לעמיל האט געשריבן:אינטערשרייבען א צעטיל, און אויב חס ושלום דיין קינד גייט איין טאג אראפ פאלען און די דאקטער וועט מחליט זיין אז ער וויל מאכען א טשיילד עביאוז קעיס וועט דעיס זיין א ראיה און קארט אז דו קערסט נישט אויף דיינע קינדער ווייל דו ביסט מאכסט אפי' מציצה בפה אפי' דו ווייסט אז עס איז א סכנה
סתם אן אנשרעקער. און קיין לאוער אדער פראעסקיוטער וועסטו שוין נישט זיין.
מען פארפעלט צו כאפן אז די צעטל וועלכע מ'דארף אונטערשרייבן איז צו באשיצן די מוהל, נישט די עלטערן. דער מוהל מאכט א פראצעדור וואס קען זיין א ריזיקע, און די שטאט וויל אז דער מוהל זאל מוזן לאזן וויסן עלטערן אז עס קען זיין א ריזיקע. אויב שרייבט מען נישט אונטער די צעטל איז נישט דער טאטע אין פעקל, נאר דער מוהל.
אויף די פיר קושיות, אויב שיטה און שמעקעדיג מעגן ענטפערן, מעג איך דאך אויך:
די ערשטע קשיא איז, פארוואס האט מען נישט אריינגעשיקט א קלאגע אין געריכט אז די העלט דעפארטמענט זאל נישט טארן דן זיין אויף די גאנצע אישו ווייל ס'האט מיט רעליגיע (און ווי איך הער האט איינע פון די אדמורי"ם גערעדט דערפון ביי די אסיפה אין התאחדות הרבנים ביורא, און געזאגט, אין די סיסטעם אין אמעריקא קען מען שלעפן א געריכט ביז ווייס איך ווען, נו מען דארף נאר איין יאר צו שלעפן, און דערנאך איז בלומבערג אינדרויסן)
מען קען נישט אריינגעבן קיין קלאגע אויף א געזעץ וואס עקזעסטירט נישט. קודם מוז דער געזעץ באשטעטיגט ווערן און הערשט דערנאך קען מען אנקלאגן.
די צווייטע קשיא איז, אונז האב מיר כלל טוער, פירער, מיט ריזיגע קאנעקשאנס, איך גיי נישט מזכיר נשמות זיין, אבער יעדער האלט כסדר מיט ווי מען קען ריקן מיט געזעצן אהין און צוריק מיט די ריכטיגע קאנעקשענס, ווי מאלט זיך דאס אז מען האט נישט קיין קאנעקשאן מיט קיין איינעם פון די בארד אוו העלט וואס זאל זיך ארויסשטעלן פאר אונז? און אז ס'פעלט אויס שמירט מען אביסל! פאר אלע פאליטיק'ס קען מען ערלעדיגן, און דא פאר אזא וויכטיגע זאך קען מען נישט?
מיי געס איז אז מ'האט פרובירט. פונעם צווייטן זייט איז אבער געווען א גרויס דרוק מצד די מעדצינישע קאמיוניטי.
די דריטע קשיא איז איז טאקע דער עוכר ישראל ווי דער פריץ אינדערהיים, ער קען טון מיט זיין מאשקע וואס ער וויל? מיר האב מיר דאך א רעגירונג, א חסד לאומים חטאת, ער האט א גאווערנער העכער זיך, ער האט א פרעזידענט העכער זיך, און מן הסתם נאך וואס איך קען נישט די אלע שמות הנרדפים, נו אויב טוט ער א זאך וואס איז לויט רוב דעות קעגן די ערשטע אמענדמענט פון אמעריקא, ווי קומט דאס אז מען קומט נישט ארויס אים צו פארדאמען?
רוב הדעות? וועלכע דעות? דער שטאטישער לויער האט געזאגט אז עס איז געזעצליך. והסברא נותנת אז די ערשטע אמענדמענט איז נישטא במקום סכנה פאר א קינד (פאר זיך אפשר יא, איך ווייס נישט).
די פערטע קשיא איז, וואס טוט מען ווייטער?
דאס איז דאך קלאר אז אויב ביסטו נישט קיין וויזניץ מאנסיער, און דו ווילסט נעמען א חסידישען מוהל וועסטו אפילו נישט באקומען דעם צעטל אונטערצושרייבן. והיה און ס'וועט זיך חלילה מאכן א הוירפיס קעיס, וועט דער דאקטאר פרעגן ווער איז געווען די מוהל, האסטו דריי ברירות: אדער זאג ליגנט אז ס'געווען מציצה בכלי. אדער זיי דיך מוסר נפש און גיב נישט ארויס די נאמען פונעם מוהל און שטיי אויס צו קלאגעס פון טשיילד עביוז. אדער געב ארויס די נאמען פונעם מוהל און לאז אים זיך מוסר נפש זיין...