וועלטליכע קורצע און לענגערע נייעס באריכטן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

הודעהדורך שעפטל » מיטוואך מאי 29, 2013 9:56 pm

פאליציי אין בראנקס זיכן נאך א פארברעכער וואס האט זיך איינגעבראכן אין א געשעפט, דורכן אויפשניידן א לאך אין דאך. אטוריטען האבן ארויסגעלאזט בילדער פונעם רויבער, וואס האט זיך צוריק ארויסגעקוועטשט דורך דעם לאך מיטן רעדזשעסטער. מ'האט צוזאמגעשטעלט געלט פארן אייגנטומער צו פאררעכטן, מיטן אויפשריפט: "א געשעפט וואס איז געבליבן אן א דאך איבערן קאפ"..

די פאליציי פלאטע אין ניוארק האבן פארשטארקערט זייער זיכערהייטס וואך, צולייגנדיג איבער צוויי-הונדערט פאליציי אפיצירן אויף די גאסן. דאס איז צום בעפארשטייערן זוממער וואכן, וואו זיי וועלן שטערקער פאטראלירן די גאסן, און נישט לאזן קיין יונגען אויפן גאס ביינאכט. די קאמישענער זאגט אז זיי וועלן אויך האבן א העליקאפטער צו פאטראלירן פון אויבן, אויס מורא פון יונגען וואס פלאנען צו אריינקריכן פון דאך.

די נומער איינס סאבוועי ליניע אין מענהעטען איז אפגעשפארט געווארן נאך פראבלעמען צו די רעדער פון א באן ביי די הונדערט-פונף-און-צוואנציגסטע סטאנציע אין הארלעם. אלע צוויי-הונדערט-פופציג פאסאנזשירן זענען אראפ פונעם באן אן קיין וואונדן. ניו יארקע קענען קוים ווארטן ווען אלע בייק סטאנציעס ווערן פארשפארט, צוליב פראבלעמען מיט א בייק ביי איין געוויסע סטאנציע..

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די 'מייזלעך'. לאמיר זיך פרייען ווילאנג ס'איז נישטא קיין פראבלעמען ביי איין געוויסע סענעטעישאן סטאנציע.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3443
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3450 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3371 מאל

הודעהדורך שעפטל » פרייטאג מאי 31, 2013 1:44 am

נאך זיבן חדשים זינט א טרעין איז אריינגעפארן אין די ראקעוועי געגענט, זענען די באנען די וואך צוריק אריין אין דינסט. די עם-טי-עי זאגט אז ס'האט אפגעקאסט פונף-און-זיבעציג מיליאון טאללער צו פאררעכטן די שינעס. די ערשטע באן איז באשטאנען מערסטנסטייל פון רעפארטער, "ס'האט אויסגעקוקט גענוי ווי ווען די ערשטע קאר איז אנגעקומען קיין אמעריקא" דרוקט זיך איינער אויס. די יונגווארג וואונדערן זיך, וויזוי ס'האט אריינגעפיט אזויפיל רעפארטער אין יענעם קאר.

א גרויס חלק פונעם שטאטישע אמערזשענסי אפעראט סיסטעם איז היינט פארפרוירן געווארן פאר זעכצן מינוט, די דיספעטשורס זענען געצווינגען געווען אפצושרייבן די רופן אויף פאפיר. דאס איז געשעהן היינט צום צווייטן מאל אינעם לעצטן פיר-און-צוואנציג שעה. קאמישאנער קעלי זאגט "ס'האט נישט פאאורזאכט קיינע שאדנס, יעדע קאל איז גענומען געווארן".
די שאדנס וועט זיך אנהייבן ווען די אפיצירן וועלן רעספאנדן צום רוף.

א בילדינג אין קווינס האט זיך צוזאמגעלייגט, נאכן עקספלאדירן און ארומגענומען ווערן מיט ווילדע פלאמען. א ניין-און-פערציג יעריגער איז אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל מיט שווערע ברען וואונדן. אינוועסטאגעטאר פארשן דעם ברוכווארג, נאך וואס די בילדינג האט נארוואס געהאט באקומען די שטאטישע געלט פאר סענדי געשעדיגטע הייזער. אטוריטעטן זאגן אז אויפן מאפע איז די געגענט געאייגענט פאר רעזעדענטואל, און נישט פאלדעבעל.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'עי-ענד-עס טשעיר רענטל'. אונזערע צוזאמלייג בענקלעך זענען געאייגענט פאר יעדע סארט געגענט. אפגעזעהן וויפיל רעפארטער קוועטשן זיך אריין.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3443
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3450 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3371 מאל

הודעהדורך שלשלת » פרייטאג מאי 31, 2013 4:57 pm

א קליינע עראפלאן וואס האט געמאנגלט אין געז פליענדיג אין די לופטן, האט מיטאמאל אריינשפאצירט אין א ליווינג רום אין ווירדזשיניע. חוץ די עצים ואבנים איז קיינער נישט ערנסט געשעדיגט געווארן.
בייגעלייגטע פיילס
plane 3.jpg
plane 3.jpg (57.65 KiB) געזען געווארן 2117 מאל
plane 2.jpg
plane 2.jpg (81.77 KiB) געזען געווארן 2117 מאל
plane 1.jpg
plane 1.jpg (91.69 KiB) געזען געווארן 2117 מאל
שלשלת = מ'דארף דרייען, דרייען, און נאכאמאל דרייען
ווי האט יענער געזאגט, על שלשה דברים העולם עומד - די וועלט שטייט אויף דרייען
שלשלת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 296
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 29, 2013 4:17 pm
האט שוין געלייקט: 79 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 203 מאל

פייער אין וויליאמסבורג

הודעהדורך למדן » זונטאג יוני 02, 2013 2:45 pm

א פייער האט געברענט אין וויליאמסבורג פרייטיג צו נאכטס בערך 9:00 ביי סופרים העלט און אלימפיק פיטא, וואס איז פארגעגאנגען און וואו עס איז געשען ווייס איך נישט ווייל ווי אייביג ווייסט קיינער אויפן סין גארנישט וואס גייט פאהר, קוים האט איינער געזען אז ס' ברענט... אל עף וואס הונדערטער מענטשן זענען זיך צוזאמגעלאפן דארטן
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 6:40 pm
האט שוין געלייקט: 142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

הודעהדורך שעפטל » מאנטאג יוני 03, 2013 11:05 pm

פאליציי אין לאנג איילענד איז ארויסגערופן געווארן נאך וואס א פיר-און-פופציג יעריגער מאן האט געשאסן דעם שכן'ס הינטל מיט א ביבי גאן. די הינט איז דורך אן אפעראציע ארויסצונעמען דעם בולעט. "די הינט איז א סענדי איבערלעבער", זאגט די אייגנטומער. דער מאן איז אנגעקלאגט געווארן פארן שיסן א באשעפערניש. און ווי אויך ווערט ער אנגעקלאגט פארן האבן אין באזיץ א גאן. "פארמאגן א 'ביבי', איז שוין היינט צוויי מאל אומלעגאל.." זאגט די קאמישאנער.

'ווענדינג מאשינען' איז די לעצטערע סארט פון די מערסט באנוצטע מאשינען היינטיגע טעג. א ברוקלינע ביזנעסמאן האט דאס אנגעהויבן אראפשטעלן צו סארווירן די ביציקל דרייווער. אבער אנדערש ווי איבעראל פארמאגט דאס נישט קיין עסן, נאר ליבערשט געצייג פאר ווען א ביציקל ברויך הילף. א שטייגער ווי לופט פאר די רעדער. אויל פאר די טשעין. באלבס פאר די בלינקעדיגע לייטס. און דיספאוזעבל בייק ליניע'ס אין פאל מ'פארט אריין אין א גאס וואס פארמאגט נישט קיין בייק לעין.

די ניו יארק סיטי העלטה דעפארטמענט האט געצייגט לעבעדיגע שטריכן זינט דעם דורכגעפאלענעם זעכצן אונסיגע געטראק געזעץ. און האבן היינט געלאזט לויפן רעדיאו מוחאות אין ווערד פון אנדערהאלבן מיליאון טאללער, אז מ'זאל זיך אובאכט גיבן און נישט טרינקן זיסע טיי. "מ'זאל נישט שטיין נאנט אדער זיך חבר'ן מיט איינעם וואס טרינקט" הערט זיך א שטימע.
ס'וועט פארקומען א מייזלעך אונטערגאנג אינעם סיטי האלל.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'גאלדען פלאו'. מילך קעסטלעך סטאנציעס אין פלאן, אין פאל די עקזעסטירנדע קעסטיל ברויך הילף.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3443
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3450 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3371 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג יוני 04, 2013 12:54 am

שעפטל האט געשריבן: דיספאוזעבל בייק ליניע'ס אין פאל מ'פארט אריין אין א גאס וואס פארמאגט נישט קיין בייק לעין.

:lol: :lol: :lol:
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15316
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18567 מאל

הודעהדורך שלשלת » דינסטאג יוני 04, 2013 2:20 am

למדן האט געשריבן:א פייער האט געברענט אין וויליאמסבורג פרייטיג צו נאכטס בערך 9:00 ביי סופרים העלט און אלימפיק פיטא, וואס איז פארגעגאנגען און וואו עס איז געשען ווייס איך נישט ווייל ווי אייביג ווייסט קיינער אויפן סין גארנישט וואס גייט פאהר, קוים האט איינער געזען אז ס' ברענט... אל עף וואס הונדערטער מענטשן זענען זיך צוזאמגעלאפן דארטן

נאדיר עטליכע בילדער פון די סצענע
בייגעלייגטע פיילס
Fire2.jpg
Fire2.jpg (35.83 KiB) געזען געווארן 2027 מאל
Fire1.jpg
Fire1.jpg (46.24 KiB) געזען געווארן 2027 מאל
שלשלת = מ'דארף דרייען, דרייען, און נאכאמאל דרייען
ווי האט יענער געזאגט, על שלשה דברים העולם עומד - די וועלט שטייט אויף דרייען
שלשלת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 296
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 29, 2013 4:17 pm
האט שוין געלייקט: 79 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 203 מאל

הודעהדורך זר זהב » דינסטאג יוני 04, 2013 2:45 am

U.S. publishes details of missile base Israel wanted kept secret

http://www.mcclatchydc.com/2013/06/03/1 ... a0-qUAa6lg
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4214 מאל

הודעהדורך שעפטל » דינסטאג יוני 04, 2013 11:13 pm

פאליציי אין קאנארסי זיכן נאך צוויי פארברעכער וואס האבן איינגעבראכן אין א בילדינג, פארלאנגענדיג פון איינוואוינער געלט. די פארברעכער זענען אנטלאפן נאך וואס איינע פון זיי האבן אראפגעלאזט דעם רעוואלווער, און א צעהן יעריג קינד האט דאס אויפגעהויבן און זיך גענומען שיסן אין זייער ריכטונג. "ביים קומענדיגן 'פי-טי-עי' וועט מען שוין רעדן דערוועגן" זאגט א פרינטסעבל. "ביי טעקס מעסעדשעס, ווייסט יעדער אז ווען ס'פאלט אראפ, טאר מען דאס נישט צורירן".

די ניו יארק פאליציי האבן היינט ארעסטירט א ניין-און-צוואנציג יעריגן פארשוין, מיט קלאגעס איבער פיר קאנפארמירטע שיסערייען דורכאויס דעם לעצטן וויקענד. לויט ווי פאליציי גיבן איבער, זענען פארגעקומען זעקס-און-צוואנציג שיסערייען איבער די צייט אפשניט פון צוויי-און-זיבעציג שעה צווישן פרייטאג און זינטאג. שומער זאגט: אויף די רעוואלווער שאכטלעך ברויך שטיין 'יארגאנג צעהן-צוועלעף'. בלומבערג זאגט: זאל מען דאס האלטן אויף די נידריגע פאליצעס, וואו ערוואקסענע קענען נישט גרייכן.

זיבן זענען פארוואונדעט געווארן אין א אויפרייס אין א צוויי שטאקיגע קאלעדזש בילדינג אין די 'נייעק' געגענט. פארשער זאגן אז די בילדינג האט געהאט א ליעק אינעם גאז ליניע. ס'איז אבער נישט זיכער אז דאס האט פאראורזאכט דעם אויפרייס. "די גאנצע בילדינג האט זיך געשאקעלט" זאגט א פארוואונדעטער. "פענסטערס זענען אויסגעשאסן געווארן, עיר קאנדישאנס זענען ארויסגעפאלן פון זייערע לעכער". על-גאור האט סוספענדעט גלאובל ווארעמונג, ווילאנג די עיר קאנדישאנס ווערן נישט צוריק אריינגעטראגן אינעם בילדינג.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'גאו גרין'. דרינגענט געזיכט איינער זאל אויפהייבן גאור'ס אראפגעפאלענע מעסעדש, איבער די אראפגעפאלענע היץ. 'ערוואקסענע, קיין אפציע'.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3443
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3450 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3371 מאל

הודעהדורך שעפטל » מיטוואך יוני 05, 2013 10:12 pm

א שולע אין גארפיעלד ניו גערסי איז אפגעשפארט געווארן, נאך וואס פאליציי האבן דורכגעפירט א הויז צו הויז זיכעניש נאך א זיבן-און-פערציג יעריגער וואס האט גע'היידזשעקט א קאר אנטלויפנדיג פון די פאליציי. איינוואוינער האבן אים געזעהן לויפן אין די בעקיארדס. "כ'האב אים געזאגט אז ער זאל זיך נישט באהאלטן דא" זאגט א איינוואוינער. "איך פארמאג נישט א שיף!". א געהילף פאר די פאליציי זאגט, אז א פלאן לויטעט צו קויפן א שיף אינעם סטאנציע "זאלן די פארברעכער גלייך אהערקומען".

די סטעיט איינגעשטעלטע האבן געגעבן דעם איינשטימונג, און וועט צושטייער געבן פאר דעם פלאן פון פארוואנדלען דעם היידפארק געגענט אין לאנג איילענד פאר א שאפינג ארט. די פלאן שלאגט פאר אז פולע געשעפטן זאלן אהינקומען מיט געשעפטן, נאך וואס פולע ביזנעסער האבן פארמאכט נאך סענדי. די אלטע היידפארק וויל זיך נאכנישט צושטעלן צום פלאן, נאכן נישט נאכקומען געוויסע פארלאנגונגען.

א אכט-און-דרייסיג יעריגער היימלאזער פארשוין איז ארעסטירט און אנגעקלאגט געווארן פארן פאטאל שטעכן א צוויי-און-דרייסיג יעריגע פרוי אין קווינס. ס'איז אומקלאר זיינע מאטיוון, און ס'איז נאכנישט באשטימט געווארן א גענוי בעיל פרייז. דער היימלאזער זאגט אז ער איז גרייט איינצולייגן זיין הויז פאר בעיל.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די 'באן סטאנציעס'. מיר שטעלן זיך אויסדרוקליך נישט צו צום בעיל פלאן. ליבערשט וועלמער מאכן א אייגענע היימלאזע סטאנציע.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3443
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3450 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3371 מאל

הודעהדורך איציק » דאנערשטאג יוני 06, 2013 6:14 am

שעפטל, האסט מיר געקאסט א לאַך :D
באניצער אוואטאר
איציק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 195
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 01, 2013 3:57 am
האט שוין געלייקט: 494 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 146 מאל

הודעהדורך ידען » דאנערשטאג יוני 06, 2013 2:32 pm

30 יאר צוזאמען און יעצט גטן זיי זיך.
פוטין קאפעל צוטיילען זיך

www.bbc.co.uk/news/world-europe-22806866
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3155
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 3708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1095 מאל

הודעהדורך זר זהב » דאנערשטאג יוני 06, 2013 2:47 pm

גייט ער חתונה האבן מיט אים?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4214 מאל

הודעהדורך איך אויך » דאנערשטאג יוני 06, 2013 5:36 pm

קען זיין ווייל ער האט היינט אנאנסירט אז ער גייט טוהן דאס וואס גרוש האט געטוהן.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5825
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8174 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2666 מאל

הודעהדורך שעפטל » פרייטאג יוני 07, 2013 12:38 am

א זיבן-און-דרייסיג יעריגע פרוי פון בראנקס האט זיך היינט דערקלערט שולדיג אין פאלשן דאקומענטן, אנפירנדיג א געלט קאמפיין אונטערן שלייער אז ס'גייט פאר די פאמיליע פון א קינד וואס איז געשאסן געווארן אין שולע אין קאנעטיקעיט. די ארגאנעזאציע האט גענוצט אימעילס און טעקסט מיטלען צו אויפטרייבן די געלטער. "ס'האט זיך שוין נישט געלוינט די גאנצע שיסעריי" זאגט זי. "נאכאמזל אז ס'קינד איז נישט מיין פאמיליע מיטגליד"..

א עלעוו יעריג מיידל איז ארויסגעהויבן געווארן נאך וואס זי האט ארויסגעראטעוועט איר יונגערע ברידער דורך א פענסטער, פון דעם העליש פייער וואס האט געברענט אין זייער בילדינג אין די פלעטבוש געגענט. די פייער האט אויסגעבראכן אינעם גראסערי אויפן אונטערשטן שטאק. צוויי פייערלעשער זענען אפגעקומען מיט מילדע וואונדן. "ס'האט זיך שוין געלוינט די גאנצע פייער" זאגט זי נאכן ווערן א העלד, "נאכאמזל אז ס'קינד איז מיין פאמיליע מיטגליד"..

מיט א פרייליכע שטימונג איז געקומען די נייעס היינט אינדערפרי, אז זיי שטעלן זיך יא צו!... קליענטן פונעם קלינינג געשעפט אין לאנג איילענד האבן אפגע'אטעמט נאך וואס די אייגנטומער פונעם בילדינג האט נאכן ארויסווארפן דעם קלינינג געשעפט, צוגעשטימט צו די קליענטן, און וועט זיי לאזן אפנעמען זייערע קליידונג פונעם סטארעדש וואו ער האט עס געלייגט. די קלינינג געשעפט איז ארויסגעווארפן געווארן, נאכן שולדיג בלייבן פערציג-טויזענט טאללער. ס'איז צום האפן זיי זאלן נישט צוריקציען..

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'פענטעסטיק קלינערס'. באטערפליי'ס פארמאגן קיינמאל קיין קלינערס. ס'האט זיך שוין נישט געלוינט די גאנצע צוריקציען.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3443
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3450 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3371 מאל

הודעהדורך יאנקל » פרייטאג יוני 07, 2013 2:02 am

למדן האט געשריבן:א פייער האט געברענט אין וויליאמסבורג פרייטיג צו נאכטס בערך 9:00 ביי סופרים העלט און אלימפיק פיטא, וואס איז פארגעגאנגען און וואו עס איז געשען ווייס איך נישט ווייל ווי אייביג ווייסט קיינער אויפן סין גארנישט וואס גייט פאהר, קוים האט איינער געזען אז ס' ברענט... אל עף וואס הונדערטער מענטשן זענען זיך צוזאמגעלאפן דארטן
בייגעלייגטע פיילס
image.jpg
image.jpg (43.57 KiB) געזען געווארן 1871 מאל
יאנקל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2917
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 2613 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3810 מאל

הודעהדורך זר זהב » פרייטאג יוני 07, 2013 2:11 am

איך אגריע מיט דעם צעטל. ב"ה.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4214 מאל

הודעהדורך סאשי פיש » פרייטאג יוני 07, 2013 2:19 am

זר זהב האט געשריבן:איך אגריע מיט דעם צעטל. ב"ה.

וועלכע חלק? ער איז א מחלל שבת?
ווער האט געלייגט די צעטלעך גריל אן לי אדער גאטליב ?
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2770
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3350 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2371 מאל

הודעהדורך משה געציל » פרייטאג יוני 07, 2013 2:20 am

איך אגרי אויך מיטן צעטיל, אבער נישט מיר איר אינהאלט. פינטל.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2957 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2762 מאל

הודעהדורך זר זהב » פרייטאג יוני 07, 2013 2:21 am

אז סאיז געווען פריצות. דער סטאר איז ווי אן עמבעסי פאר בארא פארק פלעטבוש. באלאנגט נישט אין וויליאמסבורג
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4214 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » פרייטאג יוני 07, 2013 9:50 am

שעפטל האט געשריבן:מיט א פרייליכע שטימונג איז געקומען די נייעס היינט אינדערפרי, אז זיי שטעלן זיך יא צו!... ס'איז צום האפן זיי זאלן נישט צוריקציען..

ס'האט זיך שוין נישט געלוינט די גאנצע צוריקציען.


:lol: :lol: :lol:
:like :like :like
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15316
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18567 מאל

הודעהדורך למדן » פרייטאג יוני 07, 2013 1:49 pm

שעפטל האט געשריבן:מיט א פרייליכע שטימונג איז געקומען די נייעס היינט אינדערפרי, אז זיי שטעלן זיך יא צו!... קליענטן פונעם קלינינג געשעפט אין לאנג איילענד האבן אפגע'אטעמט נאך וואס די אייגנטומער פונעם בילדינג האט נאכן ארויסווארפן דעם קלינינג געשעפט, צוגעשטימט צו די קליענטן, און וועט זיי לאזן אפנעמען זייערע קליידונג פונעם סטארעדש וואו ער האט עס געלייגט. די קלינינג געשעפט איז ארויסגעווארפן געווארן, נאכן שולדיג בלייבן פערציג-טויזענט טאללער. ס'איז צום האפן זיי זאלן נישט צוריקציען...

יא גוט...
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 6:40 pm
האט שוין געלייקט: 142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

הודעהדורך זר זהב » פרייטאג יוני 07, 2013 3:10 pm

A pregnant Texas actress who told FBI agents her husband had sent ricin-tainted letters to President Barack Obama and New York Mayor Michael Bloomberg has been arrested for allegedly sending the letters herself, law enforcement officials said Friday.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4214 מאל

הודעהדורך שעפטל » פרייטאג יוני 07, 2013 5:26 pm

BREAKING NEWS: PRESIDENT OBAMA'S MOTORCADE NOT RETURNING TO SANMO AIRPORT, BEING DIVERTED DIRECTLY TO LAX AFTER COLLEGE SHOOTING!
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3443
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3450 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3371 מאל

הודעהדורך שעפטל » מאנטאג יוני 10, 2013 4:08 pm

למדן האט געשריבן:א פייער האט געברענט אין וויליאמסבורג פרייטיג צו נאכטס בערך 9:00 ביי סופרים העלט און אלימפיק פיטא, וואס איז פארגעגאנגען און וואו עס איז געשען ווייס איך נישט ווייל ווי אייביג ווייסט קיינער אויפן סין גארנישט וואס גייט פאהר, קוים האט איינער געזען אז ס' ברענט... אל עף וואס הונדערטער מענטשן זענען זיך צוזאמגעלאפן דארטן

זאגט מיר יעצט איינער אז מ'האט ארעסטירט דעם בעל הבית פונעם געשעפט!
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3443
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3450 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3371 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט