
די רויטע טעפיך



שושן פורים האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:מאטל שניידער האט געשריבן:ר' בערל די פראבלעם איז אז מ'האט באגראבן דעם בית מדרש הגדול, די סדר העולם אז אז נאך א שטיקל צייט וואס מבאגראבט א קערל הייבט עס אן ארויסצוגעבן פירות...
מאטל דער שניידער: יא. ס'געט ארויס פירות. פירות באושים. נישט אויף דעים האטציך דער צדיק קדוש וטהור מ'טאש זי"ע געמוטשעט און געפלאגט צו האבן א שטעיטל אז ס'זאלל דארט זיין פירוד לבבות, מחלוקת און קאנספיראציעס. און מ'זאלל נישט מקבל מרות זיין פון זיין יורש עפ"י תורה וואס איז גאר א חשוב'ער איד,, וואס פרובירט צו גיין אין די דרכים פון זיין גרויסן און הייליגן טאטן זי"ע ועכי"א...!
ערעב בערל, איר זענט זיך סותר מיניה וביה, דאס אז טאהשע רבי האט נישט געוואלט פירוד לבבות און דאס דאס אז ער האט געוואלט יעדער זאל מקבל מרות זיין פון בנו גייט נישט צוזאמען הגם ער האט געהאט אלע רעכטן אזוי צו וועלן.
נישט ח"ו מדמה צו זיין אבער קורח האט אויך נישט געוואלט קיין פירוד לבבות נאר אז גאנץ כלל ישראל זאל זיך אונטערווארפן אונטער איהם כאיש אחד בלב אחד, אייסיס וויל אויך ח"ו נישט קיין שנאת אחים נאר אז יעדער זאל זיך אונטערווארפן בחפץ לב אונטער באגדאדי'נען, וכהנה וכהנה.
פירוד לבבות קען מען בלויז בייקומען מיט שמוע בין אחיכם און נישט דורך פארלאנגען שתשמעו כל אחד לקול אחיך הגדול
גיי ווייטער דא:berlbalaguleh האט געשריבן:מאטל שניידער האט געשריבן:די אשכול איז געווידמעט פאר נייעס ביטע פירט אריבער פאליטישע דיסקוסיעס אין צימעס
מאטל שניידער: ייש"כ. מהאי טעמא פיהר איך נישט ווייטער דעם ויכוח מיט מיסטער שושן פורים...!
מאטל שניידער האט געשריבן:ר' בערל די מעשה איז אין כאן קרח ואין כאן משה רבינו, די וואס דו רופסט די העצערס האט זיך נאך אנגעהויבן בחייו פונ'ם אלטן רבי'ן זי"ע, און דאס איז געווען צוליב די פיר הייליגע אותיות געל"ט, ממילא איז נישטא דא קיין מערכה צווישן די קדושה און טומאה, חסידים און מתנגדים, קיען און העצערס, ארנטליכע און אויסווארפן, בסך הכל איז דאס א מחלוקת וואס האט זיך אנגעהויבן איבער שררה אין געל"ט, און צ. ב. דאס אז אז עפענט זיך א ברסלב ביהמ"ד איז פירות הנושרים, איינמאל ס'איז שוין דא א קומץ אנפייפערס וואס טוט אינדערערד לייגן קאמוניזם כאפט מען זיך מיט מיט'ן וואגן.
און דאס וואס דו זאגסט מוף קיין מאנטריאל... פארוואס זאל ער? ער איז געבוירן אין טאהש, זיין שווער וואוינט אין טאהש, זיין טאטע וואוינט אין טאהש, ער גליכענט זייער דאס פלאץ, הי קאלדנט קעיר לעסס, יא קאנאדע איז דעמאקראטיש, מען קען נישט סתם אזוי פארשיקן מענטשן אדער פארברענען הייזער, וועט ער בלייבן ווי ער איז, דאווענען ווי ער וויל, צו ס'איז תחת פיקוחו אדער נישט גייט אים גאנץ ווייניג אן,
אין די דעמאקראטישע וועלט איז פארשטענדליך אז שררה איבער א שטעטל איז נישט א זאך וואס קען גיין בירושה פון טאטע צו זון, פונקט אזוי ווי ס'דא וואלן אין די אלגעמיינע וועלט. דער מייסד פונ'ם שטעטל האט געדארפט האבן גרויס סיעתא דשמיא און ער האט געהאט א קלארע וויזיע, איינמאל ער איז נישטא און זיין וויזיע איז מער נישטא, און די גאנצע תכלית הבריאה וכל התורה והמצוות בלייבט נאר די פיר הייליגע אותיות דארף מען גרויס רחמי שמים אז ס'זאל אנהאלטן כרצונו של אותו צדיק.