ליבעראלן, גענוג איז גענוג!

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15260 מאל

ליבעראלן, גענוג איז גענוג!

שליחה דורך אדנירם »

איך האב כעת קיין שייכות מיטן פאליטיק פון 'קאנסערוואטיווע' לעומת 'ליבעראלע', כאטש איך שפיר מער שייכות מיט געוויסע קאנסערוואטיווע דעות זייענדיג א גלויביגער מענטש. נאר לאור דעם אשכול [וואס מער ווייניגער איז מיין אשכול א תשובה דערצו] וויל איך דא ארויסברענגען איין - גאר וויכטיגע - נקודה:

די היימישע ליבעראלן אין קאווע שטיבל, האבן קיין טענות מוצדקות! ערגער פון דעם, זיי זענען געפערליך איינזייטיג מיט זייערע טענות!


[center]סיריער פליטים = אידישע האלאקאוסט![/center]
כ'וועל מעלים עין זיין פאר א רגע פונעם פאקט, אז ישראל קאפקע איז פארנומען נאר מיט די שלעכטס פון מדינת ישראל, שלעכטס פון די קאנסערוואטיוון, און שלעכטס פון יעדער וואס איז נישט קיין לינקער אדער אן אראבער. כ'וועל מיך אויך מתעלם זיין פונעם פאקט, אז שבת אחים (וה"ה יואליש) איז נאר אויסן איין זאך, און דאס טרייבט זיין לינקע אגענדע [והמבין יבין. ומי אינו מבין?]. כ'וועל יעצט סך הכל רעדן לגופן של הטענות שהועלו כאן, און אדרבה, זאל יעדער זען ווי לעכערליך זייערע טענות זענען [על אף די א.ג. 'רעכטע' שטעלונג איבער דעם, איז נישט באזונדער פאפולער אינעם 'אויפגעקלערטן' קאווע שטיבל]:

קודם כל, פאר די אלע וואס זענען מדמה די סיריער פליטים צו די אידישע פליטים בעפארן וועלט מלחמה. ביטע נוצט נישט טענות וואס שטימען ענדערש פאר א פי האתון. ווער איז דער אתון וואס פארגלייכט די פליטים מיט די פליטים? איז דען געווען א פאטענציעלע שרעק אז די אידישע פליטים וועלן שרייען אללא אכבאר און הרג'ענען אפאר מענטשן מיט זיך?! קום מיר נישט מיט אראגאנטע חוצפה זאגן, אז דעמאלס זענען אויך געווען 'פחדים' איבער קאמוניסטן וכדומה. ווען איך רעד איבער הרג'ענען מענטשן, ענטפער מיר נישט מיט שפיאנען! ס'ארא חוצפה צו מאכן א פארגלייך! וועסטו מיר זאגן, אז די פאליטישאנס האבן דעמאלס געזאגט אזוי? מה לי ולהם?! איך בין עפעס שולדיג פאר די קאנסערוואטיוון/ליבעראלן פון היינט צו פון 70 יאר צוריק? איך רעד פון דיין שכל הישר וואס זאל קובע זיין.

נאך א זאך, זיי נישט מדמה די מצב היינט און די מצב דעמאלס, ווייל דעמאלס איז געווען א סיסטעמאטישע ראסן מארד אויף דאס אידישער פאלק, א זאך וואס קומט נישט פאר אין סיריע לכולי עלמא. אודאי איז דארט אויך א סכנת חיים, אפשר ערגער ווי אפריקע'ס הונגער וואס לייגט אוועק מיליאנען יאר יערליך און משום איזה סיבה שלינגט דאס יעדער אראפ - ליבעראלן אריינגערעכנט, אבער קיין דמיון צום האלאקאוסט איז עס נישט. סאו זיי נישט מדמה מילתא למילתא ווען ס'איז פשוט נישט דומה. כאטש איך וואלט זיי סייווי געקענט ארייננעמען - אפילו זיי שטייען נישט אין אזא קנה מידה'דיגע סכנה ווי די אידן 70 יאר צוריק.

דער אשכול פארמאגט 47 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר