"מאנטריאל'ע נייעס"
הכנסת אורחים אויפען 87 צוריק געפענט,
זר זהב האט געשריבן:דאס איז מאנטרילע נייעס ?
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:פארוואס זאל איינער וואוינען דארט אין אזא קאלטע פראנצויזישע דרעקישע שטאט וועל איך קיינמאל נישט משיג זיין
דער (פינטעל) איד האט געשריבן:אנטשולדיגט. דאס פארקערטע פון מאנטריאל איז נישט וויליאמסבורג , כהאב נישט געזאגט אז וויליאמסבורג איז יא אזוי גוט. סדא מאנסי מאנרא לעיקוואד לאנדאן. אבער עם כל זה איז מאנטריאל גאר ערגער פון וויליאמסבורג. און מאנטריאל איז רענט נישט ביליגער כמעט! און שנייט א גאנץ ווינטער. א רעלאטיוו קליינער היימישע עולם. וויליאמסבורג האסטע כאטש א לעבעדיגע שטאט
יואב האט געשריבן:דער (פינטעל) איד האט געשריבן:אנטשולדיגט. דאס פארקערטע פון מאנטריאל איז נישט וויליאמסבורג , כהאב נישט געזאגט אז וויליאמסבורג איז יא אזוי גוט. סדא מאנסי מאנרא לעיקוואד לאנדאן. אבער עם כל זה איז מאנטריאל גאר ערגער פון וויליאמסבורג. און מאנטריאל איז רענט נישט ביליגער כמעט! און שנייט א גאנץ ווינטער. א רעלאטיוו קליינער היימישע עולם. וויליאמסבורג האסטע כאטש א לעבעדיגע שטאט
ביזט גערעכט אז וויליאמסבורג איז נישט די פארקערטע פון מאנטריאל. אבער מאנסי מאנרוי זענען נאר בעסער אין געציילטע הינזיכטן. לעיקוואד איז עטוואס בעסער, און לאנדאן? הממ.
רענט איז יא ביליגער, און מארטגעדשעס קען מען קריגן סאך גרינגער און ביליגער אין מאנטריאל.
א רעלאטיוו קליינע היימישען עולם? נאך א מעלה צו בעפארצוגן א לעבן אין מאנטריאל.
שניי? איך זאג דיך דו מאכסט דאס מער ווי ס'איז. אין מאנסי לעקט מען נישט קיין האניג ווינטער, און אין מאנטריאל איז מען נישט איינגעשפארט אינדערהיים א גאנץ ווינטער.
וויליאמסבורג א לעבעדיגע שטאט מיינסטו די פייער טראקס וועלעכע לעכערן די אויערן פיר און צוואנציג שעה, די (נישט) פארקינג, אדער די פראטעסטן,מחאות, פאשקעווילן און שיסערייען?