עמעזאן האט געשריבן:@גאנצל וואס איז טאקע די מעשה? אזוי גייט עס טאקע? די לעדיס שטייען אלס אין די ד' אינשעס פון די רבי? אדער די ךעדי האט א ספעציאלע שייכות?
און וואס פשט אין שארפע בליקן? ער וויל זעהן צו זי שמירט די אויגן צו די מעקאפ איז כשר ?!?!?!?
ווערי דיסעפוינטעט פון דיין שטיק תורה רבי...........
האלסט די טאקע אז נשים שמירען זיך אין פארבען זיך ווען זיי גייען מיט א קוויטעל צי א צדיק זיך אויס רעדען, אדער גייען זיך שואל עצה זיין אין משפחה פראבלעמען?
האסט שוין געזען בילדער פון רבי'ס מיט 40/50 יאר ציריק אז זאלסט קענען קאמפערין?
אין די ווייסט פונקלעך ווי דע ווייבער זענען געשטאנאען ווען זיי האבען זיך אויסגערעט פאר איר רבי'ן איהרע פארווייטאגלעכע פראבלעמען וואס קיינער זאל נישט הערערן?
דעמאלטץ איז נאך נישט געווען אזא זאך ווי סעל פאהן'ס וואס מ'כאפט בילדער א יעדע שריט אין טריט, אין ארים שיקען ארים אין ארים די וועלט, אין אפילו היינט טיען דאס נישט איידעלע מענטשן, אין ווער עס שיקט אזעלעכע בילדער, זאגט זיך אליין אויס פאר די וועלט וואס פאר א פארשוינען זיי זענען, קיינעם וועלען די בילדער נישט שאטען נאר פאר די משלחים אליין,
אין דעם פארווערטס איז געווען א יעדע שטיק צייט פארשידענע בילדער וואס די שונאים האבען זיך באלעקט דערמיט, אין עס האט געגבען מער חיזיק פאר נאך בילדער צי לייגען,
עס האט ב"ה קיינעם נישט געשאט נאר פאר די בילדער לייגערס אליין,
איר וועט קיינעם נישט קלענער מאכען אין קיינעם וועט דאס נישט שאטען, נאר אייך אליין, אזוי איז אייביג געווען,
יעצט נאך 40/50 יאר שפעטער זעט יעדער וועם די בילדער אין שרייבעכצער טיען באגראבען,