מעשים טובים פון אונזערע מנהיגים

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 972 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1110 מאל

מעשים טובים פון אונזערע מנהיגים

שליחה דורך ראש הישיבה »

[justify]איך הייב יעצט אהן אן אשכול וואס וועט האפנטלעך זיך ערווארבן צו א לענגערע אשכול. די נושא איז מעשים טובים פון אונזערע מנהיגים. דהיינו אז עס מאכט זיך אז מער זעהן א שיינע זאך אדער הנהגה אויף א מנהיג דהיינו ער האט געטוהן א זאך וואס געווענטליך פאסירט נישט, ווי זיך גערעכנט מיט א צווייטע אדער זיך אוועקגעגעבן פאר צווייטע. די סיבה וואס ברענגט מיר צו מאכן דעם אשכול איז צוליב דעם וואס גאר אסאך מאל טוהן אונז (לייען מיך) ברעדן א מנהיג אז ער האט געטוהן דער עוולה אדער יענער עוולה. דאס פארבלענד אונזער אויגן און באלאנס אז מיר קענען נישט זעהן אז יענער טוהט אויך גוטע זאכן. עס קען גאר זיין אז ווען מיר וועלן שוקל זיין די גוטע מיט שלעכטע זאכן וועלן מיר זעהן אז מרובים מעשיהם הטובים. ולכן האב איך אהנגעהויבן דעם אשכול.

אלס אן הקדמה ברענג איך וואס איך האב געלייענט אין א ספר שלום אהלך וואס איז אויף עניני שלום בית. פונקטט געזעהן דעם ספר אין א שוהל. איך ווייס נישט צו עס איז גוט אדער נישט, אבער איך האב געזעהן דארטן א זאך בשעת איך האב געבלעטערט. זאגט ער אזוי: 'השונא הכי גדול של האדם הוא המחשבות של שנאה שיש לו על השני'. דער טעם איז ווייל די מחשבות שנאה מאכן אז ער זאל נישט קענען זעהן קיין שום גוטס אויף יענעם, ער האט שוין א שווארצע ליילעך אויף יענעם און ממילא דמיון'ט ער אז יענער טוהט נאר שלעכטס אז אפילו א גוטע זאך וועט ער אויסטייטשן אויף שלעכטס.

איך באשטים דעם אשכול פאר מנהיגי ציבור אינדלאדינג רבי'ס רבנים דיינים ראשי קהילה און עני פאבליק מענטש.

איך וועל לייגן צוויי מעשיות כדי ממני ילמדו אויף וואס מיין כוונה דא איז.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר