ליפא האט געשריבן:דאס איז חוץ המעשה וואס דיין פראגע מאכט קיין סענס נישט. אז איך פריי זיך ווען דער מוסלעמענער ווערט געהארגעט האט עס א גוטע סיבה, עס איז צוליב וואס ער פרייט זיך ווען אידן ווערן געהארגעט. דאס איז נישט ראדיקאל.
טאקע נישט ראדיקאל, נאר אזוי ראדיקאל ווי דער זעלטענער מוסלעמענער וואס פרייט זיך ווען עטליכע הונדערט אידן שטארבן ח"ו אין א נאטורליכע קאטאסטראפע וואס האט נישט קיין שום פארבינדונג צו א ספעציפישע קאנפליקט וואו ער איז אויף די קעגנערישע זייט. ע"ע עזה קאנפליקט תשע"ד, אדער אנדערע ענליכע קאנפליקטן (דאס איז א פשוטע, זעלבסטפארשטענדליכע חילוק וואס יעדע צוויי יעריג קינד קען פארשטיין).
עס איז א בושה און א חרפה אז שרייבער דא פרייען זיך מיט אזא סארט אומגליק מיטן קינדישן תירוץ אז אויפן צווייטן זייט זענען אויך דא אזעלכע קאלטבלוטיגע בהמות ווי זיי. און זענען גאר שטאלץ דערמיט!
און צו דער וואס האט אראפגעברענגט די העסליכע אנטי-מוסלעמענער פראפאגאנדע ליסטע פון טעראר אויסגעפירט דורך מוסלעמענער וואס זוכט צו אפצומאלן איין און א פערטל מיליארד מוסלעמענער אלס סוב-יומענס, איך וויל דיר איינלאדענען צו שטורעם-פראנט
http://www.vanguardnewsnetwork.com אדער סיי וועלכע ענליכע נעא-נאציסטישע און ראסיסטישע פראפאגאנדע וועבזייטלעך. דארט וועט איר קענען ליינען איבער די 'ניגערס', 'זאמד-ניגערס' (אראבער), 'אינדיאנער', שפאניער און 'אידן'.
פארשטייט זיך אז זיי זענען אויך 'בכלל' נישט ראסיסטיש, זיי זענען פשוט נאר פארן 'אמת'.
פילייכט וועט איר דאס זייער גלייכן, דארטן בלייבן, און לאזן ק"ש פאר ערוואקסענע.
עס איז ממש א הארצוויי ווי מיטגלידער פון די פאלק וואס האט פילייכט דאס מערסטע געליטן פון ראסיזם און דעמאגאגיע דרוכאויס אונזער היסטאריע, און האט פארלוירן א דריטל פון אונזער פאלק ווייניגער ווי אכציג יאר צוריק זאלן שרייבן
ביטע פארווארדען צו וועם מען קען נאר, ביטע מפיץ זיין דעם דבר אמת!
און נאך די וואנזיניגע ליסטע
Think of it:
Hindus living with Jews = No Problem
Baha’is living with Jews = No Problem
Jews living with Atheists = No Problem
Sikhs living with Hindus = No Problem
Hindus living with Baha’is = No Problem
Christians living with Jews = No Problem
Jews living with Buddhists = No Problem
Shintos living with Atheists = No Problem
Buddhists living with Sikhs = No Problem
Baha’is living with Christians = No Problem
Buddhists living with Shintos = No Problem
Buddhists living with Hindus = No Problem
Hindus living with Christians = Only a rare problem.
Atheists living with Buddhists = No Problem
— living with Hindus = No Problem
Atheists living with Confucians = No Problem
Muslims living with Jews = Problem
Muslims living with Sikhs = Problem
Muslims living with Hindus = Problem
Muslims living with Baha’is = Problem
Muslims living with Shintos = Problem
Muslims living with Atheists = Problem
Muslims living with Buddhists = Problem
Muslims living with Christians = Problem
MUSLIMS LIVING WITH MUSLIMS = VERY BIG PROBLEM
די טיפשות דערפון איז אזוי אויבנאויפיג טראגי-קאמיש אז עס איז איז אונטער מיין זעלבסט-רעספעקט דאס צו דארפן ארויסשרייבן.