בלאט 1 פון 3

טעראר אטאקע אין א"י - הרב איתם הנקין און זיין ווייב ז"ל הי"ד

הודעהפורסם: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:17 pm
דורך אלס ווייסער
איך קען נישט גלייבן אז עס איז נאכנישט באריכטעט אין ק"ש,

צוויי יודן - מאן און ווייב - זענען ליידער אומגעקומען נאך וואס זייער אויטא איז באשאסן געווארן דורך עטליכע פאלעסטינע טעראריסטן פארנדיג אין א שטעטל נעבן (אין?) ראמאלא אינעם מערב ברעג. דער אינצידענט האט פאסירט בערך 9 אזייגער פארנאכטס (א"י צייט) ווען זייער קאר האט זיך פארשטייטערט פארן זיך איינדרייען צו א זייטיג געסל, ווען א קאר איז ארויסגעקומען פון אונטער זיי און זיך געשטעלט נעבן זיי און זיך גענומען שיסן. 4 קינדער זענען געווען אין קאר קיינער פון זיי איז ב"ה נישט געשעדיגט געווארן, די עלטערן זענען אבער יא ליידער אומגעקומען, די טעראריסטן זענען נאך ארויסגעקומען פון קאר זיכער מאכן אז זיי זענען טאקע טויט.

די צה"ל און ש"ב האבן געשוואוירן נקמה און אויפגעשטעלט ראוד בלאקס און דורכגעפירט אבלאוועס אין די געגנט ארום, די גאנצע נעבלס (גוט געספעלט?) געגנט איז דערקלערט געווארן א מיליטערישע זאנע און אפגעשלאסן געווארן. ווער עס האט מער דיטעילס זאל ביטע פאוסטן.

השם ינקום דמם.

הודעהפורסם: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:27 pm
דורך ישראל קאפקע
נאבלוס Nablus (שכם).

דער מאן איז געווען א היימישער, ער האט געהאט א ניק אויף אייוועלט און אנדערע היימישע פארומען.
http://www.ivelt.com/forum/memberlist.p ... ile&u=5009

הודעהפורסם: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:28 pm
דורך עמעזאן
אין אייוועלט שרייבט די ניק מיללער אז די נרצח הרב הנקין השם ינקום דמו האט גאר פארמאגט א ניק דארט אינטערן נאמען תוך כדי דיבור....
האב איך נישט געוויסט אז עס דרייען זיך דארט מתנחלים...
אופס קאפקע האט מיר אויסגעכאפט אין צייט וואס מיין וויי פיי האט געהאנקערט...

הודעהפורסם: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:36 pm
דורך עמעזאן
http://forum.otzar.org/forums/viewtopic ... 39#p241315
מען באוויינט עם אין אוצר החכמה

הודעהפורסם: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:40 pm
דורך chusid

הודעהפורסם: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:46 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אוי וויי, איך האב געלערנט זיין תורה. ער האט א לאנגע מאמר צו ווייזען אז מ'מעג עס'ן 'תירס ותות-שדה', און איך האב דורכגעטוהן זיין מראה מקומות און אסאך געניסען פון איהם. ער איז א זוהן פון הרב יהודה הרצל הנקין מח''ס בני בנים, וואס זיין טאטע איז אז א זוהן געווען פון דער וועלטס באקאנטע הרב הנקין פון נ.י.

הודעהפורסם: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:58 pm
דורך ראובן
דא האט @יידל געשריבן עטליכע יאר צוריק איבער הרב הענקינ'ס ספר:

יידל האט געשריבן:אן אינטערעסאנטע ספר האב איך זיך נעכטן איינגעהאנדלט. די ספר הייסט "לכם יהיה לאכלה - בירור להלכה בסוגיית חרקים במזון" פון הרב איתם שמעון הענקין בן הג"ר יהודה הערצל הענקין. דער ספר איז שוין ארויסגעקומען א יאר צוריק, און פארמאגט הסכמות פון - צווישן אנדערע - זיין טאטע הרב הענקין, הג"ר מאיר מאזוז און הג"ר נחום אליעזר רבינוביץ'. דער ספר גיבט א פרישע בליק איבער דעם איסור אויף תולעים אין עסן וועלכע ווערט ערגער און הארבער פון יאר צו יאר. דער מחבר איז יורד לעומקה של הלכה, און צעלייגט די מקורות פונעם איסור אויף טעלערלעך אזוי אז עס ווערט אויסגעקלארט וואס זענען די עיקרי הדין און וואס זענען די חידושים און חומרות פון די גדולי הפוסקים. דער ספר האט אויך צוויי פרקים הלכה למעשה אויף סטראבעריס (וועלכע ער איז גענצליך מתיר) און קארן (corn on the cob) וועלכע ער טוט מתיר זיין אבער נישט געהעריג. איך בין נאכנישט אנגעקומען מעיין צו זיין וואס זיין היתר איז און צו די זעלבע היתר וועט זיין נוגע אויך אויף די אמעריקאנע סטראבעריס.

דער מחבר שרייבט קלאר אין די הקדמה אז "נתתי ליבי ללכת בדרך שלימדנו המהרש"א", און ער ברענגט אראפ די מהרש"א וואס זאגט אז א פוסק וואס האט נישט מורא מיקל צו זיין (כמובן ע"פ תורה) איז זוכה צו ביידע וועלטן. און ער שרייבט אז אינעם ספר זוכט ער צו ס'דא א מקום להקל און נישט בלויז ווי א דעה יחידאה נאר צו מ'קען רואיגערהייט אננעמען אז די מעיקר הדין קען מען מיקל זיין און די אוסרין זענען מחמיר לפנים משורת הדין. ווי געשריבן, איז זיין מסקנא אז אסאך הנחות פון די פוסקים אויף תולעים (ווי הרב משה ויא און נאך) זענען באזירט אויף הנחות מחמירות וואס מ'קען בעצם מיקל זיין אין זיי.

לכם יהיה לאכלה, הרב איתם הנקין, 167 עמ', $15.00

בילד

הודעהפורסם: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 10:06 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב נאך געהאט אין פלאן צו שרייבען צו איהם מיט מיין הערות.
ברוך דיין אמת.

הודעהפורסם: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 10:11 pm
דורך יידל
השם יקום דמו! לבי לבי על חללי חרב השנאה. לויטן קל וחומר אין משנה דארף איך אים אנרופן רבי אלופי ומיודעי. זיין ספר, און זיינע מאמרים, זענען שטענדיג געווען קילורין לעיניין, א זעלטענער שילוב פון א תלמיד חכם און א בר דעת. יהא זכרו ברוך.

איך האב קורץ קארעספאנדירט מיט אים איבער זיין ספר (נישט קיין גרויסע זאכן אבער דאך...), נאר ליידער האב איך דאס נישט געטון פון דזשימעיל און דער אימעיל איז פארלוירן געגאנגען, חבל על דאבדין.

הודעהפורסם: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 11:12 pm
דורך שש משזר
מה נאמר ומה נדבר. נהפך לאבל מחולינו דזמן שמחתינו.
אהה עלינו, שד-י המר לי מאוד!

אסאך תורה האב איך קונה געווען פון דעם זעלטענעם ת"ח, ברייטע קאפ, חוקר וידען, און איש נעים הליכות. זיינע מאמרים נפלאים, זיינע ספרים, און אפילו זיינע תגובות אין 'פורום אוצר החכמה' זענען מיר געווען קילורין לעינים [אזויווי פאר אלע אנדערע וואס האבן אדורכגעטון זיינע מאמרים].

וואלט דער חשובער ת"ח הרב איתם הנקים, נכדו של הגאון האדיר רי"א הנקין מאמעריקע, געלעבט נאך אפאר יאר, וואלט די וועלט רייכער געווארן מיט אן א שיעור מאמרים ובירורים נפלאים, ווי עס קען עדות זאגן א יעדער וואס האט נאר אמאל געזען זיינס א מאמר. אבער ליידער לא זכינו לזה, כי ארז זה נגדע באיבו, ע"י הני רשיעי בעלי איבה איסלמאי ימש"ו.

אוי לנו על אובדן נפש יקרה, ת"ח בעל שיעור קומה, וחוקר נפלא ויחיד מסוגו. וי ליה להאי שופרא דבלי בארעא.
המקום ינחם את משפחתו, את מכיריו, ואת כל מי שזכה ללקוט שושנים משדהו היפה, וינקום את דמו במהרה.

הודעהפורסם: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 11:18 pm
דורך געוואלדיג
אין אנדערע נייעס: עס ווערט באריכטעט אז די צוויי טעראריסטן האבן זיך נארוואס צוריק געקערט פון א באזוך אין מעקא :o :o :shock: :shock:

הודעהפורסם: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 11:21 pm
דורך שש משזר
טאקע א שאד. זיי וואלטן געדארפט שטארבן אנשטאטס די אומשולדיגע אראבער. :( :? :( :o

הודעהפורסם: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 11:25 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
למעשה פון זיין 'לכם יהיה לאכלה' האב איך געזען די הארבקייט פון תולעים. איך האב אייביג געקלערט אז דער איסור איז ווייניגער ווי מ'מאכט עס. פון זיין ספר איז מיר געווארען א תאווה צו לערנען די סוגיא. דארט האב איך געזען, ובפרט אין פמ''ג, אז ס'איז פיל הארבער ווי מ'מיינט. איך בין נאך ווייט פון א בקי אין דער סוגיא, אבער זיין מראה מקומות פון וואנעט מ'קען אפלערנען גדרים אין ביטול, תערובות, בריה און אזעלכע מושגים, מיט זיין הערות און וועג פון צושטעלען א סברת הפוסקים צו די מציאות, האבען אסאך אויפגעוועקט ביי מיר און מיין חברותא.

הודעהפורסם: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 11:27 pm
דורך דער געוואגטער יונגעל
דער צדיק האט געבראכן דאס שווייגעניש מיט א קרעכטץ: "ווער ווייסט צו די אראבישע באשיצערס דארט אויף קאווע שטיבל האבן נישט גורם געווען די שמייליגע מארד?"

הודעהפורסם: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 11:30 pm
דורך שש משזר
דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:דער צדיק האט געבראכן דאס שווייגעניש מיט א קרעכטץ: "ווער ווייסט צו די אראבישע באשיצערס דארט אויף קאווע שטיבל האבן נישט גורם געווען די שמייליגע מארד?"

און דאן האבן די חסידים אויסגעפלאצט אין א הילכיגן געלעכטער, און מ'האט פארטריבן דעם צאדיק פון שטאט.

הודעהפורסם: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 11:39 pm
דורך ישראל קאפקע
שש משזר האט געשריבן:טאקע א שאד. זיי וואלטן געדארפט שטארבן אנשטאטס די אומשולדיגע אראבער. :( :? :( :o

ע"י הני רשיעי בעלי איבה איסלמאי ימש"ו.

דער טענה צו דיר איז, וואס איז יעדער מוסלעמענער שולדיג אין עפעס וואס איז קלאר א פאלעסטינער נאציאנאליסטישע מארד?
פראביר נאר איבערצוזעצן דיין אויבנציטירטע אויסדרוק ווען די מארד פאסירט פון דעם עקסטרעמען ציוניסטישן זייט (די עטליכע מאנאט אלט פאלעסטינער קינד און זיינע עלטערן וואס זענען פארברענט געווארן אין זייער שלאף אדער די פאלעסטינער צענערלינג וואס איז לעבעדיג פארברענט געווארן אין א וואלד אין ירושלים אנדערהאלבן יאר צוריק).

איך וויל אויסדרוקליך נישט ווערן אריינגערעכנט אין אכמעד'ס קללה אויפן 'איסלאמישן קאווע שטיבל'.

עס גייט ביידע וועגן.

הודעהפורסם: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 12:48 am
דורך ליפא
שש משזר האט געשריבן:טאקע א שאד. זיי וואלטן געדארפט שטארבן אנשטאטס די אומשולדיגע אראבער. :( :? :( :o

און אויב זיי וואלטן געווען צווישן די טויטע וואלסטו דאך קיינמאל נישט געוויסט פון זיי און אז זיי זענען טעראריסטן, ווייל זיי וואלטן קיינמאל נישט עספיעהט דורכצופירן די רציחה, און דו וואלסט ווייטער געשריגן אז 'אומשולדיגע' זענען אומגעקומען.
#אידיאט

הודעהפורסם: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 2:15 am
דורך געוואלדיג
@ליפא, אן דיין לעצטע ווארט לייק איך דיין תגובה.

הודעהפורסם: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 2:21 am
דורך שש משזר
איך האב דוקא יא הנאה פון זיין לעצטע ווארט. ס'איז ביי מיר אן אפשטעמפלונג אויף די ריכטיגקייט פונעם גאנצן תגובה זיינעם.

הודעהפורסם: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 2:25 am
דורך געוואלדיג
התיבה אחת יחטא ועל כל התגובה תקצוף, זיין הערה איז ריכטיג און אין פלאץ.

הודעהפורסם: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 2:27 am
דורך מאן דאמר
ישראל קאפקע האט געשריבן:
שש משזר האט געשריבן:טאקע א שאד. זיי וואלטן געדארפט שטארבן אנשטאטס די אומשולדיגע אראבער. :( :? :( :o

ע"י הני רשיעי בעלי איבה איסלמאי ימש"ו.

דער טענה צו דיר איז, וואס איז יעדער מוסלעמענער שולדיג אין עפעס וואס איז קלאר א פאלעסטינער נאציאנאליסטישע מארד?
פראביר נאר איבערצוזעצן דיין אויבנציטירטע אויסדרוק ווען די מארד פאסירט פון דעם עקסטרעמען ציוניסטישן זייט (די עטליכע מאנאט אלט פאלעסטינער קינד און זיינע עלטערן וואס זענען פארברענט געווארן אין זייער שלאף אדער די פאלעסטינער צענערלינג וואס איז לעבעדיג פארברענט געווארן אין א וואלד אין ירושלים אנדערהאלבן יאר צוריק).

איך וויל אויסדרוקליך נישט ווערן אריינגערעכנט אין אכמעד'ס קללה אויפן 'איסלאמישן קאווע שטיבל'.

עס גייט ביידע וועגן.

קאפקע הער אויף דרייען די......קאפקעס
די האסט אמאל געהערט פון די באסטאן מאראטאן באמבע?

הודעהפורסם: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 2:30 am
דורך שש משזר
געוואלדיג האט געשריבן:התיבה אחת יחטא ועל כל התגובה תקצוף, זיין הערה איז ריכטיג און אין פלאץ.

קרומקייט האט קיין גבול. ליין וואס איך האב געשריבן [אין יענעם אשכול], און וואס ער האט געשריבן אין דעם אשכול, וועסטו זען וואס מיינט א תגובה לעומת דעמאגאגיע.
אני כשלעצמי התנזרתי פון זיך טענה'ן איבער דעם, זעענדיג די מאס שכל אין די תגובות נגדיות. ודברים שבע"פ א"א לאומרם על הכתב.


יא, כ'וועל מוסיף זיין: געוואלדיג, ד"ל.

הודעהפורסם: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 3:03 am
דורך ישראל קאפקע
מאן דאמר האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:
שש משזר האט געשריבן:טאקע א שאד. זיי וואלטן געדארפט שטארבן אנשטאטס די אומשולדיגע אראבער. :( :? :( :o

ע"י הני רשיעי בעלי איבה איסלמאי ימש"ו.

דער טענה צו דיר איז, וואס איז יעדער מוסלעמענער שולדיג אין עפעס וואס איז קלאר א פאלעסטינער נאציאנאליסטישע מארד?
פראביר נאר איבערצוזעצן דיין אויבנציטירטע אויסדרוק ווען די מארד פאסירט פון דעם עקסטרעמען ציוניסטישן זייט (די עטליכע מאנאט אלט פאלעסטינער קינד און זיינע עלטערן וואס זענען פארברענט געווארן אין זייער שלאף אדער די פאלעסטינער צענערלינג וואס איז לעבעדיג פארברענט געווארן אין א וואלד אין ירושלים אנדערהאלבן יאר צוריק).

איך וויל אויסדרוקליך נישט ווערן אריינגערעכנט אין אכמעד'ס קללה אויפן 'איסלאמישן קאווע שטיבל'.

עס גייט ביידע וועגן.

קאפקע הער אויף דרייען די......קאפקעס
די האסט אמאל געהערט פון די באסטאן מאראטאן באמבע?

וואס האט דאס דא אהער צו אונזער שמועס?

הודעהפורסם: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 6:50 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אינטרעסאנט, הרב הנקין קומט פון א שטוב, א חינוך און א באוועגונג וואס איז אין גאנצען פרעמד צו דער רוב פון אונז. מיט אונזער אויבער חכמה זענען מיר נאכאלס נישט פון דארט. אבער זיין כח צו זען א וועלט נישט שווארץ און ווייס, אפצולערנען אן ענין אן די 'השקפה' שבו, האט איהם באליבט צו אונז. און דוקא אין זיין אשכול דארף מען זיך פארען מיט די קליין קעפיגע גלויבונגען פון 'אונז' לעומת 'זיי', כאילו דער פראבלעם פון די רציחה פון אזא ת''ח איז אז 'זיי' האבען געזיגט?!

טאקע דארט אין אוצה''ח האב איך געשמעקט א גאנג פון נקמה מעל ומעבר פון דאס וואס פאסט. נארמאל שרייבט מען דער עיקר נחמה, דא איז דער עיקר נקמה. חבל.

הודעהפורסם: פרייטאג אקטאבער 02, 2015 8:08 am
דורך געוואלדיג
דא האב איך אפגעשריבן מיינע באבלס פון מין הארץ אויף די מעשה רציחה.