טשי-קאווע נייעס

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
פעדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
האט שוין געלייקט: 86 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 289 מאל

טשי-קאווע נייעס

שליחה דורך פעדער »

עמיצער א משוגענע גוי האט אצינד געבראכן די ביז איצטיגע רעקארד . ווען ער האט זיך אוועקגעשטעלט און געמאכט א לאאאאנגע גרעפס וואס האט זיך געצויגן 18.1 סעקנט'ס. איבערשטייגנדיג דערמיט די קוואליפיקאציעס וואס פיר אנדערע בעפאר אים האבן שוין ארויסגעוויזן.
ער האט זיך קודם אנגעשאשקעט מיט גאלאנען געזי טרונקען , און זיך אוועקגעשטעלט ביים מייק, מאכנדיג א לאנגע אויסגעצויגענע הויכע דונערדיגע גרעבעכץ, ווי ער האט שפעטער ערקלערט די געוואלדיגע חכמה וואס שטעקט דערין . זאגט ער , אז ער פרובט איינצוהאלטן דאס גאנצע לופט און עס שפעטער ארויסגעבן אויפ'ן איינגעהאלטענמסטן אופן וואס נאר שייך, אבער צונויף קלייבנדיג יעדעס איבעריג שטיקל גאז פון זיינע קישקעס, אבער געבנדיג אכטונג די זעלבע צייט נישט צושנעל ארויסצולאזן די לופט כדי די גרעפס זאל אנהאלטן פאר א שיינע תקופה.

די ארגאנעזירער רופן זיך "די ווארלד בוירפינג פעדערעישן" און האפן מיט די פראקטאצירונגען צו קענען מינמיזירן די סטיגמע וואס מענטשן האבן אויף די דאזיגע וואס גרעפצן אין פובליק. "ס'איז שוין די העכסטע צייט אז א מענטש זאל זיך קענען נאך א גוטן מאלצייט אויפ'ן מאגן, זיך אויפשטעלן און מאכן א הויכע קלארע רעבישע גרעפס,מיט ענטוזיאזם און דרייסט, און ער זאל נאך באקומען א קאמפלימענט ס'ארא שיינע גרעבעכץ ער האט פארפאסט.
אזעלכע 'פארגרעבטע' צופרעסענע גוים!!!

א קליפ פונעם לאאאאאאאאאאנגן גרעפץ

דער אשכול פארמאגט 96 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר