וועלטליכע קורצע און לענגערע נייעס באריכטן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

הודעהדורך שלשלת » דינסטאג יוני 11, 2013 10:36 am

זר זהב האט געשריבן:אז סאיז געווען פריצות. דער סטאר איז ווי אן עמבעסי פאר בארא פארק פלעטבוש. באלאנגט נישט אין וויליאמסבורג

מיט וואס איז די סטאר געווען מער פריצות'דיג ווי אנדערע רעסטוראנטן?
שלשלת = מ'דארף דרייען, דרייען, און נאכאמאל דרייען
ווי האט יענער געזאגט, על שלשה דברים העולם עומד - די וועלט שטייט אויף דרייען
שלשלת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 296
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 29, 2013 4:17 pm
האט שוין געלייקט: 79 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 203 מאל

הודעהדורך שעפטל » דינסטאג יוני 11, 2013 10:31 pm

ניו יארקע ספראווען זיך לעצטענס מיט דעם נייעם און גאר סאפיסטאקירטן פראבלעם, נעמליך, די נייע איינגעשטעלטע סיסטעם פונעם אמערזשענסי ליניע. אין די וואכן זינט אינסטאלירן דעם אכט-און-אכציג מיליאון טאללער'דיגן סיסטעם, האט דאס מערערע פארשפעטונגען, לעצטענס אזוי לאנג ווי פונף שעה שפעט. "דילעיס איז א גוט גייענדע ארטיקל, מ'צאל אסאך דערפאר" זאגט קאמישאנער קעלי. "ניו יארק פארמאגט פון די העכסט סאפיסטעקירטע דילעיס".

איינוואוינער אין קאני איילענד האבן זיך פאראייניגט מיטצוהאלטן דעם היסטארישן עפענונג פון זייער שפאגל נייעם 'ראולער-קאוסטער'. די ביז איצטיגע ראולער קאוסטער אין לאנג איילענג איז געעפענט געווארן איבער ניינציג יאר צוריק. די נייע שטעלט זיך פאר צו זיין גאר מער פארגעשריטן. פארנדיג פולפאכיג שנעלער, און ס'וועט זיך ציען איבער צוויי טויזענט פיס לאנג. ס'איז אומקלאר אונטער וועלכע נאמען די ראולער-קאוסטער איז גערופן געווארן. אבער א גוטע רייד האט דאס זיכער געגעבן.

א דריי-און-פופציג יעריגער איז ארעסטירט געווארן אין מאונט-פלאזענט ניו יארק, נאכן געפינען ביי אים אין בעיסמענט א אנגעפולטע שטאק מיט פייער קרעקערס. "דאס איז איבער געניג אויפרייס מאטריאל פון די סארט וואס פארברעכער ניצן היינטיגע צייטן" זאגט א אפיציר. דער מאן ווערט אנגעקלאגט אויף קרימינאלע קלאגעס פארן האבן אין באזיץ די אויפרייס מאטריאל. אויף בלומבערג איז קענטליך די שמייכל פון זיך האלטן שטארק און נישט אפרופן די מעריטאן.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'קמח קרעקערס'. לאזן אייער מאגן פרובירן אונזער מאגערן סאפיסטאקירטן קרעקער, אייער מאגן וועט אייך זאגן אז מיר פארמאגן נישט קיין דילעיס.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3443
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3450 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3371 מאל

הודעהדורך שעפטל » מיטוואך יוני 12, 2013 10:39 pm

ערוויילטע אין ניו יארק האבן אריינגעגעבן זייער שטימע צו אויפלעזן די פאנזי שווינדלעריי מיט די דרייצן טויזענט פארקינג-פישקעס. די שטימע שטעלט פאר, אז די פישקע'ס זאלן זיך אויסלעשן ווען די פארקינג איז סוספענדירט, און ווען די פישקע איז אויסגעלאפן פון פאפיר. "ביז איצט האבן מאטאריסטן אריינגעלייגט געלט אן באקומען א רעסיט" זאגט קאנסול ספיקער קריסטי קווין. "די פענסיל שרייבעריי אויף ארענדזשע פאפיר איז פול ביליגער".

צוויי פענסטער-וואשער זענען געראטעוועט געווארן נאך וואס די סקעפולדס אויף וואס זיי זענען געשטאנען איז צוזאמגעפאלן. זיי זענען געבליבן פארכאפט הענגענדיג איבער א שטונדע ביים פונף-און-פערציגסטן שטאק העכער די גאסן אין מידטאון מענהעטען. די פייער דעפארטמענט האט אויפגעשניטן די וואנט דערנעבן, און זיי אריינגעשלעפט אינעם בילדינג. די סקעפולדס אייגנטומער זאגט אז ס'וואלט געווען גרינגער צו וואשן די פענסטער אינעם בילדינג, און זיך באנוצן מיט די סקעפולדס בלויז אויסצודרייען דעם אפגעוואשענעם פענסטער.

טויזענעטער שטאטישע ארבעטער האבן זיך צוזאמגענומען פראטעסטירן פארענט פונעם סיטי האלל, פארלאנגענדיג א העכערונג אינעם געהאלט. די פראטעסט איז צושטאנג געקומען נאך וואס די יוניאן קאנטראקט איז אפגעלאפן, און זייער פארלאנג איז צוריק געוויזן געווארן עטליכע מאל. "די וואס וואוינען אין דעם געגענט וואו מיר ארבעטן, צאלן געניג שטייער" זאגט א פראטעסטירער. בלומבערג זאגט: די ארבעטסלאזע ארבעטסגעבער צאלן אויך מער שטייערן.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'ביק פענסיל קא.' אמאל האבן נאך די קאסעטע ארויסגעבער אונז געשטיצט. אוועק נעמען דעם לעצט פארבליבענעם פענסיל שרייבעריי איז אומדערהערבאר.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3443
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3450 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3371 מאל

הודעהדורך זר זהב » דאנערשטאג יוני 13, 2013 2:49 pm

מארגן זאגט מען א גרויסן ברוך שפטרנו
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4214 מאל

הודעהדורך newkave » דאנערשטאג יוני 13, 2013 3:44 pm

זר זהב האט געשריבן:מארגן זאגט מען א גרויסן ברוך שפטרנו


?
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען...(קרעדיט: היסטאריקער)
אבער א היסטאריקער קען יא פארדרייען...
newkave
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 08, 2013 10:13 am
האט שוין געלייקט: 475 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 145 מאל

הודעהדורך שעפטל » פרייטאג יוני 14, 2013 12:48 am

א צוויי-און-ניינציג יעריגער וואס איז געווארן בארויבט די וואך, האט היינט אנגעהויבן רעדן אינעם שפיטאל נאכן דורכגיין עטליכע אפעראציעס. פאליציי זיכן נאך די פארברעכער וואס האבן אים אפגעווארט אין זיין בילדינג, און געשלאגן מיט א שירעם גענומען זיין געלט. די מעדיקעיט אפיס זאגט אז ווי נאר ער קומט ארויס פון שפיטאל, ווערט ער קוואליפיצירט פאר א דזשאב ביי זיי.

פאר איינע פון די צוויי באנק רויבער איז נישט געגאנגען אזוי גוט נאך וואס ער האט פרובירט צו אריינלויפן אינעם לינקלאן טאנעל. די פארברעכער זענען נאכגעיאגט געווארן דורך פאליציי נאך א רייע באנק רויבערייען אין מידטאון מענהעטען. לויפנדיג די וועג צום לינקלאן טאנעל. די פארט אטארוטי פאליציי האבן אים ארעסטירט. בלומבערג האט אפגעאטעמט נאכן הערן אז ער וועט נישט קענען דורכלויפן דעם טאלל בודקע אומבאצאלט.

פאליציי אין סאפולק קאונטי באווארענען די איינוואוינער נאך וואס א דריי-און-פערציג יעריגע רומענישע רויבער איז ארעסטירט און אנגעקלאגט געווארן פארן גנב'נען איבער צעהן טויזענט דאללער פון די עי-טי-עם מאשינען איבער די קאונטי. ער האט דאס געטוהן דורכן אראפשטעלן א קעמערע אפעראט נעבן די מאשינען. כולל שומרי החומות שיקן ארויס אגענטן ביי זייערע פישקעס.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: די 'שירעם באזאר פאראיין'. א צובראכענע שירעם געזיכט אינעם לינקלאן טאנעל, אויב געפונען, ברענגט דאס צו אונזער לאקאציע אינעם מעדיקעיט אפיס.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3443
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3450 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3371 מאל

הודעהדורך זר זהב » פרייטאג יוני 14, 2013 6:08 am

newkave האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:מארגן זאגט מען א גרויסן ברוך שפטרנו


?

http://www.cbsnews.com/8301-202_162-575 ... -election/
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4214 מאל

הודעהדורך boxcover » זונטאג יוני 16, 2013 5:51 pm

זר זהב האט געשריבן:גייט ער חתונה האבן מיט אים?

די ווידיא איז גע'דאקטאר'ד. די איין-מאל'יגע קיש, איז איבערגעשפיעלט דריי מאל.
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 2557 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 415 מאל

הודעהדורך זר זהב » זונטאג יוני 16, 2013 6:10 pm

אבוויעסלי
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4214 מאל

הודעהדורך שעפטל » מאנטאג יוני 17, 2013 12:59 am

א פונף אלארעם פייער האט אויסגעבראכן אין א בילדינג אין אליזיבעט ניו גערסי. איינער איז דערהארגעט געווארן און עטליכע זענען פארוואונדעט געווארן, צווישן זיי א זעכציג יעריגס וואס איז ארויסגעשפרינגען פון פענסטער. ס'האט געדויערט פיר שעה פאר הונדערט פייערלעשער צו פרובירן, ביז די פייער האט זיך אפגעשטילט ווען די בילדינג איז צוזאמגעפאלן. 'פענסטער-וואשער' זענען ארויסגערופן געווארן צו ראטעווען דעם סיטואציע.

א לאך האט זיך צועפענט אינעם וואנט פון א פייער סטאנציע אין יאנקערס, נאך וואס א קאר איז איינגעפארן מיט א קראפט. דער דרייווער איז דערהארגעט געווארן. קיינער אויסער אים האט זיך נישט געפונען אינעם קאר. שכינים דערנעבן זאגן אז זיי האבן געהערט א שטארקן גרידער, ווען זיי האבן דערנאך געזעהן דעם צוקוועטשטן קאר ביים וואנט. "מ'וועט איינטיילן אלע וויכטיגע לייט אובאכט צו געבן דורכאויס די נאכט" זאגט די פייער טשיף. "איך וועל שוין אויפזיין א גאנצע נאכט" זאגט א וויכטיג מאכער.

פאליציי אין ברוקלין זיכן נאך א פארברעכער וואס האט געשאסן עטליכע געשעפטן אין די בעד-סטיי געגענט דעם וויקענד. די געשעפטן זענען שוין געווען געשפארט אין די צייט ווען ער האט געשאסן אויף די פענסטער אינדרויסן בעפארן אנטלויפן. קיינער איז נישט פארוואנדעט געווארן. די פארברעכער זאגט אז זעענדיג א 'פעינט' שילד העכערן געשעפט, האט ער געמיינט אז דאס איז א פעינט-באלל-שאאטינג ארט.

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'לי-עוו-פאוטא'. פענסטער-וואשער געזיכט נאך א ביפער שאאטינג, איבערלאזנדיג א וואך_נאכט ארט.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3443
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3450 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3371 מאל

הודעהדורך למדן » מאנטאג יוני 17, 2013 2:55 pm

boxcover האט געשריבן: די ווידיא איז גע'דאקטאר'ד. די איין-מאל'יגע קיש, איז איבערגעשפיעלט דריי מאל.


אויך איבער גענוג
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 6:40 pm
האט שוין געלייקט: 142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

הודעהדורך זר זהב » דינסטאג יוני 18, 2013 10:12 pm

ראולינג סטאון דזשורנאליסט מייקעל העסטינגס איז אומגעקומען אין א קאר עקסידענט היינט אין LA

http://www.usatoday.com/story/news/nati ... t/2436549/
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4214 מאל

הודעהדורך שעפטל » דינסטאג יוני 18, 2013 10:28 pm

ניו יארק סיטי האט ארויסגעשטעלט זייער פארגרעסערטן פארפלייצונג זאנע, אריין נעמענדיג פרישע זעקס-הונדערט-טויזענט איינוואוינער וואס וועלן ברויכן אקוואטירט ווערן אין פאל פון א שטורעם. די סיטי ארבעט שוין זינט סענדי דאס צו פארגרעסערן, צולייגנדיג נאך געגענטער וואס האבן געליטן דאס מאל. אצינד געפונען זיך זיבן-און-דרייסיג פראצענט ניו יארקע. וואס איז דריי-מיליאון הייזער אינעם זאנע. שכינים פרעגן: פארוואס קען מען נישט מאכן דעם זאנע אויף א פלאץ וואו קיינער וואוינט נישט?!

א מאן איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל נאך א שטעכעריי אין טיימס סקווער היינט נאכמיטאג. דורכגייער זאגן אז די צוויי -ביידע אין די פערציגערס- האבן געהאט א ווערטער אויסטויש, בעפאר ער איז געשטאכן געווארן. דער מאן געפינט זיך אין א סטאבעלירטן צושטאנד אין שפיטאל. דער צווייטער האט זיך אויסגעמישט מיט די מאסן בעפאר פאליציי איז אנגעקומען צום סצענע. אלאמירטע אפיצירן לייגן דאס אן אויפן נייעם סיסטעם.

פייערלעשער אין קווינס האבן געארבעט צוויי אהאלב שעה ארויסצוראטעווען א קאנסטראקציע ארבעטער וואס איז אריינגעפאלן אין זימפ. 'מארקאו קאסטילאו' דרייסיג, איז אראפגעשפרינגען פונעם ערשטן שטאק, ווען די האלץ אונטער אים האט זיך צושפאלטן, אריינשלעפנדיג אים אין א מאראסט ביזן אקסלען. קאסטילאו זאגט אז בעפארן שפרינג איז נאך געווען בעפארן אויסברייטערן דעם פארפלייצונג זאנע...

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'בעקיארד סעיל'. קויפט א שיף, און זייט אפגעזונדערט פון אלע זאנע'ס אין פאל פון א שטורעם.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3443
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3450 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3371 מאל

הודעהדורך שלשלת » מיטוואך יוני 19, 2013 2:00 am

דער פארשטארבענער געוועזענער ניו יארק מעיאר, עד קאטש, איז פריש ערשינען היינט אין די נייעס.
עס שטעלט זיך ארויס, אז די ענגרעיווער פון זיין מצבה, האט געמאכט א פארדריסליכע טעות, ביים קריצן זיין געבורט-טאג, און אנשטאט די יאר 1924 שטייט איינגעקריצט אויף זיין שטיין 1942.
די גאנצע מצבה מיט איר פולע נוסח וואס איז געשריבן געווארן דורך קאטש זעלבסט, איז שוין געשטאנען במקום קבורתו עטליכע יאר איידער ער איז געשטארבן. עס האט בלויז געפעלט איין שורה, ווי עס האט געזאלט אריינגעקירצט ווערן די דאטוסם פון זיין געבורט און פון זיין יום המיתה.... און דאן איז געשען די פאנטשער.
די קאמפאני האט זיך אנטשולדיגט פאר די טעות, און האט זיך אונטערגענומען עס צו פאררעכטן בקרוב ממש.
בייגעלייגטע פיילס
koch.jpg
koch.jpg (39.77 KiB) געזען געווארן 3260 מאל
שלשלת = מ'דארף דרייען, דרייען, און נאכאמאל דרייען
ווי האט יענער געזאגט, על שלשה דברים העולם עומד - די וועלט שטייט אויף דרייען
שלשלת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 296
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 29, 2013 4:17 pm
האט שוין געלייקט: 79 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 203 מאל

הודעהדורך שלשלת » מיטוואך יוני 19, 2013 3:02 am

אין א צווייטע נייעס פון בית הקברות ארויס, איז א קאר אין בראנקס אריינגעפארן אין א ליידיגע פריש אויפגעגרובענע קבר. די 35'יעריגע פרוי-דרייווער האט פראבירט צו טענה'ן אז זי האט געמאכט א טעות, און אנשטאט זיך איינדרייען צו א דרייוו-וועי, האט זי אריינגעפירט די קאר אינעם לאך. מען האט אבער נישט געדארפט זיין צו א גרויסע מומחה צו אנערקענען תיכף, אז די אורזאך פונעם עקסידענט איז פשוט און פראסט, אז זי האט האט געדרייווט די קאר, אונטער א שטארקע אלקאהאל איינפלוס. ארויסקומענדיגע פונעם אויטא האט זי ניטאמאל געקענט שטיין געהעריג אויף די פוס מחמת שיכרות. איר אלקאהאל מאס איז געווען מער ווי דריי מאל אזויפיל ווי דער ערלויבטער מאס.
שלשלת = מ'דארף דרייען, דרייען, און נאכאמאל דרייען
ווי האט יענער געזאגט, על שלשה דברים העולם עומד - די וועלט שטייט אויף דרייען
שלשלת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 296
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 29, 2013 4:17 pm
האט שוין געלייקט: 79 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 203 מאל

הודעהדורך שלשלת » דינסטאג יוני 25, 2013 3:08 am

אין א פרעצענדענטלאזע פרואוו צו פארמיידן פון ווערן ארעסטירט דורך פאליציי, האט א שווער פארדראגטע פארשוין אין קאליפארניע געמאכט פליטה, און אריינגעלאפן אינעם דערבייאיגן אשען וואסערן.
מיט בלויזע אונטערוועש, האט דער 46 יעריגער מאן פארברענגט זיבן שעה אינעם וואסער, סטראשענדיג די פאליציי און אנדערע הילפס אגענטורן אז ער וועט זיך נעמן דאס לעבן, אויב מען וועט זיך פראבירן צו דערנענטערן צו איהם.
עס האט זיך אנגעהויבן זונטאג פאר 10 אזייגער, און דורכאויס די גאנצע נאכט האט מען געהאלטן א וואכזאם אויג אויף איהם דורך פארשידענע פאליצייאישע אפטיילונגען, קאוסט גארד, נעיווי שאור פאטראל, לייף-גארדס, העליקאפטערס פון דער הייעך, אונטערוואסער שווימער, אד"ג.
ערשט 5:30 פארטאגס האט מען באוויזן איהם צו ארעסטירן און אפפירן אין שפיטאל פאר אונטערזוכונג.
בייגעלייגטע פיילס
ocean 1.jpg
יורדי הים
ocean 1.jpg (51.42 KiB) געזען געווארן 3214 מאל
שלשלת = מ'דארף דרייען, דרייען, און נאכאמאל דרייען
ווי האט יענער געזאגט, על שלשה דברים העולם עומד - די וועלט שטייט אויף דרייען
שלשלת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 296
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 29, 2013 4:17 pm
האט שוין געלייקט: 79 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 203 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג יוני 25, 2013 10:24 am

אנבעליוועבל וויפיל שטייער צאלער געלט איז פארשווענדעט געווארן פאר די וויכטיגע מיסיע.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15316
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18567 מאל

הודעהדורך זר זהב » מיטוואך יוני 26, 2013 12:06 pm

In 2009, Ed Snowden said leakers “should be shot.” Then he became one

http://arstechnica.com/tech-policy/2013 ... ecame-one/
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4214 מאל

הודעהדורך מאיר_וואלף » מיטוואך יוני 26, 2013 3:19 pm

דו סופרים קארט האט היינט מתיר געווען צו פאר-עמטליכן תועבה, עס פעלט שוין נישט אויס רבנים זאלען מתיר זיין צו וואוינען מוט אן אשת איש
מאיר_וואלף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 273
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 29, 2012 2:19 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

הודעהדורך שעפטל » דאנערשטאג יוני 27, 2013 12:49 am

אטוריטעטן אין לאנג איילענד האבן איבערגעפרישט די זיך אקציע, און ארויסגעלייגט א זיבן-און-צוואנציג טויזענט דאללער באלוינונג פאר דער וואס פירט צום ארעסט פונעם פארשוין וואס האט ארויסגעווארפן א הינטל פונעם פענסטער אויפן שאסיי. פאמיליע מיטגליד פונעם הינטל זאגט: זאל מען זיכן א קאר וואס פארמאגט דעם שטריק פונעם האלז. אבער פאליציי זאגט: העט ער ווען געווען צוגעבינדן, וואלט ער געבליבן הענגן אינדרויסן פונעם קאר.

א אכצן יעריגער אין לאנג איילענד האט זיך דערקלערט שולדיג אין קלאגעס מיטן וועלן ארויסהעלפן על-קאידא. ער איז געבינדן און ארעסטירט געווארן אין קענעדי לופטפעלד, גרייטנדיג זיך צו פארן אויספירן זיינע פלענער. זיינע לויערס זאגן אז ער האט זיך שוין דערקלערט שולדיג אום פעברואר, ס'איז נאר היינט ארויסגעגעבן געווארן. על-קאידא וואונדערט זיך וואס ער האט געזיכט אויפן פליגער. זייער באזע איז סטאנצירט אין וואסער.

די עלטער באבע פונעם פיר יעריג קינד וואס איז אומגעקומען אין א עקסידענט, איז היינט ארויסגעקומען פון שפיטאל. די עקסידענט איז נאך אין די טינט פון די צייטונגען, זייענדיג אין צייט וואס ס'האט געדויערט אכט מינוט ביז די ערשטע הילף איז אנגעקומען. די פאמיליע קלאגט די סיטי מיט צוואנציג מיליאון טאללער, זאגנדיג אז ס'קינד וואלט דאס איבערגעלעבט אויב מ'לאזט נישט ווארטן אזוי לאנג. די עלטער באבע איז רואיג אז ס'האט זיך נישט אויסגעשטעלט פארקערט. העט זי ווען סיי נישט געלעבט און סיי נישט געמאכט די געלט. אזוי מאכט זי נאר נישט די געלט..

די היינטיגע נייעס איז געספאנסערד דורך: 'דפוס הספר'. מיט שטריק בינדט מען ספרים. מיט שטריק ארעסטירט מען. מיט שטריק שלעפט מען הינטלעך. און מיט שטריק הענגט מען סיינס.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3443
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3450 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3371 מאל

הודעהדורך boxcover » דאנערשטאג יוני 27, 2013 8:37 am

זר זהב האט געשריבן:In 2009, Ed Snowden said leakers “should be shot.” Then he became one

http://arstechnica.com/tech-policy/2013 ... ecame-one/

שוין דא אן אשכול פאר דעם.
באניצער אוואטאר
boxcover
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:33 am
האט שוין געלייקט: 2557 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 415 מאל

הודעהדורך זר זהב » דאנערשטאג יוני 27, 2013 9:02 am

יענץ איז מער אן אפיניאן אשכול פון א לץ אדער א בארירטן.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4214 מאל

"טשיקאווע נייעס"...

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך יולי 03, 2013 11:13 pm

א וואנזיניגער מאן פון ניו יארק איז געווען אויסגעהונגערט פאר א ציגארעטל, און דאס איז געווען בשעת'ן פליען אויף א עראפלאן פון לאס וועגאס צו טשערלאט. ער האט זיך נישט געקענט צוריקהאלטן, נאר האט ארויסגענומען זיין לייטער (Lighter) און פרובירט אנצינדן א ציגאר. און נישט נאר דאס, נאר ער האט פרובירט צו עפענען די טיר פונעם פליגער אינמיטן פליען! און דער עראפלאן איז געווען געצווינגען צו מאכן אן עמערזשענסי לאנדינג.

שפעטער איז דער צערידערטער ווידעראמאל געפלויגן אויף א צווייטן פליגער קיין שיקאגא, און געטוהן דאס זעלביגע נאכאמאל... און דער עראפלאן האט געמאכט אן עמערזשענסי לאנדינג אין קענסעס סיטי...

http://now.msn.com/unruly-airplane-pass ... d=ansnow11
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15316
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18567 מאל

הודעהדורך ניו יארק » מיטוואך יולי 03, 2013 11:16 pm

מן הסתם איז די מעשה נאכנישט פערטיג, ער גייט עס טון אויפן קומענדיגן פלייט נאכאמאל.
איך בין גערעכט מיט מיין מיינונג? האסט הנאה פון מיין תגובה? גיב א לייק בילד ®
באניצער אוואטאר
ניו יארק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 815
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 2:28 pm
געפינט זיך: נו...? ווי דען אויב נישט אין ניו יארק?
האט שוין געלייקט: 186 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 407 מאל

הודעהדורך זר זהב » מיטוואך יולי 03, 2013 11:23 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:טשיקאווע נייעס

ראנג אשכול אלערט



viewtopic.php?f=3&t=908
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 5:23 am
האט שוין געלייקט: 4426 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4214 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: Google [Bot] און 4 געסט