ווען דער חוט 'הלבן' איז געווארן 'רויט' - לכפרת עוונות.

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15246 מאל

ווען דער חוט 'הלבן' איז געווארן 'רויט' - לכפרת עוונות.

שליחה דורך אדנירם »

הערט א מעשה וואס איז פארלאפן נעכטן - באמצע יוה"כ - אינמיטן טאג.

נאכן פארענדיגן דאווענען מוסף אין איין ביהמ"ד, בין איך געגאנגען ממשיך זיין אין א צווייטן ביהמ"ד, וואס געווענליך האב איך א ספעציפישע אויסגעטרעטענע וועג וויאזוי איך גיי צום צווייטן ביהמ"ד. אבער משום מה, האב איך נעכטן געמאכט אן אומוועג זעענדיג שפעטער א ספעציעלער סייעתא דשמיא מיך צו פירן אין יענעם דירעקציע.

הכלל, איך גיי אפאר גאסן און פלוצים דערזע איך א שוידערליך בילד: אויף די אנדערע זייט גאס - ביים קארנער פון אן עוועניו - ליגט אויסגעשטרעקט [בפישוט ידים ורגלים], אן עלטערער גערער איד, זיין ספאדיק און גלעזער זענען פארווארפן, און דער איד ריקט זיך נישט! לעבן אים שטייען אפאר גוים און האלטן אינמיטן קלערן וואס צו טון, צו העלפן צו גיין ווייטער [ער איז אומגעפאלן ממש יענע סעקונדע]. איך בין שנעל אריבערגעלאפן דעם עוועניו מיט איין אימפעט, צוגעלאפן צום עלטערן איד, וואס האט אויסגעזען ווי א בן שישים-שבעים אדער אפילו עלטער, וועם איך האב געפונען ליגן אין א קאלוזשע בלוט רח"ל.

ב"ה כ'האב מיך שנעל אריענטירט, און געקוקט פון וואו די בלוט קומט, זעענדיג אז ער האט א טיפע שניט לעבן זיין אויג, און ער האט נעבעך פארלוירן אסאך בלוט. אן קיין טישו'ס וכדומה האב איך מיט מיינע הענט געהאלטן יענע פלאץ אז ס'זאל נישט קומען מער בלוט, בשעת ווען די גוים האבן גערופן 911, ווייל כ'האב נישט געדענקט הצלה'ס נומער אויסענווייניג. קיין איד איז נישט געווען בנמצא פונקט יענע מינוטן מיך ארויסצוהעלפן. שפעטער האבן גוים געברענגט פעיפער טאועל, און ס'איז מיר געווען גרינגער צו האלטן ביי זיין קאפ, אפווישנדיג זיין בלוט פארשמירטער געזיכט.

לכתחילה ווען כ'בין צוגעלאפן צום איד, האב איך אים געפרעגט אויב ער דארף הילף, וועלנדיג הערן וואס האט פאסירט. אבער ער האט נאך אויסגעזען אביסל אנקאנטשעס און דערנאך פארלוירן, נישט וויסנדיג וויאזוי ער האט געלאנדעט אויף די סיידוואלק [ער האט גע'טריפ'ט ביים עק סיידוואלק, פון גאס ארויף צום סיידוואלק]. כ'האב אים געמאכט אביסל באקוועמער, און ער האט זיך צוביסלעך אויפגעכאפט און שפעטער האט ער זיך אויפגעשטעלט למרות דער עולם האט אים געבעטן צו בלייבן זיצן רואיג.

ביני לביני זענען אנגעקומען אנדערע אידן, וואס האבן גלייך מודיע געווען פאר די גוים די נומער פון הצלה, וועמען זיי האבן אנגערופן. הצלה איז אנגעקומען אונטער א מינוט פון ווען מ'האט זיי גערופן, און פארשטייט זיך - בעפאר די שטאטישע אמבולאנס. די חברי הצלה האבן ארויסגעשפרינגען פון טראק נאך אנגעטון דעם קיטל ומעוטר בטלית, אז ס'איז געווען א מחזה הוד... עט דיס פוינט איז שוין דער אלטער גערער געווען ביי זיך, און זעענדיג וואס דא קומט פאר האט ער געוואלט גיין ווייטער, זאגנדיג אז ער איז שוין אקעי און 'ס'איז דאך יו"כ'... אבער די הצלה מעמבער'ס האבן אים געפרעגט אויב ער געדענקט וואס האט פאסירט, און וויבאלד ער האט גארנישט געדענקט איז שוין געווען גענוג סיבה צו דארפן מאכן א טשעק-אפ. ליתר זהירות האבן זיי אים געפרעגט אויב ער האט שוין אמאל געליטן פון די און יענע מחלה, אויף וואס ער האט געענטפערט מיטן טיפישן גערע שארפקייט: כ'האב שוין אלס געהאט, אבער ווי קומט עס דא אהער? לאטס מיר גיין... אבער די חברי הצלה האבן אים געזאגט אז זיי ווייסן אויך פון קדושת היום, און זיי זאגן אים פארט אז ער זאל כאטש אריינגיין אין טרעקל אים אויסצוטשעקן.

למעשה האב איך לכתחילה זיך באנוצט מיט וואסער אפצושווענקן די 'גאנצע' צוויי הענט פון די בלוט, וואס איז שוין געווען פארקלעבט אויף מיר ביז היבש ארויף, און כ'האב געהערט אפאר יודעלעך זאגן 'אה, האמיר שוין אן אייגענעם היראו אויך'... און כ'בין זיך געגאנגען ווייטער זיך פרייענדיג אויפן זכות וואס איז מיר צוגעפאלן צו העלפן ראטעווען א איד בעצם יום הכיפורים. דער 'בלוטיגער' פרייז איז געווען, מיינע הענט, מיין העמד, מיין קיטל, און מיין טלית. אלעס איז געווארן פארשמירט מיט בלוט.

האב איך געטראכט צו מיר, אז בזמן שביהמ"ק היה קיים האט דער עולם געווארט צו זען ווען דער חוט השני איז געווארן איבערקערט אויף ווייס, אלס סימן אז זיי האבן שוין זוכה געווען צו כפרת עוונות. איך ווידער, האב געזען ווי די ווייסע בגדים מיינע זענען געווארן איבערגעקערט אויף א רויטן קאליר, און כ'האף אז אינעם זכות פון העלפן דעם איד האב איך זוכה געווען צו כפרת עוונות.


פרעגט איר מיר פארוואס איך דערצייל עס אייך? נוהגים במדינותינו [ק"ש] לומר: ווייל איך וויל איר זאלט וויסן...

דער אשכול פארמאגט 19 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר