עס איז נשכח געווארן זאגט דער רבי זי''ע אין ויואל משה
קאך_לעפל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1613
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 12:16 pm
האט שוין געלייקט: 148 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1708 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » מיטוואך יוני 03, 2015 4:20 pm

סארי, די פארטיי, וואטעווער דו רופסט דאס אן.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4864 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט

cron