מהר"א מסאטמאר : א פראטעסט ווערט געפלאנט

מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן
געדענקט!
ביטע זיך פרובירן האלטן אביעקטיוו און נישט אטאקירן אנדערע מעמבערס. לופטיגע הודעות וועלן נישט טאלערירט ווערן! קליקט דא צו זען די פרינציפן פון דעם פארום.

protest

הודעהדורך koidesh » דינסטאג יוני 11, 2013 2:00 am

my cheshben is : how many pepole who attented kinus klal yisroel wasnt by the protest ? mostly litvisha ! so how many pepole are they?????
koidesh
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 8
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 24, 2013 2:21 am
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 0 מאל

הודעהדורך נאטרוליסט » מיטוואך יוני 12, 2013 5:05 pm

די קליפ וואס אנאטהאלטן אסאך זאכן:
מ'זעהט ווי ביידע ברודער קוקן איינער אויפן אנדער. אפגערוקט בערך 10 סעקונדעס:

ביי סעקונדע 0:19 זעט מען דאס:
Z Hands 0-19.jpg
אדמו"ר מסאטמאר וויליאמסבורג, ביי שמע ישראל
Z Hands 0-19.jpg (111.81 KiB) געזען געווארן 3227 מאל


ביי 3:39 זעט מען דאס:
A Looking 3-39.jpg
3:39 פון די קליפ - ביים ענדיגן ה' הוא אלקים.
A Looking 3-39.jpg (112.92 KiB) געזען געווארן 3227 מאל


ביי 3:41, בלויז 3 סעקונדעס שפעטער זעט מען דאס:
Z Looking 3-41.jpg
3:41 פון די קליפ. עביים ענדיגן ה' הוא אלקים.
Z Looking 3-41.jpg (112.72 KiB) געזען געווארן 3227 מאל


דער עלטערער ברודער קוקט אויף לינקס 3:39
דער אינגערער ברודער קוקט אויף רעכטס 3:41. די בליקן באגעגענען זיך אבער נישט..

מ'קען דא דאונלודן די קליפ
https://www.dropbox.com/s/zgo3kgvm5uek4 ... Square.mp4
נאטרוליסט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 547
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 183 מאל

הודעהדורך נאטרוליסט » מיטוואך יוני 12, 2013 5:29 pm

פון דא קומען בעסער דאונלאודן די קליפ:

http://tinyurl.com/protest2013
נאטרוליסט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 547
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 183 מאל

הודעהדורך היימישער ליטוואק » מיטוואך יוני 12, 2013 5:45 pm

ביי קבלת עומ"ש זאגנדיג שמע ישראל לייגט מען ארויף האנד אויף אויגן?
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1659
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 6:26 pm
האט שוין געלייקט: 1668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1172 מאל

הודעהדורך שעפטל » מיטוואך יוני 12, 2013 10:47 pm

כבר אמר החכם...: ס'דא וואס פירן זיך אזוי און ס'דא וואס פירן זיך אזוי...!
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3440
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 3449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3354 מאל

הודעהדורך שרייבער » דינסטאג יוני 18, 2013 4:33 pm

איך האב פריער פארבלאנדזשעט אין 'כל העולם כולו' זוכנדיג עפעס, האב איך געטראפן דעם ארטיקל, הגם ס'איז שוין מער ווי א וואך אלט, עכ"ז משנה לא זזה ממקומה, ס'קען נאך זיין אינטערעסאנט, ווייל איך מיין אז אזעלכע ניגונים גייט מען נאך זינגען מיט א קעמפ און א ביהמ"ד

די 5 ניגונים וואס די זאליס זינגען נאך זייער שרעקלעכע דורכפאל

פינעוו ניגונים האבן די זאליס געזינגען די לעצטע פינעוו טעג


אבער קודם די השתלשלות:

אנגעפאנגען האט זיך עס מיט די טמאנע אינטערנעט. יעדער פשוטער יוד פארשטייט אז ווען מען רעדט פון א זאך וואס נעמט אריין די דריי עבירות חמורות דארף מען לייגן אלע פרעזענליכע אינטערעסן אין די זייט? פאריאר זענען געזיצן די הייליגע רעבעזעכרוינע לעווראכע יודן און געמאכט א הייליגן החלטה זיך מתחבר זיין מיט קרייזן וואס אין סאטמער איז מען בשיטה קיינמאל נישט געגאנגען מיט זיי, מען האט מסכים געווען צו ברעכן די תקנות קעגן רעדן די גויאישע שפראכן און איינגערעדט די גאס אז קיין שום רב גייט נישט רעדן ענגליש, כאטשיג זיי האבן זייער גיט געוויסט אז הרב מתתי' סאלאמון שליט"א אין וואקסמאן גייען רעדן ענגליש. אבער, געוואלד, ס'איז דאך די שרעקעדיגע אינטערנעט, פאר אינטערנעט מוז מען אלע חומרות און שיטות לייגן אין א זייט

היי יאר האט מען שוין ב"ה נישט גערעדט פין איבערמאכן די כינוס אין א בעסבאל סטעדיעם, נאר יעדע געגנט האט געמאכט עקעסטערע כיניסים, אזוי ווי מהר"א מסאטמער האט פאריאר פארלאנגט אין בשום אופן נישט געקענט פועלן. (פאקטיש איז מהר"א געווען די נחשון. ער האט פאריאר געמאכט די ערשטע כינוס ביי זיך אין שול ווי נחמי' גאטליב פון די איחוד הקהלות האט געגעבן זיין ערשטע דרשה פאר די גאס)

עכ"פ אין יעדע פלאץ האט מען זיך מסדר געווען על צד היותר טוב, געמאכט כינוסים, מיט אלע קהלות. אבער אין וויליאמסבורג זענען געקומען די הייליכע רעבעזעכרוינע יודן, וואס האבן פאריאר מחליט געווען צו לייגען די סאטמערע שיטה אין גאבידזש, אין געזאגט אז מען טאר זיך נישט מתחבר זיין לרשעים אין וועגן דעם קען קיין שום אהרוני נישט רעדן דארט. (זיי האבן אפילו נישט געלאכט ווען זיי האבן עס געזאגט....)

האבן צד מהר"א געזאגט, פיין, זאל קיין איין אהרוני נישט רעדן אין קיין איין זאלי נישט רעדן והכל על מקומו יבא בשלום. אבער צד זאלי האט געזאגט בשום אין אופן, מהרז"ל 'מוז' רעדן אין קיין שום אהרוני 'טאר נישט' רעדן, כאטשיג אלע קליינע קהלות אין וומ"ס ווי פאפא, וויען, דושינסקי, סקולען וכו' וכו' וועלן יא מעגן שיקן רעדנערס צום כינוס

האט צד מהר"א געזאגט, איז נישט, מיר וועלן מאכן א עקסטערע כינוס אזוי ווי פאריאר

איז אבער דא א הייליגער יוד וואס ברענט פאר כבוד שמים אין ער האט באשלאסן אפצושטעלן די עקסטערע כינוס ווייל ער האט מורא געהאט אז סוועט שאטן פאר די קאמפעין קעגן האינטערנעט. די יוד האט צוזאמגערופן עסקני סאטמער אין זיי געזאגט, לאז געמאכט, זאלן זיי מאכן א כינוס, אפילו אויב אונזער צד ווערט באיקאטירט

די מנהלים אין מחנכים האבן גערעדט צו דעם הייליגן יוד אין עם מסביר געווען אז טאקע ווייל אינטערנעט –''איז'' אזא שרעקעדיגע פראבלעם מיז מען מאכן א כינוס אויך פאר סאטמערע יודן, כדי אראפצושטעלן א פעסטע פיס קעגן די טומאה

די זעלבע הייליגע יוד האט געזאגט אז ער אליינס וועט בשום אופן נישט רעדן ביי דעם מעמד, ער דארף נישט די מייק אין זוכט נישט די כבוד, ווי דער הייליגער יוד דריקט זיך אויס כסדר "איך דארף נישט קיין דרשות אין קיין רעדנערס" (אין יודיש: איך בין נישט אינטערסירט צו בויען מיין איגא. כ'וויל כבוד שמים אין גארנישט מער)

די מעכטיגע כינוס האט אפגעהילעכט מסוף העולם ועד סופו. די סוקסעס איז געווען עד אין לשער. די גאס האט געשטרעמט, אלע קהלות אין שטאט האבן באקאטירט די 'אפיצעלע' כינוס פין די זאליס, א געשטאפטע ציבור איז זיך צוזאמגעקימען צי הערן די דבר ה'

די זאליס האבן געזיכט עפעס נעבעכדיגע חיזוק אין זיי האבן געטראפן, אז ביים סוף פין די כינוס האט מען אויסגעריפן אז אדמו"ר מסאטמער פארופט א מאסן פראטעסט קעגן די שרעקעדיג גזירה פין גיוס בנים. כא כא כא, לוזערס... תיכף זענען זיי געקימען מיט פאשקעויוילן חוזק מאכן אז די פראטעסט קעגן די מדינה איז א טריק מיט וואס די אהרונים זענען יעצט אויפגעקומען אז מען זאל נישט רעדן פון די זאלי כינוס... (ווי קומט הודו צי כוש, אין פארוואס די אהרונים זאלן נישט וועלן רעדן פין די מעכטיגע זאלי מפלה ווייסט איין זאלי)

ניגון נאמבער 1!

ווי יעדער ווייסט זייער גיט אין סאיז שוין געשטאנען איבעראל, פירט שוין סאטמערער רבי פין פאר פסח א מערכה פאר כבוד שמים צו דורכפירן א פראטעסט, צוזאמען מיט די קנאישע ליטווישע קרייזן פון חדר פון בריסק און אויערבאך. די לעצטע פאר וואכן איז געווען צענדליגער טעלעפאן רופן אין פרעוואטע באזיכן צווישן די רבי מיט הרבנים רבי דוד סאלאווייטשיג, רבי אלי' בער וואכטפויגל און די אנדערע ליטווישע רבנים פון די קנאישע קרייזן

די סאטמערער רבי האט אנגערופן איצו גליק אין עם געבעטן ער זאל ברענגען די זאליס צום טיש. איצו, וואס איז שוין יארן מער נישט קיין פלעיער וויבאלד די אהרונים איגנארן אים און די זאליס (מרדכי בריל) נוצט סאכדעס נאמען סייווי אן עם פרעגן, האט זיך צוגעכאפט צו די זאך, אין אפילו געקימען צו פארן קיין מאנרא מיט א קוויטל, אלעס אבי ער זאל ווערן כשר ביי די אהרונים. דאס איז געווען שוין נאכדעם וואס דער רבי האט פארקיקט אויף זיין כבוד אין פאר כבוד שמים געגאנגען אויף א מיטינג צו סאכדעס איבער די ענין פון מציצה בפה אין זיצן מיט אלע זיינע שונאים. במשך די פארלאפענע וואכן האט דער רבי געהאלטן הארציגע דרשות איינמאל אין נאכאמאל, ביהיינד די סינס האט ער גערופן רבנים אין איבערגעדרייט א וועלט צו מאכן א פאראייניגטע דעמענסטראציע, ווייל יעדער איינער ווייסט אז די בעסטע זאך פאר די מדינה איז אז די קנאים זענען צוקריגט אין צואמפערט אין קענען נישט קימען מיט איין מעסיטש, אבער די זאליס האבן אונטערגעהאקט די פיס איינמאל אין נאכאמאהל פארשטייט זיך פאר די זעלבע סיבה פון התחברות לרשעים.... יעדן טאג האבן זיי געהאט א אנדערע פראבלעם. דער איז נישט גיט יענער איז נישט גיט. קיין איין אהרוני טאר נישט רעדן, וכו'

למעשה האט זיך דערנענטערט די טאג וואס אלע לויפן אין די קאנטריס אין סאיז געווען א סכנה אז די גאנצע פראטעסט זאל נישט ווערן. די רבי האט געזען אז די זאליס האלטן נישט ביי גארנישט האט ער בהתייעצות פון ר' אלי בער וואכטפויגל באשלאסן צו גיין אליינס, און טאקע אומר ועושה

ויהי ממחרת אין די זאליס האבן זיך געכאפט אז סאיז גארנישט קיין דזשאוק, נאר איז אויסגעארבעט מיט די ליטאים פון בריסק אין אויערבאכ'ס חדר, אין אויב זיי קומען נישט וועט זייער גאנצע לעגימיסי זיין אויף די ליין, האבן זיי זיך שנעל געכאפט בעת צרתם אין אנגעפאנגען צו רופן די רבנים אין עסקנים וועמען אדמו"ר מסאטמער האט געשיקט צו זיי, צו לייגן דריק אז זיי ווילן אויך קומען צום פראטעסט

ענק פארשטייען? נעכטן איז די פראטעסט געווען א טריק פין די אהרונים אז מען זאל נישט רעדן פון די זאלי כינוס, היינט קומען זיי פאלן כורעים זיך בעטן מען זאל זיי נעמען.

וואס האבן די אהרונים געענטפערט? בלא! קימטס נישט, אונז ווילן גיין אליינס ציזאמען מיט די בריסקער און אנדערע ליטווישע קנאים. עטס זענט אינגאנצן איבריג, קיינער וועט נישט וויינען נאך ענק

דא איז אבער נאכאמאל אריינגעקומען אין בילד דער הייליגער יוד אין געזאגט בכבוד גדול, זאלן די זאליס קימען! ער איז געגאנגען א סטעפ ווייטער אין אריבערגעגאנגען אין שטיב פון האדמו"ר מגאלאנטא, פון די זאלי קרייזן, אין עם פערזענליך איינגעלאדנט צי קימען רעדן (למען האמת איז די איינלאדענונג געמאכט געווארן שוין די נאכט נאכן כינוס)

א טעקסט מעסעדזש פארט ארויס אז "(ר') אהרן האט נישט קיין ברירה נאר מסכים צי זיין אז זיין ברידער רבינו שליט"א זאל קימען, אין אינז נאכגעגעבן אינזערע פארלאנגען. אין צו זיצען אינאיינעם מיט רעבין"

הערטס גיט, מסכים אז אינז זאלן קימען צי זיי!!!

האלט מיר ביי ניגון נאמבער 2

אבער דא קומט אינטער א פראבלעם מיט די קעלבער, די זאלי קיעלעך, וואס שרייען אין פארפירן אז רח"ל, מען טאר נישט גיין צו א אהרוני פראטעסט, ווייל.... ס'וועט הייסן ח"ו אז אונז שטעל מיר זיך צו צו די אהרונים אין צו אהרונים טאר מען זיך נישט צושטעלן, אפילו ווען סברענט א ביטערע פייער אין די ישיבות אין קיום המצוות איז אין א סכנה

די זאליס האבן צוריקגערופן אין געזאגט אז זיי ווילן קימען אבער בעטן מען זאל זיי געבן נאך עפעס פאוער, אז די קעלבעלעך זאלן זען אז סאיז נישט עכט די אהרונים, נאר ביידע זייטן מאכן עס ציזאמען

ווידעראמאל האבן די אהרונים געזאגט ניין אבער דער הייליגער יוד האט געזאגט, בכבוד גדול, ער איז מסכים אפילו אז די יו"ר זאל זיין איצו גליק און אז ר' בערל כ"ץ (נאך א רב מטעם הזאלוינים) זאל רעדן

די זעלבע הייליגע יוד האט זיך דערנאך אויפגעשטעלט אין פאבליק אין זיך משפיל געווען עד לעפר, זאגנדיג (עפעס וואס ער זאגט שוין עטליכע וואכן) אז ער דארף נישט קיין שום כבוד, ער וויל נישט קיין שום הנאה, ער איז נישט אינטערעסירט אין קיין אייגענע רעדנערס, ווייל די פראטעסט איז א מצוה אין ס'דארף זיין ריין לשם שמים. ער איז אפילו מסכים אז סאכדעס זאל לייגן צעטלעך, סיינס, אלעס וואס פעלט נאר אויס צו סטאפן א פילוג וואס קען נאר שעדיגן די מערכה

די זאליס האבן אנגעפאנגען צו זינגען ניגון נאמבער דריי, אז סאכדעס מאכט דעם פראטעסט אין די אהרונים שטעלן זיך נאר צו.... האלטס קאפ ווייל די ניגון גייט זיך נאך טוישן אפאר מאל

אבער די היץ קעפ ביי די זאלונים זענען נאך אלץ נישט רואיג ווייל מען האט געזען פיקטשערס ווי ר' שמואל ווידער אין ר' נפתלי משה אינדיג מיט די ען וויי פי די מאכן די ארענזשמענטס פאר די פראטעסט זונטאג (אפגעשטופט אויפ'ן פארלאנג פון גדולי הליטא וואס האפן נאך צו ארבעטן אז לעיקוואד זאל זיך צושטעלן), אין פעדעראל פלאזא, די ליגנט וואס די זאליס ווילן פארקויפן קלעבט ווי ארבעס צי די וואנט

אין דא איז ארויסגעקימען די צייטונג אין סאיז שווארץ געווארן פאר די ראשי הזלמונים צו זען מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות אז נישט מער אין נישט ווייניגער נאר האדמור מסאטמער פאריפט די מחאה אדירה, די חברה זענען געווארן ווילד ווי משוגע, יעצט וועט דאך שוין קיינער נישט גלייבן די ליגנט אז סאכדעס האט פאריפן די מחאה אין די אהרונים שטעלן זיך פשוט צו

זענען די זאליס געקימען מיט א ווילדע פארלאנג אז זיי ווילן, נישט מער אין נישט ווייניגער, נאר דער מחרחר ריב בעל ה"ברבבותינו" וואס האלט קנאות'דיגע דרשות יעדע וואך אין ישיבה, נישט קעגן די מדינה אדער די אינטערנעט נאר קעגן אדמור מסאטמער שליטא (פשוט אויסצוגיסן זיין כעס אויף איינעם פארוואס די בחורים קימען נישט צום טיש און גיבן נישט קיין שבתך ומשענתך פאר זייער רבי'ן) אז ער זאל אויפטרעטן מיט א דרשה

יעדער בר דעת האט געוויסט אז מען קען נישט לאזן אזא ווילדן היץ קאפ רעדן ביי א מחאה אדירה פאר וואס אינזער רבי ארבעט שוין מיט בלוט אין שווייס פאר חדשים, אין די זאליס האבן דעס אויך געוויסט, אין וועגן דעם זענען זיי געקימען מיט אזא ווילדן פארלאנג, אזוי האבן זיי א תירוץ ארויסצובעקן פין די מחאה אין לייגן די שולד אויף די אהרונים. א פרישע טעקסט מעסעדזש פארט ארויס אז "ידינו מסולקת און אונז גייען נישט מיטן פראטעסט!"

(דער עולם באמערקט ווי די "ארגענאזירער" פון די פראטעסט בעקן אריין און ארויס, בשעת די "נאכשלעפער" אהרונים זענען בעובי הקורה די גאנצע צייט? די ליצנות איז דאך געוואלדיג. אן ארגענאזירער בעקט נישט ארויס, ער שיסט ארויס דעם נאכשלעפער וואס וויל זיך נישט צושטעלן!!!)

יעצט קומט ניגון נאמבער 4: די פראטעסט האט נישט מיט סאכדעס נאר מיט די ליטווישע רבנים פון שטיינמאנ'ס חדר. זיי האבן עס ארגענאזירט אין (ר') אהרן פראבירט פשוט צי נעמען די קרעדיט פאר זיך אין יעצט סטראשען שטיינמאנ'ס חברה אז זיי קימען נישט צום פראטעסט. (צו זאגן אזא טיפשות דארף מען זיין א.... זאלי. יעדער ווייסט אז ניטאמאל אין ארץ ישראל קען מען ברענגען שטיינמאנ'ס חברה צום טיש, אין שטיינמאן איז קעגן די אלע פראטעסטן. די ליטווישע רבנים וואס שטעלן זיך צו צו די מחאה זענען דווקא פון אויערבאכ'ס אין בריסקער חדר, וואס האבן זיך צוגעשטעלט צום מעמד קידוש שם שמים אין ארץ ישראל. נאכמער, שטיינמאנ'ס מענטשן דוד באדנער אין שמעון גליק פירן א שטארקע מערכה אין נאמען פון שטיינמאן אז קיינער זאל נישט קימען צום פראטעסט אין מען האט אייביג געדארפט רחמים אפילו נאר אז רבני בית מדרש גבוה זאלן זיך צושטעלן, אין מען ווייסט נאך אלץ נישט אויב זיי וועלן קימען)

איז אבער דא א הייליגע יוד אין מאנרא וואס מיינט כבוד שמים אין ער וועט נישט צילאזן אז אזא הייליגע מערכה זאל מעגליך אינטערגעבראכן ווערן דורך א פילוג אין ער האט געזאגט, וואס איז ענקער פראבלעם? איצו גליק, גאלאנטע, בערל כ"ץ איז נישט גענוג? סאכדעס סיינס נישט גענוג?

זייער פראבלעם איז, הערטס ווערטער, אז פה מפיק מרגליות הגאון ר"י ווייס שליט"א וואס איז שוין סייווי באוויסט פאר זיינע אינטערנאציאנאלע דרשות אין באבוב, פאפא, מונקאטש אין אנדערע קרייזין, גייט געבן א דרשה

ני עטס ווילטס א מנהל? ני זאג אזוי! זאל ר' נחמן שטויבער, מנהל ישיבת קווינס רעדן, והכל על מקומו יבא בשלום. נחמן איז א ת"ח וואס האט קיינמאל נישט גערעדט קיין מיאוס'ע דרשות. איי, ער באלאנגט צו די שונא'ס לאגער? מען וועט אויף דעם פארקיקן פאר כבוד שמים

ופני הזאליס חפו, ווייל קיין תירוץ האבן זיי מער נישט געהאט

יעצט איז געקומען ניגון נאמבער 5

נישט מער אין נישט ווייניגער, די ליטווישע רבנים ווילן אז נאר סאכדעס זאל פירן די פראטעסט (יעדער ווייסט דאך ווי מען גייט ביי זייערע קרייזן אין פייער פאר סאכדעס, אזאש פסח עסט מען דארט נאר סאכדעס זאלץ אין ציקער) אין די אהרונים האבן זיך צוגעשטעלט צי די ליטווישע רבנים

יעצט לאמיר איבערזינגען די פינעוו ניגונים, צוזאמען

ניגון נאמבער 1: מחאה פאריפן דורך (ר') אהרן וועגן די אהרונישע כינוס דורכפאל

ניגון נאמבער 2: מחאה פאריפן דורך (ר') אהרן אבער ער איז מסכים מיר זאלן זיך צישטעלן

ניגון נאמבער 3: מחאה פאריפן דורך סאכדעס, אהרונים מסכים זיך צו צישטעלן

ניגון נאמבער 4: מחאה פאריפן דורך שטיינמאנ'ס מענטשן שוין פאר פסח

ניגון נאמבער 5: מחאה פאריפן דורך רבי אלי' בער וואכטפויגל אבער ער וויל דווקא אז סאכדעס זאל עס פירן



ווער קען געסן וויפיל נאך ניגונים עס וועלן קומען די נעקסטע פאר טעג?
שרייבער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1844
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 1035 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 918 מאל

הודעהדורך אשכולות אויפוועקער » זונטאג יוני 22, 2014 8:11 am

אויפגעוועקט
צום יארטאג
אשכולות אויפוועקער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 13, 2014 5:30 pm
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » מיטוואך מאי 10, 2017 9:29 pm

גאלד האט געשריבן:רבותי!! הערטס מיך ביטע אויס מיינע טייערע ברודער און שוועסטער שתחי'

ווען פאר אגוט יאר וועט מען זיך שוין דערלערנען אז צו צאמשטאלן די 2 רבי'ס איז קעגן די סדרי בראשית, דאס איז פונקט ווי מזאל פרובירן צאמקלעבן 2 פארקערעטע מאגנעטן,

ווער ס'פרובירט עס צו טאן איז א אפגעפליקטער אקס!! פארדען מיי לענגוויטש!!

אויב פארשטייט מען נאר אביסעלע די מענטעליטי וואס די זאליס האבן קעגן ר' אהרן - און מ'קען עס גוט זעהן פון די לעצטע "תלמידי רבינו" מעסעדש - שטייט און שטוינט וועלכער שוטה האט דא געהאט א הוה אמינא אז די 2 דברים הפכים זאל מען קען מחבר זיין, ס'פשוט קעגן די נאטור, ס'גרינגער צו אויפהענגן וואסער אויפן דאך

סיריעסלי, האט איינער דא ערענסט געקלערט אז דער זאלי גייט זיך דא לאזן פירן און באד אריין, ר' אהרן זאל שטיין בראש המערכה און זיי זאלן זיך לאזן פירן פון אונטערוויילעכטס, אזא מין זאך קען נישט עקזיסטירן


עס האט שוין איינמאל פאסירט יעצט האלט מען פאר א צווייט מאל
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2044
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

הודעהדורך גאנצל » מיטוואך מאי 10, 2017 11:41 pm

איבערליינענדיג דעם אשכול ווי זוי רז"ל האט זיך אויפגעפירט פאריגע מאל איז עס בושות וחרפות

@איש דארפסט פארשטיין אז לעצטע מאל איז געווען א חידוש אז רז"ל גייט צו ר' אהרן'ס פראטעסט, דאס מאל איז די חידוש אז ר' אהרן גיט אקעגן שטיינמאן טראץ וואס ער האט שוין געטוישט זיין מהלך מיט שטיינמאן...................
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2745
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1093 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » דאנערשטאג מאי 11, 2017 3:47 pm

גאנצל האט געשריבן:דאס מאל איז די חידוש אז ר' אהרן גיט אקעגן שטיינמאן טראץ וואס ער האט שוין געטוישט


ווער גייט רעדן קעגן רב שטיינמאן ?
שווער צו זאגן אז מען גייט אים מזכיר זיין דארט
גראדע @ליטוואק פון בודאפעסט זאגט אז חסידי כ''ק רב שטיינמאן האלטן אז ווער עס גייט צום עצרת פארלירט זיין טייל אין עוה"ב.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2044
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

הודעהדורך גאנצל » דאנערשטאג מאי 11, 2017 4:30 pm

האסט פארגעסן צוצולייגן אז די הויכע פענסטער.... פון ר' אהרן האבן זיך דאס אויסגענומען..........
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2745
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1093 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » דינסטאג יוני 06, 2017 8:27 pm

האלאנד האט געשריבן:סאטמער רבי האט געהאלטען א דרשת שבת הגדול קודם האט ער געזאגט דרוש בענין מצות עשה שהזמן גרמא אין נאכדעם האט ער גערעט דברי מוסר אין סוף דרשה האט ער געזאגט אז מען פלאנט אן פראטעסט קעגן די מדינת הציונות. א פראטעסט פין כלל ישראל וועגן גיוס בני ישיבות( ווי סקוקט אויס רעדט זיך עס פין א פראטעסט פין אלע קהילות אין מסתם ליטווישע אויכעט) אין אזוי ווי היינט צוטאגס איז איינער זאגט אזוי וויל די אנדערע פארקערט (זאליס ) בעט ער אז זיי זאלן זיך צושטעלן אין נישט שטערן.
איז איינער ווייסט מער פרטים איבער דעם פראטעסט זאל זיך אנריפען


יעצט אקטועל צו איבערליינען און זעהן די דיפרענץ
וויאזוי מהר"א האט יעצט שנת תשע"ז געהאנדעלט
און וויאזוי מהרי"י האט דעמאלטס געהאנדעלט.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2044
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 460 מאל

הודעהדורך גאנצל » מיטוואך יוני 07, 2017 3:05 am

און די דיפרענץ איז פשוט ר' אהרן האט געוואלט א כניסה לש"ש דערפאר האט ער נאכגעגעבן יעדע קליינע בויך ווייטאג פון זיין קליינע ברודער (פאר מער ביאור איבער רזל"ס גאר וויכטיגע אויפאדערונגען ליינט איבער די אשכול )אלס כדאי אנצוקומען צום ציל
און די פירער פון די ז"ל פארטיי האבן נאך א כונה דערפאר האבן זיי גלייך פון אנהויב געזוכט צו גיין אן ר' אהרן און זיכער נישט נאכגעבן קיין איין ערנסטע נארמאלע פארלאנג מצד ר' אהרן אלס כדאי דער כונה זאל גרייכן צום ציל

אגב דערווייל זענען זיי אין פלאנטער ונראה מה יהיו חלומותיהם
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2745
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1093 מאל

הודעהדורך עמעזאן » מיטוואך יוני 07, 2017 8:57 am

@גאנצל פארוואס אין פלאנטער? האסט נישט געהערט אז עס הערשט שוין א מאנגל אין טיקעטס?
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1783
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 998 מאל

הודעהדורך פיינע קאווע » מיטוואך יוני 07, 2017 9:09 am

עס הערשט א מאנגעל אין טיקעטס? וועם ווילסטו איינרעדן די קרעפ?
פיינע קאווע
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 474
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:44 am
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 347 מאל

הודעהדורך signout » מיטוואך יוני 07, 2017 5:35 pm

איש את רעהו האט געשריבן:
האלאנד האט געשריבן:סאטמער רבי האט געהאלטען א דרשת שבת הגדול קודם האט ער געזאגט דרוש בענין מצות עשה שהזמן גרמא אין נאכדעם האט ער גערעט דברי מוסר אין סוף דרשה האט ער געזאגט אז מען פלאנט אן פראטעסט קעגן די מדינת הציונות. א פראטעסט פין כלל ישראל וועגן גיוס בני ישיבות( ווי סקוקט אויס רעדט זיך עס פין א פראטעסט פין אלע קהילות אין מסתם ליטווישע אויכעט) אין אזוי ווי היינט צוטאגס איז איינער זאגט אזוי וויל די אנדערע פארקערט (זאליס ) בעט ער אז זיי זאלן זיך צושטעלן אין נישט שטערן.
איז איינער ווייסט מער פרטים איבער דעם פראטעסט זאל זיך אנריפען


יעצט אקטועל צו איבערליינען און זעהן די דיפרענץ
וויאזוי מהר"א האט יעצט שנת תשע"ז געהאנדעלט
און וויאזוי מהרי"י האט דעמאלטס געהאנדעלט.
More


"@SatmarHQ: Update: As of now isn't R'Aron Teitelbaum ready to go with Hisachdus Hurabonim for a protest, so there's no date yet. DTF"
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1067
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 3:50 pm
האט שוין געלייקט: 1675 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 257 מאל

הודעהדורך signout » מיטוואך יוני 07, 2017 5:42 pm

גאנצל האט געשריבן:און די דיפרענץ איז פשוט ר' אהרן האט געוואלט א כניסה לש"ש דערפאר האט ער נאכגעגעבן יעדע קליינע בויך ווייטאג פון זיין קליינע ברודער (פאר מער ביאור איבער רזל"ס גאר וויכטיגע אויפאדערונגען ליינט איבער די אשכול )אלס כדאי אנצוקומען צום ציל
און די פירער פון די ז"ל פארטיי האבן נאך א כונה דערפאר האבן זיי גלייך פון אנהויב געזוכט צו גיין אן ר' אהרן און זיכער נישט נאכגעבן קיין איין ערנסטע נארמאלע פארלאנג מצד ר' אהרן אלס כדאי דער כונה זאל גרייכן צום ציל

אגב דערווייל זענען זיי אין פלאנטער ונראה מה יהיו חלומותיהם
מהרז''ל'ס ניק האט אסאך גאטס צו פאברעצירן קעגן יעדן'ס זיכרון, ווער ס'געדענקט וואס מהרז''לס פארלאנגען זענען דעמאלטס געווען פארשטייט נישט ווי זיי קענען יעצט פראבירן צו פארדרייען די מציאות, ביז ר' יענקל האראוויץ האט נישט געשריגן אויף אים 'איר פירט זיך אויף ווי א קינד' האט ער נישט געהארט קיין ברירה אין האט בלית ברירה מסכים געווען צו קומען, משא''כ דא איז קלאר אז יצחק שטערן וויל נישט אז צד מהר''א זאל קומען ללא שום ספק, אין וועגן זיין געראטענע אויפגעפירעכטס האט ער פארלוירן זיין הויפט שטיצער פין די ערשטע מיניט 'הגר' מ' קאטלער'
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1067
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 3:50 pm
האט שוין געלייקט: 1675 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 257 מאל

הודעהדורך יחי המלך » זונטאג אקטאבער 29, 2017 5:58 pm

די וועלט זאגט: דער זיגער איז גערעכט.. גרעכט איז דער זיגער!!! הרב הגאון המפורסם רבי יצחק שטערן שליטא האט מעכטיג געווינען!!!
יחי המלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 142
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 29, 2016 5:25 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דינסטאג מערץ 13, 2018 12:18 am

.
בייגעלייגטע פיילס
DYHlxwAVMAAJh13.jpeg
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3422 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2250 מאל

הודעהדורך עמעזאן » דינסטאג מערץ 13, 2018 1:27 am

און פון שלאף האט ער זיך אויפגעוועקט....

רבי טייערע טו לעיט אייער צייט איז געווען א יאר צוריק איר האט פארשפיעלט...

איינער ווייסט צו ער האט זיך אדורכגעשמועסט מיט די ארץ ישראל רבנים? ער האט דאך דארט קרובי משפחה...

וועם מיינט ער מיט די אנדערע קהילות וואס גייען בשיטה פון סאטמר?? אויב מיינט ער זיין ברודער'ס קהילה איז נישט פארשטענדליך זיין שכל פארוואס אין די וועלט זאל ער מיטגיין מיט זיין פורים שפיל אין א גרינע דינסטאג??

#פורים אין די קהילה
עמעזאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1783
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 953 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 998 מאל

הודעהדורך ימים ידברו » דינסטאג מערץ 13, 2018 10:26 am

מיינע קשיות דא
א' ווען האט רבינו הקדוש געמאכט א פראטעסט נאר וועגען די מדינה? און נישט וועגען גזירות? איז נישטא א מסורה דעראויף?
ב' מעג רעדען דארט בכלל וועגען די גזירות?
ג' וואס טוט זיך? איז דא א פראבלעם בכלל וועגען גיוס ? אדער עה ס'נישט?
ד' וואס האט עס מיט שיעור תהילים?
ה' ווואס רעדט ער נישט דיירעקט צו חומתיך ירושלים. נאר פינקט דורך די בויעס?
ו' אויב התאחדות מאכט דאס, זאלן זיי רופען א מיטינג? וואס וויל ער ?
ז' אויב ער וויל נישט נעמען דערפון כבוד ? וואס רעדט ער ברבים רעד שטילערהייט ניין?
ח' עס זעהט אויס אז ער ווייסט ס'גייט נישט זיין חודש אייר, גרייט ער שוין אן כ' סיון? ממש א שאך טריט ניין?
מיין פראדיקשען נאטינג העפניג היער!
ימים ידברו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 153 מאל

הודעהדורך elter-zeide » דינסטאג מערץ 13, 2018 12:32 pm

ווער שרייבט דא וועגין א פראטעסט, דא רעט זיך וועגין א שטיקל הקמת מדינה מיט דע אמבאסאדע אין ירושלים, אין דאס שאפט א בילבל המוחת צווישען דע אייגענע, דארף מען אויף קלערן דעם אמת פאר דע אייגענע, דעם קלארען שיטה הקדושה, קיינער שרייט נישט קיינער מאכט נישט קיין גרידער, מ'ריפט נאר א אסיפה פאר דע אייגענע חבירם אשר לא קרעו לבעל,
איך בין נישט אזוי אלט ווי איך זע אויס
elter-zeide
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 302
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

הודעהדורך ליפא » דינסטאג מערץ 13, 2018 12:37 pm

elter-zeide האט געשריבן:מ'ריפט נאר א אסיפה פאר דע אייגענע חבירם אשר לא קרעו לבעל,

מיינסט אוודאי אשר קרעו לבעל
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1973
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 1765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1743 מאל

הודעהדורך elter-zeide » דינסטאג מערץ 13, 2018 12:44 pm

ליפא האט געשריבן:
elter-zeide האט געשריבן:מ'ריפט נאר א אסיפה פאר דע אייגענע חבירם אשר לא קרעו לבעל,

מיינסט אוודאי אשר קרעו לבעל

לו קרעו לבעל?
איך בין נישט אזוי אלט ווי איך זע אויס
elter-zeide
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 302
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

Re: מהר"א מסאטמאר : א פראטעסט ווערט געפלאנט

הודעהדורך מפוזרי » דינסטאג מערץ 13, 2018 4:17 pm

ליפא האט געשריבן:
elter-zeide האט געשריבן:מ'ריפט נאר א אסיפה פאר דע אייגענע חבירם אשר לא קרעו לבעל,

מיינסט אוודאי אשר קרעו לבעל

דערווייל לעבט ער און לאכט, גארנישט צעריסן.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1743 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 748 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק צימעס

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: elter-zeide, לך לך און 5 געסט