א טאג פון קלאג פאר אנשי בני הגולה

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

א טאג פון קלאג פאר אנשי בני הגולה

הודעהדורך בעל מדות » פרייטאג אוגוסט 14, 2015 1:53 am

נעמענדיג די פעדער אין האנט אין א טאג וואס די זוהן האט געשיקט טונקעלע שטראלן, אין א צייט וואס ארץ תבל ומלואה איז איינגעהילט אין חשכות, אומעט, קלאג, און פיין, אין שעות וואס די אבות ואמהות קרעכצן מיט מיט כלל ישראל אויף זייערע ביטערע ליידן, אין מאמענטן וואס אלע מלאכים און שרפי מעלה שטייען און קוויטשען מיט באדויער אויף דעם גרויסן אומגליק, אין א געלעגנהייט ווען די אטמאספער שפייעט מיט זודיגע טרערן, איו שעות פון אבלות, ווען כלל ישראל וויינט און טרויערט, כליפעט און האלט נישט אויס דעם הארצווייעדיגע פאטש וואס פראסקעט און זאגט אהן כלל ישראל עטס האטס פארלוירן דעם ליכטיגע אור וואס האט ענק דערהאלטן ביז יעצט.

די וואך איז די וועלט געווארן ארעם און ערשיטערט, ווען די בשורה איבערן פטירה פון איינע פון די גרעסטע מנהיגי וזקני שארית הגולה איז ליידער באקאנט געווארן, מען האט צוגעריסן מיט געוואלד דעם קדוש וטהור האדמו"ר מ'טאהש זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל וועלכע איז געווען די פאסטוך פון יעדע איד נישט קיין חילוק פון וועלכע שיכט אדער קרייז, אן אקסידזשען טאנק וועלכע האט געשענקט לופט פאר זיינע טרייע חסידים וואס זענען געווען צו אים אדוק ומקושר באותות של אהבה.

די טרויעדיגע אנזאג האט צעשאקלט געמיטער, קימענדיג אין פארעם פון א אומגלויבליכע שאק וואס קען זיך נישט גלייבן און וויל נישט פארדייעט ווערן, אידן האבן די צוזאמגעקלאפט די האנט מיט קלעם ווען די הערצער ציפן מיט פיזישע און גייסטישע ווייטאג, די דור האט פארפעלט א הארץ קלאפ, די בני הגולה האבן מיט צער צעריסן די קליידער, געריסן קריעה, און מיט אומבאשרייבליכע קלאג אנגעהויבן לאזן טרערן, ווארימע וואסער וועלכע האבן זיך מצרף געווען אינאיינעם צו א טייך זיכער שפאלטענדיג יעדע טויער מאכנדיג די וועג צום כסא הכבוד.

כלל ישראל איז געווארן פאר'יתום'ט, ווי שוואך און ארעם די דור איז געווען ביז אהער האט זיך א פרישע כוואליע פון זארג אויסגעשפרייט אויף די טויזענטער פריש געווארענע יתומים וועלכע שפייען בלוט און טופענען מיט די פיס נישט קענענדיג שטיין און דערהערן דעם שטארקן זעץ און פארלוסט, עס וועט אלעמאל בלייבן איינגעקריצט אין די הערצער.


אידן זענען אויפגעשטאנען נישט חלומ'נדיג וואספארא שרעקליכע גזירה עס לויערט און שוועבט העכער זיי און זענען ליידער אומגליקלעך געווארן כצאן בלי רועה ווען זייערע לעבנס וועלן שוין קיינמאל נישט זיין די זעלבע.

די בית המדרש וואס האט פאר כמעט א יובל יארן געזאפט קדושה, מיטגעהאלטן שמחות און העכערע מאורעות ווי טישן און תפלות פון דעם צדיק, איז יעצט געשטאנען און אקאמאדירט דעם פארזארגטן ציבור אזש מיטוויינענדיג מיט קולות עד לב השמים.
די גראז, און ביימער, די שטעטל מיט איר קאלירפולע חן, די הייזער וואס דער צדיק האט געבויעט מיט הארץ און איבערגעגעבנקייט, און די גאנצע ערד אונטער איר האט געבאבלט מיט הרגש פרעגנדיג "פארוואס"?

שוין יארן וואס טויזענטער אידן זענען אין א ערשעפנדע קריג מיט די מלאך המוות זיך שלאגנדיג מיט די לעצטע כוחות ווען מען האלט אים צוריק פון אוועקרויבן דעם אוצר מיט הייסע תפלות און קבלות טובות ועכשיו אהההה...דער שלאנג האט באקומען די אויבערהאנט און מיטאמאל אוועקגענימען די חיות פון דעם שוואכן לייב און צוריקגעפירט דעם אויסגעלייטערט הייליג נשמה תחת כסא הכבוד.

כלל ישראל איז אריינגעפאלן אין א שטימונג פון שאק און צובראכנקייט, נישט גלויבנדיג וואס מען הערט דא, עס האט אויסגעזען ווי א בייזע חלום האט פאסירט אין די ווירקליכקייט, עס איז געווען עמאציאנאל און רירנד צו זעהן ווי עלטערע מענטשן שטארקע כאראקטער'ן פלאצן אויס אין יאמערליכע געוויינערייען ווי קינדער פון דריי יאר, עס האט בארירט די סטרונעס צו זעהן ווי א גאנצע עדה אויפאמאל ווערט היסטעריש צושאסן און בארירט ווען זייער קרוין ווערט אפגעטון פון קאפ.

אוי לה לספינה שאבד הקברניטה, וויי צו די שיף וואס האט פארלוירן איר קאפיטאן, די ווייטאג און היסטארישע ענדע פון די ליכטיגע אורות וואס האבן געשיינט פאר 94 יאר זענען אוממעגליך צו פארשטיין און וועלן פארבלייבן אלץ א ריזיגע לאך אין די הארץ פון גאנץ כלל ישראל.

וואס דער צדיק האט אלץ געווידמעט פון זיך פאר אנדערע, וויפיל דער פועל ישועות האט אלץ געדאוונט און איינגעריסן פאר אידישע קינדער, וויפיל מיליאנען דער בעל חסד האט פארטיילט פאר צדקה, וויפיל תורה דער גדול דער האט צוזאם געלערנט, עס איז הימל און ערד און טיפע טרויער, די חסידים פון רבי'ן זענען אנע טרייסט אדער חיזוק וויאזוי אומצוגיין, עס איז צום האפן אז השי"ת זאל געבן די ריכטיגע כוחות.

די רבי זאל פאר אונז בעטן, רבי מיר קענען בשום אופן נישט אהן דיר! זיי מליץ יושר פאר אונז און ברענג די גאולה שלימה.
מ'מאכט זאכן מעגליך.
באניצער אוואטאר
בעל מדות
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 367
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 12:04 am
האט שוין געלייקט: 736 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1924 מאל

הודעהדורך איש עברי » פרייטאג אוגוסט 14, 2015 4:55 am

כלל ישראל איז אין א שלעכטע שטימונג? צובראכן שאקירט? מען קען נישט גלויבן?
אדא הוא דכתיב ווד"פ, עס איז אבסעלוט א אבידה, א טייערע איד, א לעכטיגע מנהיג, אבער צו וואס למען השם נוצן נארישע קלישאות וואס דו אליינס גלייבט נישט דערין, עס איז נפטר געווארן א צדיק וואס איז געווען 94 יאר אלט, די לעצטע צען יאר האט ער נעבעך נישט פונקציאנירט, ער האט אפגעלעבט א שיין לעבן, לאזט נישט איבער קיין קליינע יתומים, זיין פטירה איז געווען העכסט ערווארטעט, עס טוט וויי מען וועט אים מער נישט זען? מסכים, אבער למען השם פארוואס פארוואס אזוי ביליג מאכן דאס געשריבענע ווארט מיט אזאנע נארישע אויסגעדראשענע זאצן.
[איך געב דיר קרעדיט פאר'ן נישט באשייגעצ'ן די זון פאר'ן אויפשיינען די מאגענדיגע אינדערפרי]
באניצער אוואטאר
איש עברי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 790
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:41 pm
האט שוין געלייקט: 1122 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1802 מאל

הודעהדורך שבת אחים » פרייטאג אוגוסט 14, 2015 5:06 am

שלום עליכם @איש עברי
ר׳ מאטעלע זצ״ל פארציילט:

די זיידע איז אייביג געפארן אויפן באן מיט די דריטע קלאס אפילו סאיז ממש געוועהן צושטופט און סאיז נישט געוועהן קיין פלאץ.

ווען מ׳האט אים געפרעגט פארוואס פארט טאקע די רבי אייביג מיט די דריטע קלאס?
האט ער גענטפערט: ״ווייל סאיז נישטא קיין פערטע קלאס״...
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6139
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3581 מאל

הודעהדורך moshav zekeinim » פרייטאג אוגוסט 14, 2015 6:41 am

שלום עליכם איש עברי, איך מיין אז דער וועלט איז מער פאר'יתום'ט געווארן זייט דו האסט אויפגעהערט מפרסם צו זיין דיינע כתבים.

בנוגע וואס דו שרייבסט: לדעתי, עס איז די שטייגער פון מענטשן מעורר צו זיין אבילות דורך פיוטים און פראזן אויף א חשוב'ער פארלוסט. און ווי אויך איז דער שטייגער מגזים צו זיין מיט די צרה אחרונה כאילו עס איז נאך אזיינס נישט געווען. אפשר איז עס דא איבערגעטריבן אבער נאך נישט פארשעמט דאס שריבעריש ווארט.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 3:14 pm
האט שוין געלייקט: 1051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1578 מאל

הודעהדורך אלס ווייסער » פרייטאג אוגוסט 14, 2015 8:05 am

@איש עברי, דו ביסט אפשר גערעכט אז עס איז איבערגעטריבן אבער ער איז גערעכט מיט זיין פוינט אז למעשה איז געבליבן ווייניג (אויב בכלל) אזעלכע יודן בעלי מסירת נפש וואס מען קען באמת זאגן אז ער האט קיין הנאה פון די וועלט נישט געהאט, טאקע נישט געווען די גרעסטע רבי אבער א גרויסע אבידה איז עס
אלס ווייסער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 55
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 08, 2012 12:54 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

Re: א טאג פון קלאג פאר אנשי בני הגולה

הודעהדורך ראשעקאל » פרייטאג אוגוסט 14, 2015 8:33 am

זייער שיין בעל מידות. א שרעקליכע אבידה פאר א דור יתום
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5431 מאל

הודעהדורך וכדומה.. » פרייטאג אוגוסט 14, 2015 8:55 am

@בעל מדות, איטס נייס טו סי יא עגען, וועלקאם בעק.
וכדומה..
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 431
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 8:15 pm
האט שוין געלייקט: 2258 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 729 מאל

הודעהדורך דריידל » פרייטאג אוגוסט 14, 2015 9:01 am

איש עברי האט געשריבן:כלל ישראל איז אין א שלעכטע שטימונג? צובראכן שאקירט? מען קען נישט גלויבן?
אדא הוא דכתיב ווד"פ, עס איז אבסעלוט א אבידה, א טייערע איד, א לעכטיגע מנהיג, אבער צו וואס למען השם נוצן נארישע קלישאות וואס דו אליינס גלייבט נישט דערין, עס איז נפטר געווארן א צדיק וואס איז געווען 94 יאר אלט, די לעצטע צען יאר האט ער נעבעך נישט פונקציאנירט, ער האט אפגעלעבט א שיין לעבן, לאזט נישט איבער קיין קליינע יתומים, זיין פטירה איז געווען העכסט ערווארטעט, עס טוט וויי מען וועט אים מער נישט זען? מסכים, אבער למען השם פארוואס פארוואס אזוי ביליג מאכן דאס געשריבענע ווארט מיט אזאנע נארישע אויסגעדראשענע זאצן.
[איך געב דיר קרעדיט פאר'ן נישט באשייגעצ'ן די זון פאר'ן אויפשיינען די מאגענדיגע אינדערפרי]


עקזעקטלי!

אן ערליכע איד? יא
מתפלל געווען פאר'ן דור? גדולים צדיקים במיתתן
געטרייער פאסטיך? איך פראביר נאך אויסצופיגערן וואספארא השפעה ער האט געהאט אויף מיר

פאר זיינע חסידים איז עס א געוואלדיגע פארלוסט. אבער פאר כלל ישראל איז עולם כמנהגו נוהג
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1143
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 1:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1297 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1369 מאל

Re: א טאג פון קלאג פאר אנשי בני הגולה

הודעהדורך ראשעקאל » פרייטאג אוגוסט 14, 2015 10:06 am

א גרויסע חלק פון כלל ישראל מ'קען זאגן רוב חסידישע אידן האבן געהאלטען טאהשע רבי פאר א צדיק אמת אפילו אויב מ'האט זיך נישט געהאלטען פאר א טאהשע חסיד.
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5431 מאל

הודעהדורך שעפטל » פרייטאג אוגוסט 14, 2015 10:09 am

@בעל מדות הערליך שיין באשריבן, אבער איך וואלט ווען געזאגט אז אדער וואוינסטו ממש אינעם הייליגן שטאט טאהש, אדער ביזסט סתם א שטארקע מעריץ געווען אלע יארן וכדומה...

איף גיי נישט אריינגיין אין די חלק וויאזוי דו הייבסט אן, ווייל דארט רעדסטו פון דיינע זון שטראלן, דיין תבל'ע... איך גלייב אז דו גלייבסט אז אברהם יצחק און יעקב מיט זייערע רביצין'ס האבן באמת געהאט מיטלייד מיט אונזער דור שפל, מלאכים? כ'קען דיר דעס אויך נאכגעבן.. גראדע נאר א חלק כלל ישראל האלט נישט אויס וכו'... וואטעווער..

אבער דא טרייבסטו היפש איבער, סארי!
בעל מדות האט געשריבן:ווען די בשורה איבערן פטירה פון איינע פון די גרעסטע מנהיגי וזקני שארית הגולה איז ליידער באקאנט געווארן, מען האט צוגעריסן מיט געוואלד דעם קדוש וטהור האדמו"ר מ'טאהש זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל וועלכע איז געווען די פאסטוך פון יעדע איד נישט קיין חילוק פון וועלכע שיכט אדער קרייז,.

די טאהש'ע רבי ז"ל איז באמת געווען מסתמה דער זקן שארית הגולה, יא אן אמת'ע ערליכע איד, אן עובד ה' מנעיריו, אבער אים צו באקרוינען אלס פון די גרעסטע מנהיגים? בכלל ער איז געווען א רבי, א פועל ישיעות, אבער מנהיג איז נישט דאס ווארט...
און בכלל, די פאסטוך פון יעדע איד נישט קיין חילוק פון וועלכע שיכט אדער קרייז, דא קומט אריין א ריזיגע פראגע צייכן.... האסט אים יעצט באקרוינט אלס רשכבה"ג ווען ס'זענען דא טויזענטער טויזענטער אידן מסלתה ומשמנה וואס האבן אים קיינמאל נישט געזעהן, קיינמאל נישט עפעס קונה געווען פון אים. ער איז געווען א פאסטוך פאר טויזענטער אידן נישט קיין חילוק פון וועלכע שיכט אדער קרייז

בעל מדות האט געשריבן: די בני הגולה האבן מיט צער צעריסן די קליידער, געריסן קריעה

סתם פאר די דזשאוק... נישט די בני הגולה, נאר אסאך בני הגולה...

אדערווייז ביזסטו געוואלדיג!!! איך גלייך זייער וויאזוי דו לייגסט אראפ דיינע געפילן און די געפילן פון פילע אנדער הונדערטע צו טויזענטע טאהש'ע חסידים, תלמידים ומעריצים.

זאלסטו געטרייסט ווערן ווי עס ברויך צו זיין, און יא זאלסט טרעפן ממלא צו זיין דעם חסרון אין א צווייטע משפיע! כ'ווייס דו זאגסט אז ס'נישט מעגליך, אבער דער פון אויבן זאל העלפן אז זאלסט קענען ווייטער אנגיין.

און האלא, זיי דא מער אפטער...
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3443
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3450 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3365 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » פרייטאג אוגוסט 14, 2015 10:28 am

moshav zekeinim האט געשריבן:שלום עליכם איש עברי, איך מיין אז דער וועלט איז מער פאר'יתום'ט געווארן זייט דו האסט אויפגעהערט מפרסם צו זיין דיינע כתבים.

דאס צו שרייבן איז ממש פרעך.

לענינינו, ס'קוקט אויס ווי א טייל עולם פארשטייט ממש נישט וואס מען קלאגט, הלמאי, ער איז שוין אלט געווען 94 יאר, עס איז געווען ערווארטעט, קען דען זיין עס איז אויסוועלט וכו'.... און אזוי אויך ביים סאטמאר רב אדער אנדערע צדיקים,
באמת טרעפן מיר שוין אין די תורה, משה רבינו איז געווען אסאך עלטער ווי 94 יאר, און דאך האט כלל ישראל אים באקלאגט און באוויינט, און דאס זעלבע אויך ביי אהרן הכהן, עס איז פשוט אז מען קען זיך נישט גרינג געזעגענען פון אן אדם גדול צו וועמען מען איז מקושר עכ"פ למחצה ולשליש, אזויפיל יארן האט מען געשעפט ביי אים חיזוק ברוחניות ובגשמיות, אסאך האבן געשפירט צו אים נאנטער ווי צו א טאטן, ער איז געווען א וועגווייזער פאר אזויפיל אידן וויאזוי אפצורעכטן א ריכטיגע עבודת ה', א קדוש ופרוש כמעט נישט נהנה געווען פון דער וועלט און געווידמעט זיין לעבן פאר רוחניות און פאר אנדערע אידנ'ס וועגן, לן יאית למבכי, יא מען וויינט מען קלאגט, עס איז עולם חשך בעדיהם, מען האט זיי צוגענומען דעם קרוין פון קאפ, און עס איז אהוב וחביב ביים רבש"ע, כל המוריד דמעות על אדם כשר הקב"ה סופרן ומכניסן בבית גנזיו, בכלל דאס קלאגן איז א חלק פון די NEEDS וואס א מענטש האט, פארוואס מאכט מען עס אוועק, לאזט זיך די אלע מענטשן אויסוויינען, זאל עס זיי וואויל באקומען, און זאל די צייט טון דאס זייניגע און טרייסטן און בארואיגן די צעבראכענע געמיטער.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15132
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17850 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18135 מאל

הודעהדורך איש עברי » פרייטאג אוגוסט 14, 2015 11:13 am

איך מאך נישט אוועק די ווייטאג פון חסידים, איך קען זיי פארשטיין, און גערעכט אז די עלטער שפילט נישט קיין ראלע, אבער צו שפילן שאק און טרייסל אויף א פטירה וואס איז העכסט ערווארטעט איז פאטעטיש און קלונגט פאלש, [ווער האט זיך געגלייבט אז אזאנס קען פאסירן???? דוכט זיך אז מען הארגט זיך שוין פופצן יאר ווער סזאל זיין ממלא מקום]
באניצער אוואטאר
איש עברי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 790
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:41 pm
האט שוין געלייקט: 1122 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1802 מאל

הודעהדורך איש עברי » פרייטאג אוגוסט 14, 2015 11:30 am

moshav zekeinim האט געשריבן:שלום עליכם איש עברי, איך מיין אז דער וועלט איז מער פאר'יתום'ט געווארן זייט דו האסט אויפגעהערט מפרסם צו זיין דיינע כתבים.

בנוגע וואס דו שרייבסט: לדעתי, עס איז די שטייגער פון מענטשן מעורר צו זיין אבילות דורך פיוטים און פראזן אויף א חשוב'ער פארלוסט. און ווי אויך איז דער שטייגער מגזים צו זיין מיט די צרה אחרונה כאילו עס איז נאך אזיינס נישט געווען. אפשר איז עס דא איבערגעטריבן אבער נאך נישט פארשעמט דאס שריבעריש ווארט.


שכויעח מושב זקנים, כ'האב א הרגשה אז מיר קענען זיך פון פריערדיגן גלגול...

איך בין מסכים מיט דעם אז א קלאג ליד איז נישט קיין נייעס באריכט און עס דארף נישט זיין פונקטליך, און אז מען מעג אויסדרוקן טרויער מיט איבערגעטריבענע פראזן, עס איז העכסט נארמאל אז א למנה וואס האט פארלוירן איר מאן אדער א קניד וואס האט פארלוירן דעם טאטן זאלן פראקלאמירן אז די וועלט איז געקומען צו א ענדע, ווען מען וויל זיך אויסגיסן דאס הארץ מיט געפילן דארף עס נישט זיין סובייעקטיוו, אבער ליבי אומר לי אז די ווערטער שפיגלען נישט אפ די געפילן פון די שרייבער פון די שורות און נישט פון חסידי טאש און אוודאי נישט פון כלל ישראל, עס איז ליבערשט א ליקוט פון הוילע פראזן און ציטאטן וואס האט זיך אנגעזאמלט אין די חרדיש'ע פאלקלאר פון ווען רבי זריאל האט געקלאגט אויפ'ן רבי'ן זכותעלייני....
באניצער אוואטאר
איש עברי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 790
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:41 pm
האט שוין געלייקט: 1122 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1802 מאל

הודעהדורך דער געוואגטער יונגעל » פרייטאג אוגוסט 14, 2015 1:37 pm

איש עברי האט געשריבן:כלל ישראל איז אין א שלעכטע שטימונג? צובראכן שאקירט? מען קען נישט גלויבן?
אדא הוא דכתיב ווד"פ

דאס מיינט ווער דארף פערפעל?
:D :D :D
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1470
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:43 am
האט שוין געלייקט: 1962 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3837 מאל

הודעהדורך שושן פורים » פרייטאג אוגוסט 14, 2015 1:48 pm

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:
איש עברי האט געשריבן:כלל ישראל איז אין א שלעכטע שטימונג? צובראכן שאקירט? מען קען נישט גלויבן?
אדא הוא דכתיב ווד"פ

דאס מיינט ווער דארף פערפעל?
:D :D :D

ויש גורסין, ווילסט דריי פאפוטשן?
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 677
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 820 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » פרייטאג אוגוסט 14, 2015 1:52 pm

אדער
Welcome to Facebook
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1516
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 840 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 777 מאל

הודעהדורך שש משזר » פרייטאג אוגוסט 14, 2015 2:10 pm

אדער: וואס דו פארשטייסט... :lol:
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל

הודעהדורך שש משזר » פרייטאג אוגוסט 14, 2015 2:14 pm

moshav zekeinim האט געשריבן:שלום עליכם איש עברי, איך מיין אז דער וועלט איז מער פאר'יתום'ט געווארן זייט דו האסט אויפגעהערט מפרסם צו זיין דיינע כתבים.

בנוגע וואס דו שרייבסט: לדעתי, עס איז די שטייגער פון מענטשן מעורר צו זיין אבילות דורך פיוטים און פראזן אויף א חשוב'ער פארלוסט. און ווי אויך איז דער שטייגער מגזים צו זיין מיט די צרה אחרונה כאילו עס איז נאך אזיינס נישט געווען. אפשר איז עס דא איבערגעטריבן אבער נאך נישט פארשעמט דאס שריבעריש ווארט.

מושב, אונז גייען יעצט טוישן פאזיציעס.

לדעתי איז דיין תשובה נישט קיין תירוץ אויף שרייבן אזויפיל שטותים, און אודאי בשם כל ישראל, אפילו אויף א גדול בישראל. נאכמער, דו וועסט טאקע נאר טרעפן אזעלכע גוזמאות אין פיוטים וכדומה וואו מ'שרייבט דרך מליצה, אבער אדערווייז איז דאס נישט נארמאל - חוץ אין דער בלאט - איד וכו'.

און יא, @איש עברי איז סיי גערעכט מיט זיין נקודה דא, און סיי א פארלוסט מיט זיין אפוועזנהייט, און אצינד וועלקאמען מיר אים העפליך!
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל

הודעהדורך שש משזר » פרייטאג אוגוסט 14, 2015 2:22 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:
moshav zekeinim האט געשריבן:שלום עליכם איש עברי, איך מיין אז דער וועלט איז מער פאר'יתום'ט געווארן זייט דו האסט אויפגעהערט מפרסם צו זיין דיינע כתבים.

דאס צו שרייבן איז ממש פרעך.

לענינינו, ס'קוקט אויס ווי א טייל עולם פארשטייט ממש נישט וואס מען קלאגט, הלמאי, ער איז שוין אלט געווען 94 יאר, עס איז געווען ערווארטעט, קען דען זיין עס איז אויסוועלט וכו'.... און אזוי אויך ביים סאטמאר רב אדער אנדערע צדיקים,
באמת טרעפן מיר שוין אין די תורה, משה רבינו איז געווען אסאך עלטער ווי 94 יאר, און דאך האט כלל ישראל אים באקלאגט און באוויינט, און דאס זעלבע אויך ביי אהרן הכהן, עס איז פשוט אז מען קען זיך נישט גרינג געזעגענען פון אן אדם גדול צו וועמען מען איז מקושר עכ"פ למחצה ולשליש, אזויפיל יארן האט מען געשעפט ביי אים חיזוק ברוחניות ובגשמיות, אסאך האבן געשפירט צו אים נאנטער ווי צו א טאטן, ער איז געווען א וועגווייזער פאר אזויפיל אידן וויאזוי אפצורעכטן א ריכטיגע עבודת ה', א קדוש ופרוש כמעט נישט נהנה געווען פון דער וועלט און געווידמעט זיין לעבן פאר רוחניות און פאר אנדערע אידנ'ס וועגן, לן יאית למבכי, יא מען וויינט מען קלאגט, עס איז עולם חשך בעדיהם, מען האט זיי צוגענומען דעם קרוין פון קאפ, און עס איז אהוב וחביב ביים רבש"ע, כל המוריד דמעות על אדם כשר הקב"ה סופרן ומכניסן בבית גנזיו, בכלל דאס קלאגן איז א חלק פון די NEEDS וואס א מענטש האט, פארוואס מאכט מען עס אוועק, לאזט זיך די אלע מענטשן אויסוויינען, זאל עס זיי וואויל באקומען, און זאל די צייט טון דאס זייניגע און טרייסטן און בארואיגן די צעבראכענע געמיטער.

@שמעקעדיג טייערע, נישט אז דו האסט נישט קיין גוטע נקודה, אבער דארפסט באלאנסירן דעם בילד.

חוץ פון די מוגזמ'דיגע געשרייבעכץ, אז קלאר איז ס'ווענדט זיך אין די עלטער פונעם נפטר.
דו געדענקסט נישט די באקאנטע בעל הטורים אויפן פסוק, אז אברהם איז געקומען 'לספוד לשרה ולבכותה', און די כ' איז א כ' זעירא, און ער זאגט פשט אז ס'איז געווען א קליינע בכיה ווייל זי האט זיך אויסגעלעבט אירע יארן און ס'נישט דער שטייגער צו וויינען אזויפיל אויף אן אלטער איד וואס גייט אוועק פון דער וועלט!
און דאס איז דער זעלבער שרה וואס איז געווען א גרעסערע נביאה פון אברהם אבינו, און איז געווען בת ק' כבת כ' לחטא! דאכצעך מיר, אביסל הייליגער פון טאהש'ע רבי זצ"ל.

איי משה רבינו האט מען יא באוויינט?!
איבעית אימא, קשיא. אבער עטליסט האב דעם גאנצן בילד פאר דיר.
ואיבעית אימא [ותפוס לשון אחרון, דאחרון אחרון חביב], שאני משה רבינו שהיה רבן של ישראל. און אויף כלל ישראל'ס רבי, וואס האט זיי געמאכט פאר א פאלק, געמאכט אויס עבדים, געפירט איבער פערציג יאר, און געגעבן די תורה, אויף אזא איינעם וויינט מען בפטירתו. אבער נישט יעדער צדיק איז דומה מער צו משה רבינו ווי צו שרה אמנו!
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6774 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל

הודעהדורך בן אדם » פרייטאג אוגוסט 14, 2015 5:05 pm

שש משזר האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:
moshav zekeinim האט געשריבן:שלום עליכם איש עברי, איך מיין אז דער וועלט איז מער פאר'יתום'ט געווארן זייט דו האסט אויפגעהערט מפרסם צו זיין דיינע כתבים.

דאס צו שרייבן איז ממש פרעך.

לענינינו, ס'קוקט אויס ווי א טייל עולם פארשטייט ממש נישט וואס מען קלאגט, הלמאי, ער איז שוין אלט געווען 94 יאר, עס איז געווען ערווארטעט, קען דען זיין עס איז אויסוועלט וכו'.... און אזוי אויך ביים סאטמאר רב אדער אנדערע צדיקים,
באמת טרעפן מיר שוין אין די תורה, משה רבינו איז געווען אסאך עלטער ווי 94 יאר, און דאך האט כלל ישראל אים באקלאגט און באוויינט, און דאס זעלבע אויך ביי אהרן הכהן, עס איז פשוט אז מען קען זיך נישט גרינג געזעגענען פון אן אדם גדול צו וועמען מען איז מקושר עכ"פ למחצה ולשליש, אזויפיל יארן האט מען געשעפט ביי אים חיזוק ברוחניות ובגשמיות, אסאך האבן געשפירט צו אים נאנטער ווי צו א טאטן, ער איז געווען א וועגווייזער פאר אזויפיל אידן וויאזוי אפצורעכטן א ריכטיגע עבודת ה', א קדוש ופרוש כמעט נישט נהנה געווען פון דער וועלט און געווידמעט זיין לעבן פאר רוחניות און פאר אנדערע אידנ'ס וועגן, לן יאית למבכי, יא מען וויינט מען קלאגט, עס איז עולם חשך בעדיהם, מען האט זיי צוגענומען דעם קרוין פון קאפ, און עס איז אהוב וחביב ביים רבש"ע, כל המוריד דמעות על אדם כשר הקב"ה סופרן ומכניסן בבית גנזיו, בכלל דאס קלאגן איז א חלק פון די NEEDS וואס א מענטש האט, פארוואס מאכט מען עס אוועק, לאזט זיך די אלע מענטשן אויסוויינען, זאל עס זיי וואויל באקומען, און זאל די צייט טון דאס זייניגע און טרייסטן און בארואיגן די צעבראכענע געמיטער.

@שמעקעדיג טייערע, נישט אז דו האסט נישט קיין גוטע נקודה, אבער דארפסט באלאנסירן דעם בילד.

איך בין נישט ווערד צוצולייגן הערות אויף די תגובה פון הגה"צ הרב ש"מ שליט"א, און איך בין מגלה דעת אז כ'בין פשוט כקלופת השום און כאין וכאפס נגדו, און ח"ו צוזאגן אז כ'האב דאס מינדעסטע העזה משיג צו זיין אויף זיינע ווערטער. נאר וואס, זאלן מיינע הערות אנגעקוקט ווערן וי געשריבן הונדערטע יארן דערנאך אז ס'זאל שוין בכלל נישט אויסמאכן. ובזה את נפשי היצלתי.

חוץ פון די מוגזמ'דיגע געשרייבעכץ, פריי זיך אז די האסט נישט געקענט טאשער רבי זצ"ל אז קלאר איז ס'ווענדט זיך אין די עלטער פונעם נפטר.
דו געדענקסט נישט די באקאנטע בעל הטורים אויפן פסוק, אז אברהם איז געקומען 'לספוד לשרה ולבכותה', און די כ' איז א כ' זעירא, און ער זאגט פשט אז ס'איז געווען א קליינע בכיה ווייל זי האט זיך אויסגעלעבט אירע יארן און ס'נישט דער שטייגער צו וויינען אזויפיל אויף אן אלטער איד וואס גייט אוועק פון דער וועלט!
און דאס איז דער זעלבער שרה וואס איז געווען א גרעסערע נביאה פון אברהם אבינו, און איז געווען בת ק' כבת כ' לחטא!
האלסט אז ס'איז א צוגלייך די הייליגע שרה אמינו מיט אברהם צו א רבי פון חסידים ?
דאכצעך מיר, אביסל הייליגער פון טאהש'ע רבי זצ"ל.
דאס איז נישט נוגע ווער ס'איז געווען הייליגער.
פון די חינוך אויפ'ן חז"ל פון והלכת לכהן אשר יהיה בימים ההם "אין לך כהן אלא אשר בימיך איז משמע אביסל אנדערש, ער זאגט אז ס'גייט אויף אמונת חכמים. אזוי אויף איז באוויסט די חז"ל אז יפתח בדורו כשמואל בדורו.


איי משה רבינו האט מען יא באוויינט?!
איבעית אימא, קשיא.
האסט דען א בעסערע תירוץ?
אבער עטליסט האב דעם גאנצן בילד פאר דיר.
וועלכע בילד, פון איש עברי ?
למעשה וויס איך גאנץ גוט אז ס'איז אינו דומה אן אלטער צדיק און א יונגער צדיק (און כ'ווייס אז איינער פון די חשובער רבי'ס זצ"ל און ארץ ישראל האט אמאל אויפגענומען אזא בשורה אויף דעם אויפן זאגנדיג אז מ'דארף קוקן וואס מ'האט אלץ אריינגעכאפט. און באמת איז דאס שוין מרומז און אוה"ח הק'), אבער ס'ווענדט זיך אסאך פארוואס מ'זאגט עס.

ואיבעית אימא [ותפוס לשון אחרון, דאחרון אחרון חביב], שאני משה רבינו שהיה רבן של ישראל. און אויף כלל ישראל'ס רבי, וואס האט זיי געמאכט פאר א פאלק, געמאכט אויס עבדים, געפירט איבער פערציג יאר, און געגעבן די תורה, אויף אזא איינעם וויינט מען בפטירתו. אבער נישט יעדער צדיק איז דומה מער צו משה רבינו ווי צו שרה אמנו!

די ווייסט וואס דאס מיינט גאולה כללית און גאולה פרטית?
Someone's stupid
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 3074 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

הודעהדורך דריידל » פרייטאג אוגוסט 14, 2015 6:00 pm

ראשעקאל האט געשריבן:א גרויסע חלק פון כלל ישראל מ'קען זאגן רוב חסידישע אידן האבן געהאלטען טאהשע רבי פאר א צדיק אמת אפילו אויב מ'האט זיך נישט געהאלטען פאר א טאהשע חסיד.


ובכן? האט זיך עפעס געטוישט ביי רוב מענטשן אדער האט מען געגעבן א קרעכץ און ווייטער געגאנגען?
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1143
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 1:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1297 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1369 מאל

Re: א טאג פון קלאג פאר אנשי בני הגולה

הודעהדורך פליקער » מוצ"ש אוגוסט 15, 2015 9:56 pm

בעל מידות, זייער שיין און הארציג באשריבן, איך בין בכלל נישט קיין טאשער, און קיין שום שייכות מיט טאש, אבער מיט דעם אלעם זעי איך פאר נארמאל דיין הספד און זייער אין פלאץ, אפילו עס איז נישט אזוי ווייט מיין פערזעינליכע אבידה, אבער דאך איז בעצם אמת אלעס וואס דו האסט געשריבן כלפי זיינע חסידים, על כן זעי איך נישט קיין סיבה פארוואס געוויסע רייסן דיך אראפ.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1690
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3623 מאל


גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט

cron