מציצה בפה אסיפת הרבנים - התאחדות הרבנים וומ"ס

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט

הודעהדורך אוהב ספרים » פרייטאג יולי 13, 2012 12:00 am

די מעשה מיט סאטמאר רוב איז מן הסתם שקר, איך ווייס נישט צו עס איז דא מער ווי 2 אדער 3 ברית'ן וואס זיי זענען געווען בכלל צוזאם, אפשר דאס אויכעט נישט.
דער קדוש וטהור פון ריבניץ האט געמאלעט צענדליגער און אפשר הונדערטער קינדער און מען האט נישט געהערט פון קיין געשעדיקטע, פארדריי א דאשיק פאר א צווייטען
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך באריסטא אום פרייטאג יולי 13, 2012 12:09 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: אטאקעס און קללות זענען נישט ערלויבט.
אוהב ספרים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 441
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 168 מאל

Re: מציצה בפה אסיפת הרבנים - התאחדות הרבנים וומ"ס

הודעהדורך איחוד פעלד » פרייטאג יולי 13, 2012 9:55 am

עפעס שטינקט דא אין גרויסען.

אויב סך הכל וויל די מעיאר מען זאל מיזען זיין סערטיפייד, וואס האסטו מורא?
אז פין דארט וועט שוין די ממשלה האבען א סיבה צו אסר'ן די גאנצע זאך.

גוט. אבער פארוואס וועלען זיי עס אסר'ן?

ווייל איינמאל זיי ווייסען וואס טוט זיך וועלען זיי זעהן אז מערערע קינדער באקומען הערפיס.

איז דאך פשט אז זיי זענען גערעכט!
און נישט נאר דאס. נאר די ווייסט דאס, און די האסט פשוט מורא פארן אמת.

איי איי.

Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1649 מאל

הודעהדורך פריינדליך » פרייטאג יולי 13, 2012 10:06 am

בן תמליון האט געשריבן:מאריה דאברהם איר מאכט ליצנות? מיר זענען טיף אין קרקע למטה מעשרה טפחים אין אלע הינזיכטן נישטא קיין דירות קיין פרנסות אבער די גוישע פאליטישאנס וועלן אויסגעפונען דעם עולם גייט גארנישט אן נאר עפעס אן אלטמאדישער פראצעדור פון בלוט זויגן באותו מקום. .

דאס גאנצע זאך פון מאכען א ברית אויף א אכט טאגיען קינד וואס קען זיך נישט קעגן שטעלן איז קעגן דעם מעיאר׳ס פארשטאנד.
מיט מציצה בפה האט דער מעיאר גאר א קליינער פראבלעם. ווייל הערפיס קען מען נאך היילען אבער א ברית קען מען נישט צירוק שטעלן,

ווער איז דא וואס קען מסביר זיין פארען מעיאר ווי אזוי מיר טיען אזא זאך פון שניידען א קליין קינד פון אכט טאג?
געוואלד ווי אזוי קיקען זיי דאס אן?! ווער קען מסביר זיין פאר אלע גוישע פאליטישענס אזא זאך?

דרך אגב. די שרייבסט:
מיר זענען טיף אין קרקע למטה מעשרה טפחים אין אלע הינזיכטן נישטא קיין דירות קיין פרנסות

יעצט ווייסען דאך נישט די פאליטישענס אז מיר פלאנען צו האבען מסי״נ דערפאר, פאר וואס האבן אונז נישט געהאלפן דערמיט די לעצטע 30 יאר?
בכלל, וואס האבן זיי אונז געטיען פאר די דיינע פראבלעמען ביז היינט אז דו האסט מורא אז דאס וואס זיי האבן געטיען גייט זיך אפשטעלען??
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 284 מאל

הודעהדורך שרייבער » זונטאג יולי 15, 2012 7:00 pm

נעכטן ביי שלש סעודות האט האדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א נאכאמאל גערעדט דערפון
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 1035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 927 מאל

הודעהדורך יידל » זונטאג יולי 15, 2012 7:09 pm

שרייבער האט געשריבן:נעכטן ביי שלש סעודות האט האדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א נאכאמאל גערעדט דערפון

עס פריידיגט צו הערן.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4919
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

הודעהדורך דבילה » מאנטאג יולי 23, 2012 10:08 pm

נייע אנטוויקלונגען אין די נושא פון מציצה בפה:

http://online.wsj.com/article/SB1000087 ... 16510.html

אויב איינער דא איז איינגעשריבן אין וואל סטריט ז'ורנאל, ווערט ער געבעטן אריין צו פעיסטן דא אהיר דעם ארטיקל. יאשער
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:17 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 631 מאל

הודעהדורך קליינע רעבעלע » מאנטאג יולי 23, 2012 10:19 pm

למעשה האבן דע רבנים שוין טאקע שטאדירט דע זאך אז עס ברענגט נישט קיין שום מחלה ח"ו
איך גלייב בימינו אלה קען מען עס זייער גרינג אויסגעפינען
בעסער פין מיר איז א פרימאק - ווייניגער ווי מיר איז א שייגעץ
באניצער אוואטאר
קליינע רעבעלע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 140
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 19, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

הודעהדורך שיטה מקובצת » מאנטאג יולי 23, 2012 10:53 pm

קליינע רעבעלע האט געשריבן:למעשה האבן דע רבנים שוין טאקע שטאדירט דע זאך אז עס ברענגט נישט קיין שום מחלה ח"ו
איך גלייב בימינו אלה קען מען עס זייער גרינג אויסגעפינען

יא, זיכער האט מען עס שטודירט, און קלאר געזען אז ס'איז נישט קיין סכנה. דא האסטו פון די וואל סטירט זשורנעל:
“We are fully convinced that it presents no danger,” said Rabbi David Niederman, a spokesman for the Central Rabbinical Congress of the USA and Canada, a group based in Williamsburg, Brooklyn.
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 556
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1343 מאל

הודעהדורך gehlungen » דינסטאג יולי 24, 2012 1:55 am

שיטה מקובצת האט געשריבן:
קליינע רעבעלע האט געשריבן:למעשה האבן דע רבנים שוין טאקע שטאדירט דע זאך אז עס ברענגט נישט קיין שום מחלה ח"ו
איך גלייב בימינו אלה קען מען עס זייער גרינג אויסגעפינען

יא, זיכער האט מען עס שטודירט, און קלאר געזען אז ס'איז נישט קיין סכנה. דא האסטו פון די וואל סטירט זשורנעל:
“We are fully convinced that it presents no danger,” said Rabbi David Niederman, a spokesman for the Central Rabbinical Congress of the USA and Canada, a group based in Williamsburg, Brooklyn.

I don't understand. Its rabbi neiderman verses the medical inst ? That's pretty interesting !
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

הודעהדורך אברעמעל » דינסטאג יולי 24, 2012 2:09 am

Versus? זיי האבן שוין געוויזן פארקערט?
באניצער אוואטאר
אברעמעל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 496
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 6:40 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 155 מאל

הודעהדורך שיטה מקובצת » דינסטאג יולי 24, 2012 9:22 am

אברעמעל האט געשריבן:Verses? זיי האבן שוין געוויזן פארקערט?

יא.
דו גלייבסט אין דיינע עלטערן, וועגן דעם גלייבסטו אין באשעפער.
איך גלייב אין באשעפער, וועגן דעם גלייב איך מיינע עלטערן.

--שיטה מקובצת
שיטה מקובצת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 556
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 10, 2012 9:03 am
האט שוין געלייקט: 501 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1343 מאל

הודעהדורך היסטאריקער » דינסטאג יולי 24, 2012 11:53 am

היינט איז דא א מיטונג ביי די באורד אף העלט וועגן מציצה בפה

השתדלו והרבו תחנה
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 2362 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 458 מאל

הודעהדורך יידל » דינסטאג יולי 24, 2012 12:06 pm

היסטאריקער האט געשריבן:היינט איז דא א מיטונג ביי די באורד אף העלט וועגן מציצה בפה

השתדלו והרבו תחנה

לאמיר נאר קלאר שטעלן וואס די מיטינג איז. עס איז נישט צו מ'זאל ערלויבן מציצה בפה אדער נישט. עס איז צו מ'זאל פארלאנגן עלטערן אונטערצושרייבן אז זיי ערלויבן דעם מוהל צו מאכן מציצה בפה.

השתדלו והרבו תחינה.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4919
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

הודעהדורך gehlungen » דינסטאג יולי 24, 2012 12:49 pm

יידל האט געשריבן:
היסטאריקער האט געשריבן:היינט איז דא א מיטונג ביי די באורד אף העלט וועגן מציצה בפה

השתדלו והרבו תחנה

לאמיר נאר קלאר שטעלן וואס די מיטינג איז. עס איז נישט צו מ'זאל ערלויבן מציצה בפה אדער נישט. עס איז צו מ'זאל פארלאנגן עלטערן אונטערצושרייבן אז זיי ערלויבן דעם מוהל צו מאכן מציצה בפה.

השתדלו והרבו תחינה.

We just have to put down our feet to make sure that they(city,state,medical) can't mix into religion under no circumstances what so ever no matter if they are right or wrong
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

הודעהדורך געפילטע פיש » דינסטאג יולי 24, 2012 12:59 pm

Exactly! And they shouldn't mix in to any religion, whether it's Muslim honor killings, or Christians killing Jews in revenge for them killing Christ, or Greek slaughtering of the first born to Zues.
Government has no business mixing in to religious affairs, and that's what separation of church and state is all about.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך געפילטע פיש אום דינסטאג יולי 24, 2012 2:52 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
געפילטע פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6949
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 5530 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7592 מאל

הודעהדורך יידל » דינסטאג יולי 24, 2012 1:10 pm

געלונגען, איך וויל דיך עפעס פרעגן. ווען די רעגירונג פארלאנגט צו טשעקן די אתרוגים וואס קומען אריין פון אויסלאנד, הייסט דאס אריינגעמישט אין רעליגיע? ווען זיי פארלאנגן א שול צו האבן די נויטיגע בילדינג פערמיטס, הייסט דאס אריינגעמישט אין רעליגיע? פארוואס זאל פארלאנגן אונטערצושרייבן א הסכמה צו מצב"פ הייסן אריינגעמישט אין רעליגיע מער ווי די אויבן דערמאנטע?
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4919
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

הודעהדורך gehlungen » דינסטאג יולי 24, 2012 2:36 pm

יידל האט געשריבן:געלונגען, איך וויל דיך עפעס פרעגן. ווען די רעגירונג פארלאנגט צו טשעקן די אתרוגים וואס קומען אריין פון אויסלאנד, הייסט דאס אריינגעמישט אין רעליגיע? ווען זיי פארלאנגן א שול צו האבן די נויטיגע בילדינג פערמיטס, הייסט דאס אריינגעמישט אין רעליגיע? פארוואס זאל פארלאנגן אונטערצושרייבן א הסכמה צו מצב"פ הייסן אריינגעמישט אין רעליגיע מער ווי די אויבן דערמאנטע?

Yeedl. Because the complete BRIS MEELEH is religion from top to bottom. When where so when it comes to HOW it stays the same RELIGION. & state. City. Medical. Have to accept that when it comes down to RELIGiON they must stay out !
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 49 מאל

הודעהדורך גאלד » דינסטאג יולי 24, 2012 2:44 pm

יידל האט געשריבן:געלונגען, איך וויל דיך עפעס פרעגן. ווען די רעגירונג פארלאנגט צו טשעקן די אתרוגים וואס קומען אריין פון אויסלאנד, הייסט דאס אריינגעמישט אין רעליגיע? ווען זיי פארלאנגן א שול צו האבן די נויטיגע בילדינג פערמיטס, הייסט דאס אריינגעמישט אין רעליגיע? פארוואס זאל פארלאנגן אונטערצושרייבן א הסכמה צו מצב"פ הייסן אריינגעמישט אין רעליגיע מער ווי די אויבן דערמאנטע?

עס איז דא "מילה" און "מכשירי מילה",
אזוי לאנג מ'רעדט פון מכשירים, ווי ברענגן דעם אתרוג בויען די שול קענען מען נאך שלונגען,
אויב זאלן זיי זאגן דיעות וויזוי מ'זאל שאקלען די לולב, אדער וועלכער נוסח מ'זאל דאווענען גלויב מיר עס וואלט געווען די זעלבע ווייגעשריי
איבערהויפט ווען עס רעדט זיך פון די מצוה פון מילה וואס איז זייער א סענסיטיווע און עמאשענעל מצוה ביי אידישע קינדער,
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2198
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 695 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1777 מאל

הודעהדורך יידל » דינסטאג יולי 24, 2012 3:35 pm

gehlungen האט געשריבן:Yeedl. Because the complete BRIS MEELEH is religion from top to bottom. When where so when it comes to HOW it stays the same RELIGION. & state. City. Medical. Have to accept that when it comes down to RELIGiON they must stay out !

איך פארשטיי נישט פונקטליך דיין נקודה. כדי קלאר צו מאכן לאמיך דיך פרעגן: איז דא א שטאפל פון סכנה וואס דו וועסט יא מסכים זיין אז די רעגירונג מעג זיך אריינמישן, אדער צו האלטסטו אז נישט קיין חילוק ווי שטארק די סכנה איז טאר זיך די רעגירונג נישט אריינמישן ווייל עס איז רעליגיע?

גאלד האט געשריבן:עס איז דא "מילה" און "מכשירי מילה",
אזוי לאנג מ'רעדט פון מכשירים, ווי ברענגן דעם אתרוג בויען די שול קענען מען נאך שלונגען,
אויב זאלן זיי זאגן דיעות וויזוי מ'זאל שאקלען די לולב, אדער וועלכער נוסח מ'זאל דאווענען גלויב מיר עס וואלט געווען די זעלבע ווייגעשריי
איבערהויפט ווען עס רעדט זיך פון די מצוה פון מילה וואס איז זייער א סענסיטיווע און עמאשענעל מצוה ביי אידישע קינדער,

ווען זיי זאגן ווען דיעות וויאזוי צו שאקלן לולב וואלט טאקע געווען א וויי געשריי. אבער ווען זיי זאגן אז ווער עס וויל שאקלן לולב אויף א געוויסן אופן מוז אונטערשרייבן א צעטל, וואלט אויך געווען א וויי געשריי?
זיי זאגן אונז נישט וויאזוי צו מאכן מילה, זיי זאגן אונז: דו ווילסט עס מאכן אויף א געוויסע אופן? קיין פראבלעם. אבער בעפאר דו טוסט עס, שרייב ביטע אינטער אז דו נעמסט אחריות אויף די קאנסעקווענצן פון דיינע מעשים.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4919
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

הודעהדורך גאלד » דינסטאג יולי 24, 2012 3:52 pm

די ריכטיגע פראגע איז א צווייטע: איז דא א שטאפעל פון אידישקייט וואס דו וועסט יא מסכים זיין אז די רעגירונג טאר זיך נישט אריינמישן, אדער צו האלטסטו אז נישט קיין חילוק ווי ווייט עס רירט אן די יסודות פון אידישקייט מעג זיך די רעגירונג אריינמישן ווייל לויט זיי איז עס נישט אויסגעהאלטן.

אבער נאך ווי עס וואלט געווען א ווייגעשריי, אויב די רעגירונג קען מיר קומען זאגן אז לויט זיי איז דא קאנצעקווענצן צו פראקטיצירן א הייליגע רעליגיעזע פראקטיצירונג, ווי ווייט זעמיר עס צו פארבאטן אינגאנצן,
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2198
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 695 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1777 מאל

הודעהדורך יידל » דינסטאג יולי 24, 2012 4:09 pm

גאלד האט געשריבן:

צו זיי מעגן? לויט וועמען? לויטן שולחן ערוך? לויטן - להבדיל - די קאנסטיטוציע?

גאלד האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:עס איז דא "מילה" און "מכשירי מילה",
אזוי לאנג מ'רעדט פון מכשירים, ווי ברענגן דעם אתרוג בויען די שול קענען מען נאך שלונגען,
אויב זאלן זיי זאגן דיעות וויזוי מ'זאל שאקלען די לולב, אדער וועלכער נוסח מ'זאל דאווענען גלויב מיר עס וואלט געווען די זעלבע ווייגעשריי
איבערהויפט ווען עס רעדט זיך פון די מצוה פון מילה וואס איז זייער א סענסיטיווע און עמאשענעל מצוה ביי אידישע קינדער,

ווען זיי זאגן ווען דיעות וויאזוי צו שאקלן לולב וואלט טאקע געווען א וויי געשריי. אבער ווען זיי זאגן אז ווער עס וויל שאקלן לולב אויף א געוויסן אופן מוז אונטערשרייבן א צעטל, וואלט אויך געווען א וויי געשריי?
זיי זאגן אונז נישט וויאזוי צו מאכן מילה, זיי זאגן אונז: דו ווילסט עס מאכן אויף א געוויסע אופן? קיין פראבלעם. אבער בעפאר דו טוסט עס, שרייב ביטע אינטער אז דו נעמסט אחריות אויף די קאנסעקווענצן פון דיינע מעשים.

אבער נאך ווי עס וואלט געווען א ווייגעשריי, אויב די רעגירונג קען מיר קומען זאגן אז לויט זיי איז דא קאנצעקווענצן צו פראקטיצירן א הייליגע רעליגיעזע פראקטיצירונג, ווי ווייט זעמיר עס צו פארבאטן אינגאנצן,

ווי ווייט? כרחוק מזרח ממערב. זיי זאגן אז עס איז דא קאנסעקווענצן אויף זיך וואשן צום עסן אן זייף. צו גייען זיי דעריבער פארבאטן נטילת ידים אינעם צוקונפט? זיי זאגן אז עס איז דא קאנסעקווענצן אויף אריינברענגן פירות פון אינדרויסן און דערפאר דארפן זיי דורכקוקן אלע אתרוגים וואס קומען אריין. צו גייען זיי דעריבער פארבאטן אריינברענגן אתרוגים אינעם צוקונפט? זיי זאגן אז עס איז דא קאנסעקווענצן פון גיין אנגעטון טינקעלע בגדים אינטערן זון. צו גייען זיי דעריבער פארבאטן צו גיין מיטן חסידישן מלבוש אינםע נאנטען צוקונפט?
לאמיר קוקן אויף די פעלער ווי זיי פארלאנגן פון א מענטש צו אונטערשרייבן. זיי פארלאנגן מען זאל אונטערשרייבן פאר מ'גייט אינטערן שנייד-מעסער אין שפיטאל. צו גייען זיי פארבאטן אפאראציעס? זיי פארלאנגן מ'זאל אונטערשרייבן ווען מ'גייט אויף סכנה'דיגע ריידס. צו גייען זיי פארבאטן אמיוזמענט פארקס?
צו פארבאטן פארלאנגט זיך א סיטואציע ווי עס זאל זיין אוממעגליך זיך צו באהיטן פון דעם פראבלעם (לדוגמא, אז מוהלים זאלן זיך נישט קענען אויסטשעקן פאר הערפיס, אדער אז מוהלים זאלן נישט קענען זיך דיסאינפעקטן), א סיטואציע וואס גייט קיינמאל נישט געשען פשוט ווייל מ'קען זיך יא באהיטן פונעם פראבלעם.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4919
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

הודעהדורך גאלד » דינסטאג יולי 24, 2012 4:15 pm

דער צד השוה פון דיינע אלע משלים איז אז די אלע ריזיקעס נעמט מען אויפן אייגן חשבון, א ברית מילה איז אויפן חשבון פון א אומבאהאלפן פיצל קינד, און ווער ווייסט צו וועלן זיך נישט שטעלן,
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2198
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 695 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1777 מאל

הודעהדורך יידל » דינסטאג יולי 24, 2012 4:33 pm

גאלד האט געשריבן:דער צד השוה פון דיינע אלע משלים איז אז די אלע ריזיקעס נעמט מען אויפן אייגן חשבון, א ברית מילה איז אויפן חשבון פון א אומבאהאלפן פיצל קינד, און ווער ווייסט צו וועלן זיך נישט שטעלן,

פרוכט קענען פארשפרייטן קרענק צו אנדערע מענטשן. עלטערן קענען אונטערשרייבן אפאראציעס פון פיצלעך קינדער. ס'זעט נישט אויס אז זיי גייען זיך שטעלן דערויף עני טיים סון.
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4919
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

הודעהדורך גאלד » דינסטאג יולי 24, 2012 4:43 pm

פרוכט לאזט מען טאקע נישט אריין, נישט מ'הייסט אונטערשרייבן,

אפעראציעס איז אינגאנצן אן אנדערן קאנצעפט, קומט אינגאנצן נישט אריין דא,
ס'איז נישט מטעם די רעגירונג, ס'איז מטעם די מעל-פרעקטיס אינשורענס,
אז מ'זאל נישט קענען סוען אין באבנס באבן אריין אויב זאל זיך מאכן א "טעות", אדער א אומגעווינטשענע רעזולטאט,
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2198
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 695 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1777 מאל

הודעהדורך יידל » דינסטאג יולי 24, 2012 4:52 pm

גאלד האט געשריבן:פרוכט לאזט מען טאקע נישט אריין, נישט מ'הייסט אונטערשרייבן,

You totally missed my point.
גאלד האט געשריבן:אפעראציעס איז אינגאנצן אן אנדערן קאנצעפט, קומט אינגאנצן נישט אריין דא,
ס'איז נישט מטעם די רעגירונג, ס'איז מטעם די מעל-פרעקטיס אינשורענס,
אז מ'זאל נישט קענען סוען אין באבנס באבן אריין אויב זאל זיך מאכן א "טעות", אדער א אומגעווינטשענע רעזולטאט,

איך מיין אז עס איז א לעגאלער חיוב.
אבער לאמיר נעמען א דוגמא וואס איז זיכער מטעם די רעגירונג: אונטערשרייבן א צעטל ווען מ'שיקט קינדער אויף א פליגער. גייען זיי פארבאטן שיקן קינדער אן אן ערוואקסענעם באגלייטער אויף א פליגער אינעם צוקונפט?
רבון העולמים, היינט באחרית הימים; רבון העולמים, ווי מיר לעבן היינט איז שווער צו זיין א תמים. - שלמה גרטנר, והתקין
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 4919
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 26, 2012 12:44 am
האט שוין געלייקט: 2926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק אידישע און אלגעמיינע נייעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: תרמב און איין גאסט