יהא זכרי ברוך

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

יהא זכרי ברוך

הודעהדורך חקרן » מיטוואך יולי 29, 2015 1:37 am

איך פלאן נישט צו שטארבן אין די נאנטע צוקונפט, איך קוק נאך פאר א לעבן פאר מיר ומי יתן אז איך זאל נאך קענען מתקן זיין אויף דעם עולם אלעס וואס איך דארף און ארויפקומען לעולם האמת ווי א מענטש, גרייט אריינצוגיין אין עולם שכולו טוב, און איך האף אויך, אז דאס וואס איך דארף נאך מתקן זיין אויף די וועלט, זאל זיין מיט א זיסקייט און געשמאק, נישט דארפן אפקומען - בקיצור; איך בעט אז עס זאל מיר גיין גוט און געשמאק אויף די וועלט און אויף יענע וועלט - איך זאל זוכה זיין צו האקן א לעבן אויף ביידע וועלטן - אויף ביידע באקן, און שפירן א טעם אין רוחניות'דיגן לעבן און אין גשמיות'דיגן לעבן.

איך ווייס אויך, אז די אלע וואס זענען געגאנגען אינעם 'יהא זכרו ברוך' אשכול, האבן אויך נישט געפלאנט צו גיין, אבער זענען פארט יא געגאנגען 'בעתם' אדער ב'אחישנה', און דעריבער קען איך אויך נישט וויסן וואס דער מארגן וועט ברענגען. עס קען זיין אז דאס אליין וואלט געווען גענוג גוטע סיבה צו עפענען דעם אשכול, אבער נישט דאס ממש איז מיין מטרה.

איך בין מתפלל אויף מיר 'יהי זכרי ברוך', נישט נאר נאכן שטארבן - נאר אפילו נאך אין לעבן! ווער זאגט אז מען דארף דוקא שטארבן אז עס זאל זיין א 'יהי זכרו ברוך'? - איך מאך ביים לעבן א 'יהי זכרי ברוך' אשכול, וואו איך בעט אז מיין געדענקעניש זאל זיין געבענטשט. איך האף און שטרעב אז אלע מיינע זעהער זאלן זען אין מיר נאר גוטס, איך זאל נושא חן זיין אין די אויגן פון אנדערע מענטשן, מענטשן זאלן מיר גלייכן און שטענדיג האבן נאר א גוט ווארט אויף מיר צו זאגן. מענטשן זאלן מיר בענטשן, פארגינען און מיר שטענדיג געדענקען צום גוטן.
אין אנדערע ווערטער: יהי-זכרי-ברוך!

איך וועל נעמען די געלעגנהייט אצינד און אויסדרוקן מיין וואונטש, אז טאמער עס פאסירט חלילה עפעס מיט מיר, בלא עת, אז די הנהלה זאל פארמעקן אלע מיינע ניקס (די הנהלה קען מסתמא וויסן וועלכע נאך ניקס איך פארמאג, טראצדעם וואס איך שרייב קוים מיט זיי), ווי אויך זאל מען פארמעקן אלע מיינע געשרייבעכצער. יא, איך ווייס אז עס איז נישט קיין גרינגע בקשה, אבער דאס איז מיין צוואה - מ'זאל פארברענען אלע מיינע חידושים, אזוי ווי די גרויסע צדיקים האבן באפוילן בימיהם. אויף מיין לויה לאז איך דירעקט יא האלטן הספדים, אבער נאר דורך מענטשן וואס האבן מיר באמת געקענט און מיט א תנאי אז זיי מיינען ערנסט וואס זיי זאגן.

פאר די משפחה מיינע לאז איך א בקשה: מען זאל פארמעקן אלע מיינע אקאונטס, אימעיל וכדו', דאן זאל מען פארברענען אלע מיינע טעכנעלאגישע כלים און אלעס וואס געפינט זיך אין איר, מען זאל אפילו נישט אריינקוקן דערין און נישט סעיוון גארנישט, נאר גלאט אזוי פארברענען. אויב וויל מען געבן א נאמען נאך מיר, זאל מען צוגעבן א נאמען, פאר דעם ארגינעלן נאמען, און רופן דעם קינד מיט ביידע נעמען.

פאר כלל ישראל וויל איך בעטן: איך האב נישט קיין לייף-אינשורנס ווי אויך בין איך נישט קיין חבר אין ערבים (לעת עתה). אויב עפעס פאסירט חלילה מיט מיר, זאל מען זען ארויסצוהעלפן דער מצב אין שטוב, פיזיש, אמונאציעל, ווי אויך פינאנציעל, יותר מכפי היכולת פון וויפיל מען קען. און איך זאג צו מיט מיינע גרויסע כוחות וואס איך פארמאג, אז יעדער וואס וועט זיך אנשטרענגען מיט א סכום וואס ער שפירט אז עס איז מער פון וואס ער קען געבן, אז איך וועל פערזענליך שתדל'ן ביי מיינע גרויסע זיידעס און ביים בית-דין-של-מעלה און איך זאג צו פאר יענעם, אז ער וועט נישט דערלייגן דערפון - פארקערט; אויב עפעס, וועט ער נאר פארדינען דערפון. די הבטחה קומט מיט עטליכע תנאים: א. איך זאג פון פאראויס, אז דעם ערשטן יאר וועל איך גארנישט קענען פועל זיין, אבער איך וועל געדענקען יעדן איינעם און ביים צווייטן יאר וועל איך אויספילן מיין חוב פאר ווער עס האט זיך אנגעשטרענגט. ב. די הבטחה איז גילטיק בלויז ווילאנג מיין ווייב האט נישט חתונה מיט א צווייטן מאן, ווער עס וועט געבן געלט נאך וואס דאס פאסירט, וועט אוודאי טון א גרויסע מצוה און דער זכות כשלעצמה וועט אים קעגן קומען, אבער די הבטחה זאג איך נישט צו.

נאכאמאל - צוריקצוקומען צום נושא האשכול: איך פלאן נישט צו שטארבן און די מטרה מיט די אשכול איז נישט געווען צו לאזן צוואה (דאס איז געטאן געווארן בדרך אגב, און כ'בין פארפארן מיטן שמועס). די מטרה איז א וואונקל, אז מיין זכר זאל זיין געבענטשט - יהי זכרי ברוך - מען זאל מיר געדענקען צום גוטן.

איך האף און איך גלייב, אז יעדער דא און אויף די גאנצע וועלט, וועט מיר שטענדיג געדענקען צום גוטן.
חקרן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 532
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 920 מאל

הודעהדורך ראש הישיבה » מיטוואך יולי 29, 2015 4:13 pm

איים סארי. אבער דער שטיקל מיט די לייף אינשורענס איז נעסטי און סעלף פיש. אז דו טראכסט יא וועגן די טויט, דעמאלס מאך דיר א לייף אינשורענס און/אדער סיין דיך אויף אויף ערבים. אז דו קערסט נישט וועגן דיינע קינדער דארפו אונז זיך זארגן פאר זיי????????????????????
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 791
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 5:35 pm
האט שוין געלייקט: 1131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1321 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך יולי 29, 2015 4:19 pm

חקרן האט געשריבן:איך וועל נעמען די געלעגנהייט אצינד און אויסדרוקן מיין וואונטש, אז טאמער עס פאסירט חלילה עפעס מיט מיר, בלא עת, אז די הנהלה זאל פארמעקן אלע מיינע ניקס (די הנהלה קען מסתמא וויסן וועלכע נאך ניקס איך פארמאג, טראצדעם וואס איך שרייב קוים מיט זיי), ווי אויך זאל מען פארמעקן אלע מיינע געשרייבעכצער. יא, איך ווייס אז עס איז נישט קיין גרינגע בקשה, אבער דאס איז מיין צוואה - מ'זאל פארברענען אלע מיינע חידושים, אזוי ווי די גרויסע צדיקים האבן באפוילן בימיהם.

איך גלייב די הנהלה האט בעסערע דאגות, און די בקשה וועט אנפארטשונעטלי קיינמאל נישט ערפילט ווערן.
דאס געשריבענע ווארט - איינמאל עס איז ארויסגעזאגט, בלייבט עס. מען קען אביסל מתקן זיין דא און דארט אויב איז עס גאר וויכטיג, אבער דו האסט שוין געעפנט א שיינע צאל אשכולות, וואס טאמער זאל מען פארמעקן דיינע 'חידושים' וועט דער אשכול אויסקוקן ווי א גראבע סענדוויטש מיט כל מיני צוגעהערן, סאלאטן און דיפס אבער עיקר חסר מן הסענדוויטש - דער ראלל :o
טא מאך זיכער אז דו שרייבסט נאר זאכן וואס קען בלייבן א נצחיות, און די רבי'ס וועמען דו באשרייבסט וועלן דיר נישט סוען אויפן עולם העליון, ואם אתה עושה כן אשריך בעוה"ז ובעוה"ב....
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15101
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17808 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18103 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » מיטוואך יולי 29, 2015 4:31 pm

מיטוואך יולי 29 2065.

איך בין דא אויף וואקאציע אויפן לבנה. (כ'בין נישט רייך, כ'האב פשוט געווינען א ראפעל פון באבוב55) און איך טרעף אן דעם אשכול פון 50 יארן צוריק, אין די בראשית יארן פון דעם קאווע רעוועלוציע. קאווע שטיבל איז דעמאלסט געווען אפגעפרעגט ביי טייל. היינט לאכט מען ווען מ'זעהט ווי די וויזיע פון פיאנערן האט אזוי אויפגעבליעט. קאווע איז היינט נישט נאר א פארום, נישט נאר א שטעטל, נאר א ריזיגע דעמאגראפיע פון כלל ישראל פונקט ווי חסידים און מתנגדים.

עכ"פ, איך וואונדער וואס איז געשעהן מיט דעם חקרן, לעבט ער נאך, אדער פועלט ער שוין ישועות בעולם העליון..
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4859
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9819 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9482 מאל

הודעהדורך שמואל פרימו » מיטוואך יולי 29, 2015 4:40 pm

רגע חקרן, פאר דו גייסט...

דו ביסט געשטארבן יונג וועגן מאלעסטעישן? - זאג מיר דעם אמת!
שמואל פרימו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 17, 2015 8:21 pm
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

הודעהדורך היסטאריקער » מיטוואך יולי 29, 2015 5:41 pm

רויטע וואנצעס האט געשריבן:מיטוואך יולי 29 2065.
עכ"פ, איך וואונדער וואס איז געשעהן מיט דעם חקרן, לעבט ער נאך, אדער פועלט ער שוין ישועות בעולם העליון..


האט באזוכט צום לעצט:מיטוואך יולי 29, 2015 4:55 pm
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1000
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 2351 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 439 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » מיטוואך יולי 29, 2015 5:48 pm

:lol:
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4859
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9819 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9482 מאל

הודעהדורך diff » מיטוואך יולי 29, 2015 8:30 pm

נישטא קיין זכות אבות אויף יענער וועלט
אויך מייניך אז דיינע זיידע'ס אליין דארפן זכות אבות
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 298 מאל

הודעהדורך עזריאל » דאנערשטאג יולי 30, 2015 12:27 am

אויב די ביזט פון די מענטאלעטי וואס גלייבט דאס טויט און טראכט שטענדיג דערפון בין איך דיר שוין יעצט מודיע אז ווען די פלאנסט צו טאנצען פון די אכטע שטאק גיי איך דיר געבן א כאפ ביי די שיך און די וועסט בלייבן דא מיט אונז. אויב די ווילסט איך זאל עס נישט טון דאן ענדיג די אשכול מיט די לעווער.
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1587 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1729 מאל


גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט